חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם
- מנשה לוסטיג
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1566
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
- האט שוין געלייקט: 192 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל
אה! האסט געוואלט בקיצור, האב איך דיר געזאגט בקיצור, ווילסטו פארשטיין, ווילסטו קונה זיין דעת, לערן מאור עינים, דארט שטייט אלעס, און אפילו נאר זאגן די ווערטער, וועט אריינלייגן אין דיין מוח די ריכטיגע דעת, אז זאלסט נישט לעבן אויף דברים שמה בכך
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 606
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
- האט שוין געלייקט: 98 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1086 מאל
זייער פיין געענטפערט!
אבער מיין שאלה איז, פארוואס יעדע אנדערע חסידות - פון די וואס איך האב אויסגערעכנט, קען אין א סענטנס אדער צוויי ערקלערן זייער אייגנארטיגע מהלך ווי אזוי זיי דינען דעם אויבערשטן, אבער סקווירא קען נישט?! - דאס בעסטע וואס מען קען זאגן איז 'זיכוך המידות', א זאך וואס יעדער איז עוסק...
ס'איז בערך ווי דו זאלסט מיר ענטפערן אז אין סקווירא גלויבט מען אין באשעפער - כ'מיין, איבעראל גלויבט מען... וכן הוא לענין זיכוך המידות - בקיצור, וואס איז סקווירא אנדערש פון אנדערע פלעצער? (ערקלער אין צוויי אדער מער סענטענסעס).

- יין שרף
- חבר ותיק
- הודעות: 2570
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
- געפינט זיך: ביים שוויגער...
- האט שוין געלייקט: 4803 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל
מיסודו וואס "סקווירא" אדער "טשערנאבל" איז מיוסד ווייס איך נישט. אבער ווען סקווירא רבי זצ"ל האט פון פריש אויפגעשטעלט די הויף האט ער קלאר געוואלט "עבודה" און בין אדם לחבירו", ווי ער האט כמה פעמים געזאגט ס'זאל זיין ווי איין גרויסע משפחה, מיט אהבת חברים און אחדות. די סיבה פארוואס ער האט נאר געוואלט איין מנין אין שטעטל שבת איז אויך נאר וועגן דעם "עס זאל נישט זיין פילוג לבבות"!
- מנשה לוסטיג
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1566
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
- האט שוין געלייקט: 192 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל
יין שרף האט געשריבן:מיסודו וואס "סקווירא" אדער "טשערנאבל" איז מיוסד ווייס איך נישט. אבער ווען סקווירא רבי זצ"ל האט פון פריש אויפגעשטעלט די הויף האט ער קלאר געוואלט "עבודה" און בין אדם לחבירו", ווי ער האט כמה פעמים געזאגט ס'זאל זיין ווי איין גרויסע משפחה, מיט אהבת חברים און אחדות. די סיבה פארוואס ער האט נאר געוואלט איין מנין אין שטעטל שבת איז אויך נאר וועגן דעם "עס זאל נישט זיין פילוג לבבות"!
מיסודו וואס סקווירא נישט אדער, נאר 'און' טשערנאביל איז, קענסטו נאך יעצט לויפן כאפן א מאור עינים, און לערנען, און שוין שפירן א טעם רוחני בלי גבול.
ווען ער האט אויפגעשטעלט זיין שטעטל האט ער קלאר געזאגט, אז ווער ס'געהערט נישט דארט, וועט ווערן אויסגעשפיגן ווי ביי תיבת נח, און די סיבה פארוואס ער האט געוואלט איין מנין, האט ער דיר געזאגט?
כ'מיין אז ער האט עס קיינמאל נישט געזאגט.
און ס'האט אין דעם א העכערע טעם, וואס נאך צדיקים האבן עס געוואלט איינפירן.
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
- מנשה לוסטיג
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1566
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
- האט שוין געלייקט: 192 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל
חסד, יעדע אהבה זאל זיין ריכטיג, גבורה יעדע שארפע זאך זאל זיין ריכטיג, תפארת יעדע התפעלות זאל זיין אויף ריכטיג, נצח יעדע אויספיר זאל זיין ריכטיג, הוד יעדע שיינהייט זאל זיין אויפריכטיג, יסוד יעדע זאך זאל זיין באזירט אויף די ריכטיגקיט, מלכות אלעס זאל זיין מיטן ציל צו דינען דעם ריכטיגע ציל.
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
איך פלעג אלץ בחור לערנענדיג אין מאנסי אסאך זיך אריבערכאפן קיין סקווירא, זיי האבן אסאך מעלות און אין אלגעמיין איז דער ציבור איידלער וואו ערגעץ אנדערש.
ס'האט מיר געבאדערט אמאל דאווענענדיג דארט אינדערוואכן איז געווען א ספרד'יש אידל און געזאגט קדיש יתום תמימות'דיג ארויס פון זיין עדות המזרח סידור. וואסערע קולות מען האט איהם באפאלען דארטן אנגעהויבן ביי "קץ" און אויך ווייטער (ס'טייטש ער איז דאך מעכב די גאולה... ), דער איד איז נעבעך געווארן ביטערלעך פארשעמט און מער נישט געזאגט די ווייטערדיגע קדישים.
דאס הייסט מדות?

ריכטיג האט געשריבן:איך פלעג אלץ בחור לערנענדיג אין מאנסי אסאך זיך אריבערכאפן קיין סקווירא, זיי האבן אסאך מעלות און אין אלגעמיין איז דער ציבור איידלער וואו ערגעץ אנדערש.
ס'האט מיר געבאדערט אמאל דאווענענדיג דארט אינדערוואכן איז געווען א ספרד'יש אידל און געזאגט קדיש יתום תמימות'דיג ארויס פון זיין עדות המזרח סידור. וואסערע קולות מען האט איהם באפאלען דארטן אנגעהויבן ביי "קץ" און אויך ווייטער (ס'טייטש ער איז דאך מעכב די גאולה... ), דער איד איז נעבעך געווארן ביטערלעך פארשעמט און מער נישט געזאגט די ווייטערדיגע קדישים.
דאס הייסט מדות?
יא.
אפשר נישט מידת חסד, אבער יא מידת גבורה...
אזויווי ביים 'אש להבה' [וד"ל] אין סקווירא, מכח מידת גבורה...
וואס לאזט מען זיך נער'ן דא. קען דען א גרויסע חסידות בלייבן שטעקן ביי דעם חסידיש ספר'ל ? אדער גאר ביי עפעס אן עבודה פון בין אדם לחבירו ? קאם אן...
איז אזוי, די מהלך פון סקווירא איז געבויט אויף דעם פסוק פון לא תסור מן הדבר אשר יגידו לך ימין ושמאל. אבער מיט אסאך א טיפערע טייטש דערין. דהיינו, אז יעדער מנהג וואס מ'האט זיך שוין געפירט, ווערט ווי א חוק קדוש. און דער וואס איז עובר אויף דעם איז א פורץ גדר. און דאס איז נישט נאר ביי אלטע מנהגים, נאר ביי יעדער איינגעפירטע תקנה, אפילו ס'איז געווארן אזוי בטעות, אדער נאר מיט א טעמפארערי סיבה, וויבאלד ס'איז אזוי געווארן מוז עס שוין בלייבן. ס'איז א בחינה פון גדר לגדרים פאר יודישקייט.
דער פראבלעם איז נאר, אז נישט סקווירא זענען די וואס זענען אויפגעקומען מיט דער מהלך. נאר דאס האט דער סקווערער רבי ז"ל גירש'נט פון זיין עלטער שווער דער פריערדיגער בעלזער רב. דארט האט ער מקבל געווען רובו ככולו פון זיין דרך החיים און עס אריבער געברענגט דא צו דעם טרייפענעם אמעריקע, און פון דא אריין אין דעם הייליגן שטעטל.
לדאבוננו האט דער סקווערער רבי ז"ל נישט צופיל געדענקט פון דערהיים. נאך דער אלע מאורעות קשות וואס איז דארט געווען, און בפרט נאכן פאריתומ'ט ווערן ביי די פופצען יאר האט ער נאך געדענקט אפאר סיפורים מיט אביסל מנהגים פון סקווירא, און דער עיקר האט ער גענומען פון בעלז.
אבער, דער וואס וויל דאך וויסן וואס סקווירא איז געווען אין דערהיים, קען כאפן א שטיקל בליק דורך דעם ספר "לעבדך באמת" תולדות הרה"ק ממאחנובקא זצ"ל. זיין טאטע איז געווען דער בכור פון'ם בכור פון דעם ערשטן סקווערער רבי'ן. און ער איז געווען אן עכטער סקווערער טיפ. אויך ווערט דארט שיין באשריבן זיינע עלטערן.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
Re: חסידות סקווירא - אירע יסודות און שיינקייט - מנשה איינגעל
זייער ריכטיג ארויס געברענגט. די מעשה איז אביסל מער, אין בעלז זענען די קפידות יהרוג ואל יעבר, אבער ס'איז -כמעט - נישטא קיין קפידות מער ווי עס שטייט אין שו"ע.
אין טשערנאבל איז פארהאנען קפידות איבערן קאפ, אבער אן די (צירי) סגול אויף די פ... דאס הייסט אז א ענין איז נישט עק וועלט.
דער סקווערער רבי זצ"ל האט ממזג געווען די 2 זאכן, א ים מיט ענינים וואס אלעס איז ביהרג ואל יעבור מיטן אלטן בעלזער שארפקייט.

האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)

בן אדם האט געשריבן: דער פראבלעם איז נאר, אז נישט סקווירא זענען די וואס זענען אויפגעקומען מיט דער מהלך. נאר דאס האט דער סקווערער רבי ז"ל גירש'נט פון זיין עלטער שווער דער פריערדיגער בעלזער רב. דארט האט ער מקבל געווען רובו ככולו פון זיין דרך החיים און עס אריבער געברענגט דא צו דעם טרייפענעם אמעריקע, און פון דא אריין אין דעם הייליגן שטעטל.
לדאבוננו האט דער סקווערער רבי ז"ל נישט צופיל געדענקט פון דערהיים. נאך דער אלע מאורעות קשות וואס איז דארט געווען, און בפרט נאכן פאריתומ'ט ווערן ביי די פופצען יאר האט ער נאך געדענקט אפאר סיפורים מיט אביסל מנהגים פון סקווירא, און דער עיקר האט ער גענומען פון בעלז.
במחכ"ת, נישט נאר די סקווערע לייקענען דיינע ווערטער, נאר אויך די בעלזע.
ס'דא אן א שיעור מעשיות, וויאזוי דער סקווערער רבי האט נישט נאכגעלאזט ממנהגי בית אבותיו אין בעלזא גופא, אפילו דאס האט נאטירליך געמיינט רדיפות [ע"ע 'בעלזע יושבים'...]. און די חידוש איז נאך גרעסער, צוליב דעם וואס ער איז געווען אן איידעם ביי ר' פיניעלע אוסטילער, וואס איז אליינס געקומען פונעם טשערנאבילן גזע, אבער ער האט זיך יא מתכופף געווען צו די בעלזע מנהגים, לעומת זיין איידעם וואס האט נישט מוותר געווען.
וואס איז יא מעגליך, אז דארט ווי בעלזא האט מוסיף געווען, האט ער דאס אויך צוגעלייגט. אבער על חשבון בית אבותיו?!
========
[tag]דעת תורה[/tag] האקט.
און סאך בעסער מגיב געווען.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: חסידות סקווירא - אירע יסודות און שיינקייט - מנשה איינגעל
איך האב געוואלט שרייבען, נאר בן אדם האט מיר ארויסגעכאפט מיט רוב נקודות. מ'טרעפט אסאך מאל ביי יתומים דער ענין פון כשהוא חי קולו אחד וכשהוא מת קולו שבעה. אויפ'ן טויט'ן טאטע'ן קען מען ארויפלייגען זאכען אן צו האבען דער גאנצע בילד, און ווייל ס'נאגט פון אינעווייניג, ער ווייסט אז ס'איז למעשה נישט אין גאנצ'ן וואר, ממילא טרייבט מען עס איבער.
דער אלטע סקווערער רבי איז געווען א קאכעדיגע חסידיש'ע איד, אבער כפי הנראה, נישט קיין וועלט'ס חכם. ווען ער האט געגרינד'ט דער ערשטען אפציע ארויסצומופען פון שטאט אויף א חסידיש'ן ערליכ'ן אופן, האבען תמימותדיגע אונגארישע אידען זיך צוגעכאפט דערצו. זיי זענען נישט געווען קיין סקווערע חסידים מער ווי ווינער אידען זענען געווען ר' יונתן'ס חסידים. נאר למעשה איז ער געווען רעבע.
אבער א ווייב האט ער געהאט אזוינ'ס און אזעלעכענ'ס, און זי האט פארוואנדל'ט דעם שטעטל אויפ'ן היינטיג'ן שטייגער. בויען דער שוואנצעריי אז יעדער קינד מוז לעבען מיט'ן הויף שטותים טאג און נאכט, געבויט א טיפשותדיגע גלויבונג אין איינער וואס אויפ'ן בעסטען אופן איז א פלעינער מענטש, נישט קיין גרויס'ן חכם, נישט קיין גרויס'ן בעל מדות און נישט קיין גרויס'ן עובד ה'.
סקווער היינט האי פון די מערסטע און ערגסטע א.ט.ד. פון אלע היימישע קרייזען. דער גראבקייט און פויערישקייט שיינט פון זייערע פנימ'ער. אן עקסטרעמער אומ'צניעות'דיגע באציאונג אין דער גאס, יעדער מוז הערען און זען דער גרויסע כי בא סוס, נאך מער ווי אלע אנדערע רבי'ס. תלמידי חכמים גאנץ שוואך. מיט זייערע גאנצע מרכז הכוללים איז זייער ראב''ד א שוואכ'ן מו''צ אין אנדערע שטעט, עיין זיין תשובה ספר וועסטו זען וואס פארא ת''ק ער איז.
בקיצור, דער auto da fe איז פון זייער שוואכער פראבלעמען.

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
Re: חסידות סקווירא - אירע יסודות און שיינקייט - מנשה איינגעל
די סקווערע או טי די'ס זענען גראבער און מער פויעריש ווי די או טי די'ס פון אנדערע מקומות? ווייל איך גלייב נישט אז דו מיינסט צו זאגן אז די רעגולערע סקווערע זענען גרעבער און פויערישער ווי אנדערע, ווייל דאס וואלט געווען הכחשת שמש בצהרים.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
אדנירם האט געשריבן:במחכ"ת, נישט נאר די סקווערע לייקענען דיינע ווערטער, נאר אויך די בעלזע.
ס'דא אן א שיעור מעשיות, וויאזוי דער סקווערער רבי האט נישט נאכגעלאזט ממנהגי בית אבותיו אין בעלזא גופא, אפילו דאס האט נאטירליך געמיינט רדיפות [ע"ע 'בעלזע יושבים'...]. און די חידוש איז נאך גרעסער, צוליב דעם וואס ער איז געווען אן איידעם ביי ר' פיניעלע אוסטילער, וואס איז אליינס געקומען פונעם טשערנאבילן גזע, אבער ער האט זיך יא מתכופף געווען צו די בעלזע מנהגים, לעומת זיין איידעם וואס האט נישט מוותר געווען.
וואס איז יא מעגליך, אז דארט ווי בעלזא האט מוסיף געווען, האט ער דאס אויך צוגעלייגט. אבער על חשבון בית אבותיו?!
איך קען די אלע מעשיות זייער גוט. און ס'איז פשוט א מענטשליכער נאטור אז ווען יענער איז מקפיד אויף יענעמ'ס זאכן דארף מען שוין מקפיד זיין אויף די אייגענע זאכן. נאכדערצו איינער מיט אזא עקשנות ווי סקווערער רבי ז"ל כידוע דרכו בקודש. און אדרבה, ברענג נאך א ראיה אז אין סקווירא אינדערהיים איז "בכלל" געווען אזא זאך ווי קפידות (אחוץ פון די דריי פיר זאכן וואס איז מקובל מפי אליהו, און אקעי... קץ מיט תהילים שבת וואס קומט נאך פון די טשערנאבלער מגיד).
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
אפשר קען איינער מסביר זיין וואס איז די מעשה מיט די מאדנע סקווירא לבוש פון ווי שטאַמט די פּיאות אויפן אויער די ציצת וואס דערשטיקט דעם האַלץ און די פייערלעשער שטיוועל , ס׳איז דא וואס זאגן אז די שטיוועל קומט פון רוסלאנד וויל ס׳געוועהן גאר קאלט און שניי און ס׳דא וואס זאגן אז אינדערהעים אין סקווירא איז געוועהן זייער בלאָטיק וועלכע פון די לענגעדע׳ס איז אמת ?
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- מבקר
- היימישער באניצער
- הודעות: 355
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 21, 2014 4:49 pm
- האט שוין געלייקט: 548 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 262 מאל
שבת אחים האט געשריבן:אפשר קען איינער מסביר זיין וואס איז די מעשה מיט די מאדנע סקווירא לבוש פון ווי שטאַמט די פּיאות אויפן אויער די ציצת וואס דערשטיקט דעם האַלץ און די פייערלעשער שטיוועל , ס׳איז דא וואס זאגן אז די שטיוועל קומט פון רוסלאנד וויל ס׳געוועהן גאר קאלט און שניי און ס׳דא וואס זאגן אז אינדערהעים אין סקווירא איז געוועהן זייער בלאָטיק וועלכע פון די לענגעדע׳ס איז אמת ?
הטלית קטן היא בשיטת הרב-הבעל התניא, וכן נוהגים גם בחב"ד.
ואודות הפאות, בכתבי האר"י מובא שאם שערות הפאות גדלו כל כך עד שהגיע לקצה הזקן היה האר"י קוצצם.
והיות שיש אומרים לא לגזוז הפאות ע"כ נוהגים בסקווירא לקשור הפאות למעלה מקצה העליון של הזקן.
- חאצקעל שניידער
- ידיד השטיבל
- הודעות: 313
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 18, 2015 12:53 am
- האט שוין געלייקט: 147 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל
Re: חסידות סקווירא - אירע יסודות און שיינקייט - מנשה איינגעל
די שטיוול האב איך געהערט איז וועגן די בעלזער האבן אים גע׳רודפ׳ט וועגן די לאנגע הויזן(ער איז געזעסן קעסט אין בעלזא) (וכמדומה ששמעתי אז מהאט עם געשניטען די הויזן)און שיך און זאקן האט ער נישט געוואלט אנטוען לכבודו פון זיין עלטערע ברודער וואס איז געגאנגען לאנגע הויזן,ווען און וואו זוי סאיז געווארן איינגעפירט ביי די חסידים דארף מען פרעגן די סקווערע
- חאצקעל שניידער
- ידיד השטיבל
- הודעות: 313
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 18, 2015 12:53 am
- האט שוין געלייקט: 147 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל
- חאצקעל שניידער
- ידיד השטיבל
- הודעות: 313
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 18, 2015 12:53 am
- האט שוין געלייקט: 147 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל
Re: חסידות סקווירא - אירע יסודות און שיינקייט - מנשה איינגעל
וואו!! דאס איז מיר א חידוש , דאס הייסט אז פארן רבין ז׳׳ל איז בכלל נישט איינגעפאלן אז די חסידים וועלן זיך דאס אנטוען ,
אבער זיין זון למשל איז יא געגאנגען?
אבער זיין זון למשל איז יא געגאנגען?