גראדעמעכעלע האט געשריבן:די שורש פון די פראבלעם וואס קאפקע ברענגט אויף איז אז ביי אונז איז מען מחנך אלעס צו טון אלס 'מצוה' מען לערנט ווייניג פראסט מענטשליכקייט לשם מענטשליכקייט, אלעס איז מען מלבש אין א מצוה, מילא דארט ווי עס זעט נישט אויס ווי א מצוה האט מען נישט קיין געפיל דערצו,
די נקודה איז אמת, אבער ס'שטערט מיר דיין לשון "מלבש" אין א מצוה, ווייל ס'איז דאך טאקע א מצוה איז פארוואזשע זאל מען נישט מחנך זיין דערויף. זיין מענטשלעך איז א מצוה פון קידוש השם (נישט אינעם פאלקלארע ווערסיע פון לעיני העמים, נאר פשוט דורכן מכבד זיין און מקדש זיין דעם אייגענעם צלם אלקים).
ווי אויך ברויך מען באטאנען אז כאטש אין אלגעמיין זענען די חסידים מער טראדיציאנאל ווען ס'קומט צו אידישקייט, איז אבער דוקא אין דעם ענין ליידער פארקערט, די פשוט'ע פרומע אמעריקאנע אידן (איך רעד נישט דוקא פון די מאדערן ארטאדאקס וואס דארט קען מען זאגן אז דאס קומט פונעם אלגעמיינעם קולטור, איך רעד פון די חרדים) זענען איידל מחנך די קינדער צו מענטשליכקייט פשוט, בעת ווען ביים חסידישן ציבור איז דאס אחד בפה ואחד בלב מען פרעדיגט מדות טובות און מצוות בין אדם לחבירו בעת ווען א מינוט שפעטער האט מען נישט קיין פראבלעם צו בארעדן א האלבע שטאט, זיין אריינגעטוהן אין מחלוקת אינערהאלב די קהילה, שטיין אויף די אייגענע רעכטן למען הנצחון ביז צום שטוינען וכו' וכו' וקצרה היריעה, מען וואקסט אויף ביי אונז אז מדות זענען בלויזע רעטאריק וזהו.
אינטרעסאנט אז די מעשיות וואס מיר דערציילן אונזערע קינדער אויף אונזערע רבי'ס זענען רוב דערפון מופתים אדער ווי זיי האבן לוחם געווען פאר אידישקייט, בעת ווען די מעשיות אויף די ליטווישע גדולים החפץ חיים ועוד זענען מער אויף איידלקייט מדות טובות ודקדוק המעשים. כאטש איך גלייב אז ס'וואלט געווען גענוג און נאך צו פארציילן פון די מדות טובות פון אונזערע גדולים ווען מיר זאלן ווען דאס האבן אבזעווירט, אבער מיר זענען דאס נישט מחשיב גענוג ליידער.