שטילע ווינקל פאר די צענזורירטע מינאריטעטן

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
[NAMELESS]

Re: שטילע ווינקל פאר די צענזורירטע מינאריטעטן

שליחה דורך [NAMELESS] »

כעלעמ'ר, די טענה'סט אז אנדערע פיקטשערס פון פרויען האט מען יא געלאזט דארפסטו לינק'ען צו עס. ס'מאכט נישט קיין סענס צו רעדן אין די וועלט אריין
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

יתרו האט געשריבן:כעלעמער א לינק ביטע

געשיקט אין אישי
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ראשעקאל האט געשריבן:כעלעמ'ר, די טענה'סט אז אנדערע פיקטשערס פון פרויען האט מען יא געלאזט דארפסטו לינק'ען צו עס

כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:...נאר ווען ס'איז אריינגעקומען דא דער מעלדונג פונעם מנהל אז איך זאל נאר מעלדן און זיי וועלן שוין מעקן וויל איז נישט אז ס'זאל זיין ידי במעל הזה. קענסט אבער זייער גרינג כאפן א בליק אין שטיבל און טרעפן א שטויס מיט בילדער פון א סאך א ווייטערען קוואליטעט ליגן על מכונם בשלום אומבארירט.
[NAMELESS]

Re: שטילע ווינקל פאר די צענזורירטע מינאריטעטן

שליחה דורך [NAMELESS] »

געטס מיך האומוואק?
באניצער אוואטאר
סארווירער
מנהל
מנהל
הודעות: 43
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 11, 2015 1:07 pm
האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל

שליחה דורך סארווירער »

בשם גבאי שני:

קען זיין כעלעמער איז גערעכט לגבי וויפיל כ'האב בלורי געמאכט (עס איז שוין דורך א לאנגע צייט זייט דעמאלט) אבער דאס איז זיכער אז כ'האב נישט געטוישט עפעס וואס איז נוגע די תגובה. און אוודאי און אוודאי האב איך עס נישט געטוהן ווייל כעלעמער איז פון אן א.ג. מינאריטעט, ווי שוין פריער אויסגעשמועסט באריכות.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

אן אריינגיין אין דעם ספציפשן מעקונג פאל ,ווי איך האלט אז ביידע זייטן טרייבן איבער דער מעקער מיטן אפווישן די שלאפעדיגע אלטע ...... און המגיד מכעלעם מיטן מאכן עס סאונדן ווי דער פנים פארווישונג איז עק וועלט.

אבער דאס קען איך מעיד זיין בבירור אז מיט זיין צווייטע נקודה איז ער הייליג גערעכט! די באריכט קנעפל איז א לעפפינג דשאוק. פונקט ווי עם האב איך גענוג מאל באריכטעט און א צוויי וואכן שפעטער באקומען א אנטווארט אז עס איז 'מסודר געווארן' אבער רובא דרובא מאל שטייט נאך יענע תגובות אינגאנצן אומבארירט (איינציגע האט מען יא מסדר געווען) ,עס נעמט אוועק די גאנצע חשק צו באריכטן. יעצט קום מיר נישט זאגן אז ווען א אזוי גערופענע מכובד'יגע ניק באריכט עפעס באקומט עס די זעלבע טריטמענט ווי מיינע און ר' מגיד'ס.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 819
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:32 pm
האט שוין געלייקט: 434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 733 מאל

שליחה דורך יתרו »

בכלל שפיר איך אז די גאנצע כעלעמע סעמוטאכע איז געבויט אויף לופט, בעסער געזאגט אויף ווייניג סעלף עסטים.
דער כעלעמער לייגט אראפ א הנחה כאילו ער באלאנגט צו די מינאריטעט און אז מען מעקט זיינע תגובות מוז זיין אז עס הערשט דא אן איפה ואיפה'דיגע הנהגה.
ואני אומר איפכא דער כעלעמער באלאנגט צו די מערהייט, צו די עליטע, און אז מען מעקט זיינע תגובות מוז זיין אז מען קוקט נישט אויף ניק נאר אויפן תוכן הדברים.
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
האט שוין געלייקט: 1386 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

שליחה דורך chusid »

איך פלעג מיך אויסמשל'ן הלוואי אונזער שטאט ווערט ווען געפירט דורך מענטשן בעלי דעת וואס שטרעבן אויף יושר וצדק...איך האב געהאלטן אז יעדער וועט זיך מחיה זיין ...דערווייל זע איך אז ניין מען קען זיי נאך אלץ באשולדיגן מיט קאראפציע און אלסדינג פונקט ווי די גאלאנטער...
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

איך אויך האט געשריבן:אבער דאס קען איך מעיד זיין בבירור אז מיט זיין צווייטע נקודה איז ער הייליג גערעכט! די באריכט קנעפל איז א לעפפינג דשאוק. פונקט ווי עם האב איך גענוג מאל באריכטעט און א צוויי וואכן שפעטער באקומען א אנטווארט אז עס איז 'מסודר געווארן' אבער רובא דרובא מאל שטייט נאך יענע תגובות אינגאנצן אומבארירט (איינציגע האט מען יא מסדר געווען) ,עס נעמט אוועק די גאנצע חשק צו באריכטן. יעצט קום מיר נישט זאגן אז ווען א אזוי גערופענע מכובד'יגע ניק באריכט עפעס באקומט עס די זעלבע טריטמענט ווי מיינע און ר' מגיד'ס.

איך זעלבסט האב שוין געהאט דאס זעלבע א שיינע פאר מאל! איך באריכט א זאך וואס איך האלט עס איז נישט אויסגעהאלטן, צי ע"פ תקנות השטיבל, צי אפילו תקנות התורה... און ביז א 2 וואכן באקום איך די אישי (וואס די סיסטעם שיקט ארויס אויטאמאטיש ווען איימיצר פארמעקט דעם באריכט) אז עס איז מסודר געווארן, און ווען קוק נאך זעה איך אז אלעס איז ווייטער כמתכונתו.

אין חדר הגבאים קומען אריין כסדר באריכטן און עס אנטוויקלט זיך א דין ודברים, נישט אלץ בלייבט דער פסק אז מען זאל טוישן/רעדאגירן/פארמעקן. צומאל איז דער באריכט א מינדערוויכטיגע טענה און נישט גענוג שטארק צו טוישן דעם פרייהייט פון ווארט. און עס איז נישט קיין מינדעסטע חילוק פון ווער עס האט באריכטעט. (איך האב לעצטנס אנגערופן דא א ניק מיט א זלזול'דיגן נאמען ברבים, און איך האב אריינגעהויבן א פסק פון א מנהל אז איך האב נישט געהאט קיין רעכט דאס צו טאן.)
וירח ה' את ריח הניחוח
בן נריהו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 158
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 22, 2015 2:03 pm
האט שוין געלייקט: 297 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל

שליחה דורך בן נריהו »

[justify]עס ווינדערט טאקע - צום ווייניגסטענס דיזן שרייבער, דעס מען האט - הייסט עס די גבאים האבן - דורכגעלאזט, אין פה-סח, וואס [tag]כעלעם'ר מגיד[/tag] - אין זיין אפפעריגע שרייב ווערק - האט, נישט-מיר-נישט-דיר ארונטערגעשווערצט צווישן די ווערטער:
דער זוהר'ס ארמי'ש איז שוין פון א צוויי הונדערט יאר שפעטער [פון רבי מאיר'ס אקדמות] דעריבער האט עס טאקע אזא פנים.


שטארק פראוואצירנד איז זי - די דאזיגע דעקלעראציע. אבער געמעקט איז זי נישט פארמעקט געווארן. די פראוואקאציע איז צוויי זייטיג. די זוהר שפראך זעלבסט - די ווערטער און זאגער אויך די אלפאבעטן אירע - זענען פארהייליגט ביי פיל ערליכע לייט. דאס שרייבן אז "דעריבער האט עס אזא פנים" געבט דעם שרייבער זעלבסט "אזא פנים". ווידעראום, צו אנ-נעמען פלאך אז זוהר איז פארפאסט געווארן גאנץ לעצטענס - אן ערענסטע אלטע געפעכט - איז פראוואצירנד.

געמעקט איז עס - אבער - נישט געמעקט געווארן.[/justify]
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

Re: שטילע ווינקל פאר די צענזורירטע מינאריטעטן

שליחה דורך דעת תורה »

אפשר מיינט ער צו זאגן אז דער זוהר איז פארפאסט געווארן ברוה"ק לויט די שפעטעריגע אראמיש, אזוי ווי מען מוז מילא פארענטפערן אסאך אנדערע זאכן. אדער קען מען גיין מיטן מהלך המבואר אצל היעב"ץ והחת"ס באשכול ההוא.

לגבי די 'פנים' חלק ווייס איך נישט דעם קאנטעקסט וואס ער האט געמיינט ארויס צו ברענגען.

עכ"פ אויב - און טאקע נאר אויב - איז טאקע פעסט געשטעלט אז דער זוהר לשון איז א שפעטערדיגער סארט שפראך, ברויך מען דאס פארענטפערן, נישט משתיק זיין דעם וואס פארציילט דעם טרוקענעם פאקט.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:
יתרו האט געשריבן:כעלעמער א לינק ביטע

געשיקט אין אישי

איך וויל אויך
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

שליחה דורך מפוזרי »

דעת תורה האט געשריבן:עכ"פ אויב - און טאקע נאר אויב - איז טאקע פעסט געשטעלט אז דער זוהר לשון איז א שפעטערדיגער סארט שפראך, ברויך מען דאס פארענטפערן, נישט משתיק זיין דעם וואס פארציילט דעם טרוקענעם פאקט.

אבער היות ס'איז נישט פעסט אוועקגעשטעלט און אזוי ווי [tag]בן נריהו[/tag] זאגט איז עס אן ערנסטע אלטע געפעכט, און עכ''פ אויף גאנץ זוהר איז עס זיכער נישט פעסטגעשטעלט, איז עס היבש פראוואצירינד - אפילו אויב ער נעמט אן דעם צווייטן צד - אראפצולייגן אלץ טרוקענער פאקט.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

chusid האט געשריבן:איך פלעג מיך אויסמשל'ן הלוואי אונזער שטאט ווערט ווען געפירט דורך מענטשן בעלי דעת וואס שטרעבן אויף יושר וצדק...איך האב געהאלטן אז יעדער וועט זיך מחיה זיין ...דערווייל זע איך אז ניין מען קען זיי נאך אלץ באשולדיגן מיט קאראפציע און אלסדינג פונקט ווי די גאלאנטער...

און איך הייב שוין אן צו האלטן אז דער גאלאנטער איז אויך סתם א קרבן... :lol:
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

רבונא דעלמא פריקן כולא, הייליגער כעלעמער, דו ווייסט ווי שטארק איך האב דיר ליב און ביזט געווען מיין ערשטע קאנטאקט פאר הילף צום פה סח, אבער ווי קומט צו אזא קלוגן און באזעסענעם איד ווי דער בארימטער מגיד מישרים אזא וואנזיניגע מסקנה, אז די סיבה פון דיין בילד געמעקעריי איבער אנדערע איז צוליב סעגעראציע, איך פארשטיי ס'האט געפעלט קלארקייט אין דעם פאליסי, אבער אזא אומשכלדיגע קאנקלוזיע?!
לאמיר זען, ווער זענען די מעקערס, צי רעדט מען דען פון עפעס אן עליטע איינהייט, דאס איז דאך מכם ובכם, דאס קומט געווענליך פון די גבאי החודש, סתם עמך אידן, יאיר און רויטע, ונבנתה און מאטי, יואב אן שמערל, פליקער און לאליפאפ, ראובן און שעפטל, דיינע גוטע ברודער, דיינע ליבע פריינט, זיי ביסטו חושד אין סעגעראציע?! איך געדענק נישט צי דו אליין ביזט שוין געזען גבאי צי נישט, אבער אדער האט מען דיר עס שוין אנגעטראגן, אדער גייט מען דיך עס אנטראגן, יעדע רעספעקטירטער ניק קריגט די געלעגנהייט.
הכלל צו בן נוריה'ס טענה, אלס פה סח רעדאקטאר וויל איך ענטפערן, כ'האב געוויס באמערקט דעם פאראגראף און דאך נישט צענזורירט, ווייל סך הכל באציעט ער זיך צום שפראך און דקדוק פון זוהר, אז צוליב וואס (טייל דערפון) איז געשריבן געווארן יארן נאך וואס מ'האט זיך שוין נישט באנוצט מיט אראמיש, האט זיך אויסגעשטעלט אז עס איז עס נישט גראמאטיש אויסגעהאלטן.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ס'טוט מיר וויי אז מ'האט מיר שלעכט פארשטאנען. איך האב חלילה קיינעם נישט געמיינט אונטעצורייסן. כ'האב ארויפגעברענגט אן אישו וואס איך האב געהאלטן אז ס'איז צריך תיקון, נישט אז כ'האב מיך געפריידט צו כאפן דעם טוטער ביי די מעשה. אויב בין איך גערעכט האט איך ערווארטעט עס זאל זיך אויסקלארן די לופט און ס'זאל מסודר ווערן, און אויב כ'זאל וויסן אז איך האב געמאכט א טעות בין איך מער ווי צופרידן און שלום על ישראל, אדרבה. האדם יראה לעיניים שטייט אין פסוק, אויב האב איך זיך פאררעכנט און סתם אויסגע'דמיון'ט א בער איז תיתי לי אז ס'איז נישט אמת. סוף כל סוף בין איך פון די ערשטע שרייבערס דא אין שטיבל און איך בין נאך אלץ דא און האב הנאה פון די קיבוץ חכמים וסופרים, דאס פלאץ איז בדרך כלל זייער געשעצט ביי מיר און ס'גייט מיר שטארק אן אז דאס זאל ווייטער בליען און וואקסן על מי מנוחות ווי ס'פאסט זיך.
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

[tag]כעלעם'ר מגיד[/tag] איך ווייס נישט ווי אזוי מען איז מסביר א זאך אין כעלמיש, אבער אז מען דריקט אויפ די הענטעלע וואס האט א פינגער אויף ארויף, געשעיט עפעס ווינדערבאר וואס דו האסט נאך קיינמאל נישט געזעין, עס קערט זיך איבער אזוי ווי סדום ועמורה אדמא וציונים, פאר עפעס סיבה האט דאס ביי יעדען וואס האט עס שוין געטיען איינמאל כאטשיג עפעס א ציאינגס קראפט אזוי ווי קענדי קראש, עס גיבט גאר א גיטע געפיל פריוו עס אויס, לאז זיך נישט זיין נאר א עקספערעמענט פון אנדערע וואס האבן שוין אויף אייך געפריווט כמעט זיבן הינדערט מאל, עס וועט זיין א שאנדע, לאז זיך נישט גיב ציריק אזוי איינער האט געטיען מיט יארן ציריק פאר באבע צירל.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

עס קערט זיך איבער אזוי ווי סדום ועמורה אדמא וציונים
פארשפארט