חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

ריכטיג האט געשריבן:דער איד איז נעבעך געווארן ביטערלעך פ̶א̶ר̶ש̶ע̶מ̶ט פארעקשנ'ט און מער נישט געזאגט די ווייטערדיגע קדישים.

דאס הייסט מדות?
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

די ליטווישע האבן נישט א.ט.ד. , זיי ווערן אויס ליטוויש
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דעת תורה האט געשריבן:די סקווערע או טי די'ס זענען גראבער און מער פויעריש ווי די או טי די'ס פון אנדערע מקומות? ווייל איך גלייב נישט אז דו מיינסט צו זאגן אז די רעגולערע סקווערע זענען גרעבער און פויערישער ווי אנדערע, ווייל דאס וואלט געווען הכחשת שמש בצהרים.


אפשר האבען מיר אן אנדערע זין, אבער ווען מ'הייבט אויף שמועסן מיט א סקווערער חסיד טראפקעט ארויס דער גראבקייט. קיין שום דרך ארץ פאר א צוויטע'ן, א קינד'ס גראבער פארשטאנד פון דער וועלט, און אן אבסעסי"א מיט קטנות קלייניקייטען אן די מידנעסטע אנערקענשאפט אז דער צווייטע איז אויך א מענטש. די מקורות און ראיות פאר זייער זאכען זענען אויך אזוי גראב און האלבזיניג, נאר דאס ווארט פויעריש גילט.
און פאר דער וואס האט עס נישט געזען במו עיניו, קוק אין דער קונטרס פון לונדון און זיך לערנען וואס מיינט א פויער
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

דער ספר גייט אויפן דרך פון ספר חפץ חיים
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

diff האט געשריבן:דער ספר גייט אויפן דרך פון ספר חפץ חיים


למשל אזא תגובה, וואס פאר א אידיאט דארף מען זיין פאר אזעלכע טפשות?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

אזוי ווי דו זאגסט, מיר האבן א אנדערע זין, כאטש מען קען בדרך דרש (וואס דו האסט אזוי פיינט...) אריינלייגן דיינע פשטים אויך אין די ווערטער גראב און פויעריש.

לגבי דעם ספר, עס איז דא צו באקומען אין ענגליש מער ווייניגער מילה במילה, בעיקר אין די קאנסערוואטיווע סאוטערן סטעיטס, עס איז לאו דוקא פראבלעמאטיש, ס'איז פשוט אלד סקול. דו האסט דיך שוין 'מואווד אן' ווי מ'זאגט, בעת אנדערע מער טראדיציאנאלע 'לאו ענד ארדער' מענטשן זענען געבליבן שטעקן אין די פארגאנגענהייט. בכל אופן איז דאס גוט פאר סאטמאר למשל פונקט ווי פאר סקווער, אפשר דער חלק פון ארבעטן אויף לוקסוס איז נישט קיין סאטמארע אישו, דאס איז מער א רוסישער מהלך (און ווען דו וואלסט ווען געווען א ליטוואק פון ליטא וואלסטו זיך אויך אידענטיפיצירט דערמיט...).
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

ליטוואק ,אז דו הייבסט שוין אן מיט די ווילדע ליטווישע שפראך, זעט אויס דו האסט נישט א ענטפער
זייט דער חפץ חיים איז אנגענומען זיכט אים יעדער נאכצומאכן
פריש וואסער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 47
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 6:26 pm
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

שליחה דורך פריש וואסער »

לדעתי הענייה, מיט דעם שטייט ארויס סקווירה פון צווישן אלע אנדערע, אז דער רבי איז דער צענטער פון יעדע זאך ממש, יעדע מחשבה, דיבור ומעשה. אז מען דאווענט, דאווענט מען אויסגעדריידט צום רבי'ן, אז מ'שאקלט לולב, שאקלט מען צום רבי'ן, און אז מ'מאכט חתונה א קינד, שטעלט מען אויף נאך א סקווירא משפחה.
אין א געוויסן זינען, קען מען נעמען א בילד פון א לעבען פון א ערליכע איד, ארויסנעמען דעם רבש"ע, און אריינלייגען דעם רבי'ן, און די תוצאה: א סקווירא חסיד.
דאס מיינט נישט אז מ'קען חלילה פארגלייכן סקווירא צו נצרות ח"ו. דאס מיינט נאר אז סקווירא האט גענומען דאס ענין פונעם "הצדיק אמצעי בין האדם ובוראו", און עם אויפגעבלאזן כאילו דאס איז גאנץ אידישקייט.
לכבוד שבת קודש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 278
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 17, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 270 מאל

שליחה דורך לכבוד שבת קודש »

מבקר האט געשריבן:ביי סקווירא חסידים איז עס געווארן איינגעפירט מיט אפאר יאר צוריק דורך ר' י.מ.ד.

לכתחילה האט ער געטרייט עס איינצופירן אויך אין די וואכן טעג אבער דא איז עס עם ב"ה שוין נישט געלונגען.



איך האב אמאל געהערט פון ר' אברהם דוב טווערסקי, ברודער פון רחמסטריבקער רבי שליט"א, אז ער פלעגט אלס יונגערמאן פיל שמועסן מיט סקווירער רבי, און איינע פון די פראבלעמען וואס דער רבי האט געהאט איז געווען, פארוואס מען דערקענט נישט אויף א סקווירער חסיד אז ער איז א סקווירער, דהיינו אויף א בעלזער דערקענט מען עס, א גורער דערקענט מען, א באבוב'ער דערקענט מען, אבער סקווירא דערקענט מען נישט, זיי זענען עפעס צו פשוט... ער האט געזוכט א לייזונג דערויף, אז מען זאל דערקענען און ס'זאל ארויסשטייגן דאס סקווירא'קייט פון זיינע חסידים.

עני-וועי, צוריק צום נושא.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

diff האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:דער איד איז נעבעך געווארן ביטערלעך פ̶א̶ר̶ש̶ע̶מ̶ט פארעקשנ'ט און מער נישט געזאגט די ווייטערדיגע קדישים.

דאס הייסט מדות?

זאג, ביסט דארט געווען?
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

אזוי ווי דו

פריש וואסער, זייער גוט באשריבן חסידות
און נצרות מיינט ארויסגעבן א גלויבן בוך
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום diff, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך ווייס נישט פארוואס דו ביסט אזוי באליידיגט פון די מעשה, מוזט מיר נישט גלייבן, אבער איך האב גארנישט קעגן דעם ציבור אין סקווירא און איך האב קלאר מקדים געווען בשבחם, אז דו ווילסט נישט גלייבן פרוביר עס אליינס אויס.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אין דעם אשכול, שרייבט פרישער בתוך התגובה:

פרישער האט געשריבן:איינעם אין אלט סקווער איז איינגעפאלען אז מען מיז האבען שטיוועיל, אולי ווייל אין סיביר איז געוועין קאלט, אין האט זיך אנגעטין שטיוול כדי די בלייבן מיט רגלים לדבר, ומי ראה את הרבי בשטיוול אין איז נישט מסכים אן ציטיען, עס איז דאך פערציג אינטערן נול, אבער מחמת סיבת שונות ווען מען האט גולה געוועין פין סיביר, האט מען אלעס דינג איבערגעלאזט חיץ די שטיוועל אין מען איז מוסר נפש אויף דערוף, אפילו דער באשעפער איז מוציא חמה מינרטיקה קען מען נישט מוותר זיין על בוצתו.


רעדנדיג אזוי, שרייבט ער דארט אויך איבער די רבינו תם אונטערהויזן:
פרישער האט געשריבן:ווען דער רבינו תם האט מתקן געוועין די גאטשעס, קען איך פארשטיין אז ער האט נישט געגליכן קיין טייטיס, אבער ווער קען מיר מסביר זיין פארוואס איז עס נישטא אין אלע קאלירן, איך גלייך שטארק פערפל, אין אז איך שפאציר אריין מארגען אין די מקוה, מיט א לאנגע ברייטע אויסגעהאלטענע גאטשע פין תכלת וועט דאך יעדער אן אויסנאם קיקען אין בודק זיין מיין ווי מ'טארניש, צי זעין צי איך א כשר לבוא בקהל, אדער א נולד מהיל. אדער א נולד מאוחר.


[tag]עזריאל[/tag]

לכבוד שבת קודש האט געשריבן:עני-וועי, צוריק צום נושא.
וירח ה' את ריח הניחוח
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פריש וואסער האט געשריבן:לדעתי הענייה, מיט דעם שטייט ארויס סקווירה פון צווישן אלע אנדערע, אז דער רבי איז דער צענטער פון יעדע זאך ממש, יעדע מחשבה, דיבור ומעשה. אז מען דאווענט, דאווענט מען אויסגעדריידט צום רבי'ן, אז מ'שאקלט לולב, שאקלט מען צום רבי'ן, און אז מ'מאכט חתונה א קינד, שטעלט מען אויף נאך א סקווירא משפחה.
אין א געוויסן זינען, קען מען נעמען א בילד פון א לעבען פון א ערליכע איד, ארויסנעמען דעם רבש"ע, און אריינלייגען דעם רבי'ן, און די תוצאה: א סקווירא חסיד.
דאס מיינט נישט אז מ'קען חלילה פארגלייכן סקווירא צו נצרות ח"ו. דאס מיינט נאר אז סקווירא האט גענומען דאס ענין פונעם "הצדיק אמצעי בין האדם ובוראו", און עם אויפגעבלאזן כאילו דאס איז גאנץ אידישקייט.

אויב דיינע ווערטער זענען נוגע, דארפסטו דאס נוצן צום ערשט אויפן מרכז וויזניצן רעבען [ר' מענדלע]. ודו"ק.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דעת תורה האט געשריבן:אזוי ווי דו זאגסט, מיר האבן א אנדערע זין, כאטש מען קען בדרך דרש (וואס דו האסט אזוי פיינט...) אריינלייגן דיינע פשטים אויך אין די ווערטער גראב און פויעריש.

לגבי דעם ספר, עס איז דא צו באקומען אין ענגליש מער ווייניגער מילה במילה, בעיקר אין די קאנסערוואטיווע סאוטערן סטעיטס, עס איז לאו דוקא פראבלעמאטיש, ס'איז פשוט אלד סקול. דו האסט דיך שוין 'מואווד אן' ווי מ'זאגט, בעת אנדערע מער טראדיציאנאלע 'לאו ענד ארדער' מענטשן זענען געבליבן שטעקן אין די פארגאנגענהייט. בכל אופן איז דאס גוט פאר סאטמאר למשל פונקט ווי פאר סקווער, אפשר דער חלק פון ארבעטן אויף לוקסוס איז נישט קיין סאטמארע אישו, דאס איז מער א רוסישער מהלך (און ווען דו וואלסט ווען געווען א ליטוואק פון ליטא וואלסטו זיך אויך אידענטיפיצירט דערמיט...).

דאס אז אזוי האט מען אמאל געהאלטען איז שקר. דו מיינסט טאקע אז אמאל איז דער גאנצע וועלט געווען קליינקעפיגע רשעים. די חברה האבען פאבריצירט א היסטאריא פאר זייערע אייגענעם צוועק. אמאל האט מען געהאלטען אז קינדער דארף מען מחנך זיין נישט צו פארשטייען? גייען קאפ אין וואנט? איך ווייס פון כמה מקורות אז ס'איז נישט אזוי. ר' חיים בריסקער האט מכיר טובה פאר זיין מלמד פאר'ן עפענען זיין קאפ צו הבנת התורה. אין 'פון וואלאזין ביז ירושלים' ברענגט מאיר בר אילן פון זיין טאטע אז נישט אומער דארף מען זיך בייגען פאר'ן מלמד. ס'איז דא א ביכעל, א העכט'ס אינטרעסאנטע פון א פרוי ווי זי האט איבערגעלעבט דער קריג אין בודאפעסט the scent of snowflowers. זי דערמאנט דארט די פעדאגאגישער יסודות וואס די ווייבער אין דארף האבען ארומגעשמועס'ט. גארנישט אזוי קאפ אין וואנט. מ'קען עס היינט ליינען אין בינה מאגאזין פון עפעס א הויכגעשעצטע רעבעצין פון בולטימור צו וואס.
און ממקום שבאת. דאס ווארט אין פארצייטישע אידיש צו באשרייבען געוויסע מענטשען פון רוסלאנד מיט'ן נאמען 'פויערים', אויף ענגליש רופט מען זיי rednecks, די חברה פון די סאוט''ה וואס האלטען שטארק צו רעליגי''ע מיט ביקסען. אז סקווער איז אזוי ווי זיי, האסטו אויפגעוויזען אז איך בין גערעכט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם

שליחה דורך דעת תורה »

אודאי אזוי. ווען דו ביסט געווען א קינד האסטו נישט געהערט אומצאליגע מאל אז מען דארף פאלגן אפילו מען פארשטייט נישט? און אז עלטערן / מחנכים דארפן זיך נישט מסביר זיין פאר א קינד.

לגבי דאס נישט פארשטיין דאס געלערנטע מאטריאל נאר אננעמען אזוי ווייל כך גזרה חכמתו ית', דאס איז שוין טאקע א חידוש עצום פונעם מחבר, איך געדענק נישט אזאלכע זאכן פון אלס קינד, אדרבה מען האט אלס פרובירט אויף וויפיל ס'איז שייך יא צו פארשטיין און לערנען כפי שכלו פונעם קינד, און אלע חרדי'שע מוסדות היינט לייגן א שטארקן דגוש דערויף, אריין גערעכנט סקווירא מוסדות אויך, ווי דער מחבר איז זיך טאקע מתמרמר אז ס'כאפט זיך אריין ביים היימישן עולם דאס.

(דער מחבר הספר איז כאמור שטארק סטאק אין די פעסט, און בענקט זיך געפערליך צו די גוד אלד דעיס, האט ער אבער א פראבלעם אז די חדר סיסטעם האט היבש געסאקט נישט זייענדיג מסודר געהעריג, און בכלל האט מען אמאל געלייגט א קנאפע דגוש אויף לערנען מיט א ריכטיגע הבנה, איז ער אויפגעקומען מיט א חידוש אז אזוי ברויך עס טאקע צו זיין והא ראיה אין די גוטע צייטן האט מען אזוי געטון...)

בכלל פארשטיי איך נישט וואס עפעס דו נעמסט א קונטרס וואס א אינדיווידועל האט געשריבן - מיט די הסכמות פון פרעמדע רבנים וואס האבן קנאפ מיט סקווירא - און דו מאכסט דאס ווי א סקווירא שיטה. כאילו דער סקווירא'ר רבי האלט אזוי טאקע און מען טוט אזוי בפועל אין די מוסדות.

לגבי די פשעטל איבער פויערן און די סאוטערן קאובוי'ס, מיט דעם זענען זיי - און דאס גאנצע חרדי'זם וואס איז געבויט אויף אנטי מאדערניזאציע - טאקע גלייך מיט די פונדאמענטאליסטן און עקסטרעמיסטן פון אנדערע רעליגיעס להבדיל א"א הבדלות, מ'קען ליינען בערך די זעלבע מושגים אויף אנדערע שפראכן ביי אלע טראדיציאנאליסטן רעספעקטיוולי. אבער דאס איז נאר ווייל די איבריגע וועלט האט זיך גערוקט פאראויס. אבער אוודאי איז אמאל אזוי געווען איבעראל. דייטשלאנד, די פאן טרעגער פון מאדערניזאציע בימים ההם איז דוקא אויך געווען א סימבאל פאר א טאף, שטייפע קאלטע ערציאונג. אקעי יעצט וועסטו קומען זאגן אז די סקווערע זענען נאצי'ס... ווייל די דייטשן פלעגן האבן אזא חינוך. נו שוין מילא
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

שוין ווידער מיט די פעסט. ס'איז נישט מער ווי דמיונות. איך געדענק סכסוכים מיט מלמדים און ס'איז מיר געווען קלאר אז מיין עלטער'ן האלט'ן ווי מיר. אמת, אפשר האבען מיין עלטער'ן אויך נישט גענוג שכל געהאט, אבער היינט מעג מען אויך נישט זאגען פאר א קינד אז דער מלמד איז נישט גערעכט. פראביר נאר, אוי וועסטו כאפען א פארצי''ע פון די הנהלה. זיי האבען דער מאכט.
און דער שטותים זיינער איז קלאר דער סקווערער שטייגער. מ'קען נישט ברענגען קיין ראיה פון איין קונטרס, אבער דער וואס קען זיי, איז דאס טיפיקע''ל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

ריכטיג האט געשריבן:איך פלעג אלץ בחור לערנענדיג אין מאנסי אסאך זיך אריבערכאפן קיין סקווירא, זיי האבן אסאך מעלות און אין אלגעמיין איז דער ציבור איידלער וואו ערגעץ אנדערש.

ס'האט מיר געבאדערט אמאל דאווענענדיג דארט אינדערוואכן איז געווען א ספרד'יש אידל און געזאגט קדיש יתום תמימות'דיג ארויס פון זיין עדות המזרח סידור. וואסערע קולות מען האט איהם באפאלען דארטן אנגעהויבן ביי "קץ" און אויך ווייטער (ס'טייטש ער איז דאך מעכב די גאולה... ), דער איד איז נעבעך געווארן ביטערלעך פארשעמט און מער נישט געזאגט די ווייטערדיגע קדישים.

דאס הייסט מדות?

אויב זאגן קץ איז אזא שטארקע זאך אין א קהילה, ווי קומט אריין מידות?
אלא מאי, אז מהאט פארשטיינער צלפחד פארן מקושש עצים זיין, ווי זענען געווען זייערע מידות?
גראדע איז דא א סיפור פונעם הייליגן קדוש יעקב זי''ע, אז ער האט געזאגט אויף אזא געשעעניש, אויב יענער וויל נישט זאגן 'קץ', דארף מען עהם נישט ארויסשיקן, נאר די מנין זאל ארויסגיין פון דארט, וועט ער ממילא נישט האבן וואס קיין קדיש צו זאגן. און אזוי וואלט מען ווען געברויכט טאהן, אבער ליידער איז מעשים בכל יום הרבה פעמים, אז כמעט וואס מ'מאכט נישט קיין בראטל פון דעם, כאטש מ'וואלט יא געברויכט לויטן רצון פונעם מייסד המקום, און ווען ס'געפונט זיך דארט איינער וואס קימערט זיך יא, טוט יענער טאקע מעורר זיין, אבער דאס ווארט קולות וואס דו שילדערסט, פארשטיי איך אז פון זאגן בלחש דערהערט יענער גארנישט אז ער מוז זאגן קץ, נאר אז גוערין בו, ווי איינער וואס איז משנה ממטבע שטבעו חכמים, איז ממילא קולות. און אזוי קומט עס, ביי יענעם אין דיינינגרום פירט מען זיך אויף ווי דער בעל הבית וויל. און סקווירא שטעטל איז דעם רבינס דיינינגרום.
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מנשה לוסטיג האט געשריבן:אויב זאגן קץ איז אזא שטארקע זאך אין א קהילה, ווי קומט אריין מידות?
וואאאאאאאאאס???

מנשה לוסטיג האט געשריבן:אלא מאי, אז מהאט פארשטיינער צלפחד פארן מקושש עצים זיין, ווי זענען געווען זייערע מידות?
ממש א דמיון! הפלא ופלא!

מנשה לוסטיג האט געשריבן:גראדע איז דא א סיפור פונעם הייליגן קדוש יעקב זי''ע, אז ער האט געזאגט אויף אזא געשעעניש, אויב יענער וויל נישט זאגן 'קץ', דארף מען עהם נישט ארויסשיקן, נאר די מנין זאל ארויסגיין פון דארט, וועט ער ממילא נישט האבן וואס קיין קדיש צו זאגן.
:o :shock: :? :shock: :o

מנשה לוסטיג האט געשריבן: ווען ס'געפונט זיך דארט איינער וואס קימערט זיך יא, טוט יענער טאקע מעורר זיין, אבער דאס ווארט קולות וואס דו שילדערסט, פארשטיי איך אז פון זאגן בלחש דערהערט יענער גארנישט אז ער מוז זאגן קץ, נאר אז גוערין בו, ווי איינער וואס איז משנה ממטבע שטבעו חכמים, איז ממילא קולות.
אומקלארע ווערטער.
"מטבע שטבעו חכמים"?
"גוערין בו"?
"בלחש הערט מען נישט"?
קען מיך איינער מסביר זיין???

מנשה לוסטיג האט געשריבן: און אזוי קומט עס, ביי יענעם אין דיינינגרום פירט מען זיך אויף ווי דער בעל הבית וויל. און סקווירא שטעטל איז דעם רבינס דיינינגרום.

אהההה, ב"ה.
אלעס שטימט שוין!!!
:twisted:
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

דער הייליגער קדוש יעקב זצוקלל''ה האט געזאגט.
מיר וואלט אויך געקאנט אויסלערנען די בחורים וואס צוריק צוענטפערן.. מיר האבן ניט קיין צייט פאר די זאכן, אין די צייט וועלן מיר זיי אויסלערנען, וויאזוי צו לערענען און דאווענען.
און אז ר' ניסן קרעמער זז''ג האט געהאלטן ביים אוועקפארן פאר זיין חתונה, האט ער געזאגט צו איהם.
ניסן, אז מ'וועט דיר אוודאי פרעגן אין די וועלט, וואס איז דאס סקווער?
זאלסטו נאר דאס ענטפערן.
אין סקווירא לערנט מען, אין סקווירא דאווענט מען, און פון עפעס אנדערש וועיסט מען ניט!!
און דער צדיק האט דאס איבערגעזאגט צוויי מאל, הערסטו ניסן? מ'וועט דיר אוודאי פרעגן אין די וועלט, וואס איז דאס סקווער?
זאלסטו נאר דאס ענטפערן.
אין סקווירא לערנט מען, אין סקווירא דאווענט מען, און פון עפעס אנדערש וועיסט מען ניט!!
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך האב נישט געהערט אין מיין לעבען אזעלכע דברי בלע אויף איינער וואס הייסט גאנץ א וואוילע איד ווי וואס מ'הערט פון סקווערער חסידים אויפ'ן קאלאראשער רבי ז''ל. און אויב מ'איז זיך און די קינדער מחנך אז דאס הייסט מדות, דאס הייסט וואויל, דאס הייסט עבודת ה' איז דאס א דאפעלטע פארברעך.
און אגב, דער אריז''ל רעכענט אויס צען ווערטער פון בעלמא ביז משיחיה, און נוסח אשכנז וואס זאגט נישט ויצמח רעכענט ער עס פון יתגדל. אלזא, אדער דארף מען זאגען ויקרב קץ אדער ויקרב משיחיה, נישט ביידער. מה גם אז כפשוטו שטימט עס אויך נישט. 'דער ענד פון משיח', דער ביטערע סוף פון משיח בן יוסף? מ'דאווענט ביי לישועתך קויתי ה' אז ער זאל נישט שטארבען?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

אויב איר פרעגט מיך פערזענליך וועגן סקווירא בכללות, וואלט איך נישט געווען כשר לעדות אלץ א אייגענער, און כ'בין דאך דארט געבוירן און אויפגעצויגן געווארן, ממילא חן המקום על יושביה, האב איך עס סתם אזוי ליב.
אבער איך בין נישט קיין קליינע חקרן, און כ'האב געוואוינט זיבן יאר אין די וועלט, און כ'האב מיך שוין געדרייעט אין אסאך לענדער, און כ'בין געקומען צום החלטה, אז סיי די מהות פונעם חסידות, און סיי די מקום, איז א יקר המציאות אינעם היינטיגער עולם הזה, פאר ווער ס'זוכט רוחניות.
באמת, איך שפיר מיך ווי א יוון אין די סוכה, אקעגן די פוהלע הונדערטע תלמידי חכמים ואנשי מעשה - וואס זענען צוויי דריטל פון די תושבי עיר הקודש שיכון סקווירא, וואס ווייסן ממש נישט וואס טוט זיך אויסער די ד' אמות של הלכה.
ממילא פון מיר קענט איר פרעגן שאלות, און כ'קען ענטפערן וואס איך ווייס, אבער מבינות פון א קאלט פרעמדער קענט איר נישט ערווארטן פון מיר.
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מנשה לוסטיג האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:איך פלעג אלץ בחור לערנענדיג אין מאנסי אסאך זיך אריבערכאפן קיין סקווירא, זיי האבן אסאך מעלות און אין אלגעמיין איז דער ציבור איידלער וואו ערגעץ אנדערש.

ס'האט מיר געבאדערט אמאל דאווענענדיג דארט אינדערוואכן איז געווען א ספרד'יש אידל און געזאגט קדיש יתום תמימות'דיג ארויס פון זיין עדות המזרח סידור. וואסערע קולות מען האט איהם באפאלען דארטן אנגעהויבן ביי "קץ" און אויך ווייטער (ס'טייטש ער איז דאך מעכב די גאולה... ), דער איד איז נעבעך געווארן ביטערלעך פארשעמט און מער נישט געזאגט די ווייטערדיגע קדישים.

דאס הייסט מדות?

אויב זאגן קץ איז אזא שטארקע זאך אין א קהילה, ווי קומט אריין מידות?
אלא מאי, אז מהאט פארשטיינער צלפחד פארן מקושש עצים זיין, ווי זענען געווען זייערע מידות?
גראדע איז דא א סיפור פונעם הייליגן קדוש יעקב זי''ע, אז ער האט געזאגט אויף אזא געשעעניש, אויב יענער וויל נישט זאגן 'קץ', דארף מען עהם נישט ארויסשיקן, נאר די מנין זאל ארויסגיין פון דארט, וועט ער ממילא נישט האבן וואס קיין קדיש צו זאגן. און אזוי וואלט מען ווען געברויכט טאהן, אבער ליידער איז מעשים בכל יום הרבה פעמים, אז כמעט וואס מ'מאכט נישט קיין בראטל פון דעם, כאטש מ'וואלט יא געברויכט לויטן רצון פונעם מייסד המקום, און ווען ס'געפונט זיך דארט איינער וואס קימערט זיך יא, טוט יענער טאקע מעורר זיין, אבער דאס ווארט קולות וואס דו שילדערסט, פארשטיי איך אז פון זאגן בלחש דערהערט יענער גארנישט אז ער מוז זאגן קץ, נאר אז גוערין בו, ווי איינער וואס איז משנה ממטבע שטבעו חכמים, איז ממילא קולות. און אזוי קומט עס, ביי יענעם אין דיינינגרום פירט מען זיך אויף ווי דער בעל הבית וויל. און סקווירא שטעטל איז דעם רבינס דיינינגרום.

הונדערט פראצענט גערעכט אז מען דארף זיך צושטעלן צו תקנת ביהמ"ד ולא על זה אנו דנין, איך האב נאר געפרעגט אויפן צוגאנג פון באהאנדלן עמיצן וואס האט באמת נישט געוואוסט וואס ער האט געטוהן ראנג, מען ווייסט טאקע נישט אין סקווירא פון קיין דרכי נועם צוזאגן? איך פארשטיי נישט דעם נער'ישן צושטעל צו צלפחד וואס האט מחלל שבת געווען ביודעים ובמזיד פאר עדים מיט התראה.
פארשפארט