א פרישע געגענט פאר חסידים קיין ארץ ישראל

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
זורח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 59
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 4:45 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 167 מאל

שליחה דורך זורח »

באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

איך האב טאקע א באקאנטער וואס האט מחמת חיבת הארץ יארן לאנג גע'חלום'ט צו פארן זיך באזעצן אהין און לסוף האט ער פאר א יאר צוריק אויסגעפירט זיין טרוים און געפארן זיך באזעצן אהין און ער טוהט פון דארט ווייטער זיין אנליין ביזנעס וואס ער האט געהאט פאר דעם מיט הצלחה ב"ה.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
זורח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 59
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 4:45 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 167 מאל

שליחה דורך זורח »

נאך א קורצע נקודה פון די הייליגע מקורות
דער זוהר ברענגט ארויס אז ארץ ישראל איז די מקור פון פרנסה די ברכה הייבט זיך אן דארט און הערשט דערנאך פארט עס דורך די צינורות קיין ניו יארק

תא חזי, הקב"ה נותן תחילה מזונות לארץ ישראל, ואחר כך לכל העולם, ונמצאים כל שאר העמים עכו"ם מקבלים במסכנות, וארץ ישראל אינו כך, אלא ארץ ישראל ניזון מתחילה, ואחר כך כל העולם ניזונים משירים. ומשום זה כתוב, ארץ אשר לא במסכנות תאכל בה לחם, אלא בעשירות, בכל המלוא, תאכל בה ולא במקום אחר, בה יורה בקדושה בארץ, בה שורה אמונה העליונה, בה שורה ברכה העליונה ולא במקום אחר, ועל כן כתוב בהמקרא ב' פעמים בה, לרמז על כל הנזכר. (זהר וירא רצ)

דער אלשיך דאכט זיך אין פרשת עקב (דארף נאכקוקן) האט א ענדליכע לענגערע שמועס פאר א יוד וואס האט פרנסה אין חוץ לארץ און איז באזארגט אז ער וועט נישט האבן אין ארץ ישראל (דא רעדט מען פאר אפאר הונדערט יאר צוריק ווען פרנסה איז באמת שווער געווען דארט) און דער אלשיך (וואס אויך געהאט געמאכט עליה) זאגט אים מוסר אז ווי קען א יוד אפילו טראכטן אז אין חוץ לארץ איז דא מער פרנסה ווען אלע השפעות קומען פון ארץ ישראל און דוקא דארט איז דער מקור פון פרנסה.
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

שליחה דורך petergrifin »

װאס דארף אדער קען א אינגערמאן טוען אויב זײן װײב װיל בשום אין אופן עולה זײן?
דו האסט שוין געזאגט אז מען דארף רעדן און רעדן בנחת ביז ס׳װעט געשעהן.
אבער מען האלט שוין בײ בערך פיפצען יאר און א שטוב מיט קינדער און ער זיצט
נאך אפ דא אין ב.פּ. ענד נאטינג דא–אינג. ער קען רעדן צי דער װאנט זי װיל פון
גארנישט װיסן.
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
yatzmachp
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 330
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 11:10 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 474 מאל

שליחה דורך yatzmachp »

איך פיל יעצט אביסל אינסאלטעד און איך האלט ביים קומען צו די החלטה אז זורח איז פשוט פראפעגאנדע.

קודם זעהט אויס אז דו האסט נישט באמערקט אז איך האב אנגעהויבן מיט א דיסקלעימער ״אבער איך האב אסאך ספקות אלץ אן אמעריקאנער צי איך וועל מיך קענען צוגעוואוינען״ און לכבוד דעם אינגאנצן נישט געענטפערט אויף וואס איך האב געפרעגט.

יעדער ווייסט אז אין ארץ ישראל איז "היי טעק״ פון די ערשטע קלאס. אבער ליידער דאס איז די איינציגסטע זאך וואס זיי האבן. כדי צו זיין אין היי טעק דארף מען וועלן און ליעב האבן און אויך דארף מען לערנען א גוטע פאר יאר אין קאלעדזש. פאר א אינגערמאן וואס קומט אין די דרייסיגער יארן איז עס כמעט אוממעגליך. אפילו א בחור פון אכצן, אויב ער האט מער א אינטערעסע אין ביזנעס, האנדלען וואנדלען, מעניופעקטשרינג, ריעל עסטעיט, האט ער נישט וואס צו זיכן דארט.

יעצט קום איך צוריק צום זעלבן קשיא אפשר רעכנסטו אויס וועלכע דזשאבס זענען עוועילעבל פאר ״חסידישע״ יונגעלייט? לייג נישט קיין לינקס צו דזשאב סייטס. לינקס צו דזשאב סייטס ברענגט נישט קיין דזשאבס. אויב איז אין אמעריקע שווער פאר א יונגערמאן צו טרעפן א דזשאב אין א נישט יודישע קאמפאני, איז אין ארץ ישראל אסאך שווערער. אין אמעריקע איז דא געזעצן קעגן דיסקרימינעישן און מיט דעם אלעם עקזעסטירט עס נאך אלץ כאטש עס קאסט אפ פאר קאמפאניס ממון ודמים. דארט איז נישטא קיין געזעצן קעגן דיסקרימינעישן און אפילו וואס יא באקומט די קאמפאני א פאטש אויף די האנט און מיט דעם ענדיגט זיך עס. עס איז קלאר אז פרייע און האלב פרייע ווילן נישט געבן קיין ארבעט פאר קיין פרומע ממילא דארף מען זיך סאך מער צוגרייטן צו פרובירן אליינס, וועל איך פרעגן נאכאמאל געב מיר א משל פון דזשאבס וואס זענען עוועילעבל פאר ״חסידישע״ יונגעלייט?

איך וויל נאר צו לייגן איין זאך, וויבאלד דו האסט עס אנגערירט. העלט קעיר דארט איז טאקע ביליגער אבער אויב דו דארפסט אנקומען צו זיי איז א רחמנות. די קליניקס דארטן טריטן מענטשן ווי חיות, אן שום רעספעקט, איך רעד שוין נישט אז די סטענדערד פון קעיר איז נישט אזוי ווי דא.

דו רעדסט זייער שיין פון די בענקענישן צום הייליג לאנד וואס איך בין אינגאנצן מסכים מיט דיר. אבער א מענטש דארף זיין רעאליסטיש. פונקט אזוי ווי פאר יעדע זאך וואס א מענטש באקומט מיינט מען אז איינמאל איך באקום עס וועל איך זיין די גליקליכסטע מענטש אבער איינמאל מען האט עס הייבט מען צו זעהן אז עס איז נישט אזוי. פאר דו האסט באקומען דיין דרייווערס לייסענס האסטו געמיינט אז איינמאל דו האסט עס גייסטו א גאנצן טאג ארומפארן, ווער עס וועט דיר בעטן וועסטו ארומטראגן, נאכדעם וואס דו האסט עס פארגעסטו אינגאנצן. און אזוי איז פאר דו קויפסט דיין הויז, דיין נייע דזשאב, ביזנעס וכו. די זעלבע דא, איינמאל וואס מען וואוינט שוין דארט פילט מען שוין אנדערש ווי מען זאגט אין ענגליש ווען די ש. היטס די פען הייבט מען אן צו טראכטן אנדערש. וועגן דעם האב איך ארויפגעברענגט אלע אישוס וואס א מענטש דארף טראכטן פון פאראויס דאס מיינט מען דארף טראכטן פונעם פאליטישן סיסטעם, עקאנאמיקס, נעטשורעל ריסארסעס, סאציאל, מיליטערי, און פארשטייט זיך פרידאם אף מאוומענט וואס איז זייער וויכטיג אין א וועלט וואס מען לעבט היינט וואס די וועלט איז געווארן אזוי קליין. איי וועסטו זאגן וועלכע יונגערמאן טראכט פון די זאכן ווען ער וואוינט דא? ווען ער וואוינט דא דארף ער טאקע נישט טראכטן, אבער ווען ער דארף מאכן א דעסיזשן צו מופן ערגעץ אנדערש דארף ער יא כדי צו פארגלייכן. און ער דארף וויסן אז די אלע זאכן וואס איך האב אויסגערעכנט איז די סיבה פארוואס אמעריקע איז טאקע די רייכסטע לאנד (אן רעכענען זייערע חובות) און די סיבה פארוואס די מענטשן דא לעבן איינע פון די באקוועמסטע לעבנס אפילו די ארימע ווען מען פארגלייכט עס צו אנדערע לענדער. דאס איז אויך די סיבה פארוואס די אידן לעבן רעלאטיוו רואיג מיט ווייניגער זארג פון די שונאי ישראל.
זורח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 59
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 4:45 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 167 מאל

שליחה דורך זורח »

יצמח די ברענגסט ארויף שטארקע פונקטען

לאמיר אראפשטעלן אפאר הנחות אז מיר זאלן זיך גוט און קלאר פארשטיין

יא זורח איז דא מיט א פראפאגאנדע פון אנווארעמען יודענס הערצער צו די מצוה פון ישוב ארץ ישראל, דאס איז אונזער ציעל לכתחילה, פאר יודן צו וואוינען אין חוץ לארץ איז א שרעקליכער חילול השם ווי דער נביא יחזקאל פארציילט אונז אין פרק כ', דערפאר זוכן מיר אלע אינאיינעם צו עלימיניזירן דעם פראבלעם, יא מיר גלייבן זייער שטארק אין דברי תורה והנביאים חז"ל והספרים הקדושים וואס רעדן אן אויפהער וועגן די פאזיטיווע אספעקט פון וואוינען אין ארץ ישראל און ווידעראום דאס פארקערטע וועגן וואוינען אין חוץ לארץ.

מיר זוכן נישט צו טשעפענען אדער פוגע כבוד זיין און קיין שום יוד ח"ו אויב איז דא סיי וואספארא אויסדרוקן צווישן אונזערע ווערטער איז עס געזאגט געווארן פאר די איידיע נישט פערזענליך

די ביסט נישט קיין אמעריקאנער! קיין שום יוד איז נישט, מיר זענען יודן, און יודן באלאנגן נאטורליך אין ארץ ישראל דאס איז אונזער נאטורליכע היים, דאס גאנצע לעבן אויף אנדערן קאנטינענט איז נאר א בדיעבד (כמובא בחז"ל ומבואר בכוזרי, מהר"ל ועוד ועוד) , איינמאל מען זעהט דאס איין מיט קלארע אויגן טוישט זיך דער גאנצער בליק אויף גיין וואוינען קיין ארץ ישראל.

און איעדע פארגעשריטענע לאנד מיט א גוטע עקאנאמיע דארף מען קענען די שפראך, רעכענען, פינאנציאלע, און האבן עפעס א דעגרי צו א פאך אין די הענט צו קענען מצליח זיין. אוודאי איז פארהאן די מעגליכקייט אז ס'זאל געלונגען, מען זאל האבן מזל עס צו מאכן, צו לעבן א אומאפהענגיגע פינאנציאלע לעבן אן קענען עפעס, אבער דאס איז נישט קיין נארמאלע מהלך, און זיכער קען מען אויף דעם נישט פלאנירן.

דער חסידישער יונגערמאן וואס קען זערא איז און די בלאטע איבעראל צו איז עס אמעריקא, ארץ ישראל, ענגלאנד אדער בראזיל, דערפאר האבן שוין אונזערע חכמים געזאגט חייב אדם ללמוד את בנו אומנות, די מן רעגנט שוין נישט פאר א לאנגע צייט, דערפאר דארף מען לעבן מיט א חשבון און השתדלות בדרך הטבע.

אלעס וואס מען קען טוען אין ניא יארק קען מען טוען אין ארץ ישראל, ס'איז שווערער אין א"י? יא בדרך הטבע איז אביסל שווערער, אבער נאך אלץ שטארק מעגליך.

איך ווייס נישט פון ווי דיין נעגאטיווע אינפארמאציע קומט, אבער אין ארץ ישראל איז יא דא צענדליגער געזעצן קעגן דיסקרימינעישן. די קליניקס דארטן זענען זייער שטארק פארגעשריטן און אויף א הויכע סטאנדארד.

נאר איין זאך בדרך כלל פארדינט מען דארט ווייניגער ווי אין אמעריקא, דערפאר אבער אז מען נידערט דאס לעבענס-סטיל סטאנדארד קען מען גאר שטארק מצליח זיין מיט פרנסה בריווח.

די זעלבסט זיכערקייט מיט וואס די רעדסט פון אמעריקא האבן יודן במשך הדורות גערעדט וועגן אסאך "פארזיכערטע" "הערליכע" סוקסעספול" לענדער, דערנאך איז אבער שטענדיג געקומען אן אושוויץ וואס אלעס אוועקגעשיקט מיטן ווינט.

אויך נעם און אכט נישט צו רעדן אזוי נעגאטיוו וועגן ארץ ישראל, חז"ל ווארענען אז א יוד זאל נישט רעדן נעגאטיוו וועגן דאס לאנד, אוודאי מעג מען און דארף רעדן פון די פראבלעמען כדי עס צו פאררעכטן, אבער נישט עס צו נוצן צו זאגן אז אמעריקא איז בעסער.

די ציעל פון גיין וואוינען קיין ארץ ישראל איז נישט ווייל מ'מכאט דארט מער געלט, צו ווייל עס איז דא דארט בעסערע דארט נאר ווייל דארטן איז די פלאץ פון אונזער נאטורליכע געוואוקס ווי מיר דארפן זיין.

---------
אפאר אויסצוגן פון חז"ל וספה"ק וועגן וואוינען אין ארץ ישראל ספעציעל וואס איז נוגע צו פרנסה

לא יצא אדם בחוצה לארץ אלא אם כן הולכין חיטין סאתים בסלע אמר ר' שמע' במה דברים אמו' בזמן שאין מוצא ליקח אבל בזמן שמוצא ליקח אפילו סאה בסלע לא יצא (תוספתא ע"ז פרק ד הלכה ד)

...אבל מחוצה לארץ לארץ ישראל - כופין לעלות, אפילו מנוה היפה לנוה הרע, ואפילו ממקום שרובו ישראל למקום שרובו גוים מעלין, ואין מוציאין מארץ ישראל לחוצה לארץ, ואפילו מנוה הרע שרובו גוים לנוה היפה שרובו ישראל (רמב"ם אישות יג, יט-כ)

אסור לצאת מארץ ישראל לחוצה לארץ לעולם--אלא ללמוד תורה, או לישא אישה, או להציל מיד הגויים, ויחזור לארץ; וכן יוצא הוא לסחורה. אבל לשכון בחוצה לארץ, אסור--אלא אם כן חזק שם הרעב, עד שנעשה שווה דינר חיטין בשני דינרין. במה דברים אמורים, בשהיו המעות מצויות והפירות ביוקר. אבל אם היו הפירות בזול, ולא ימצא מעות ולא במה ישתכר, ואבדה פרוטה מן הכיס--ייצא לכל מקום שימצא בו ריוח. ואף על פי שמותר לצאת, אינה מידת חסידות: שהרי מחלון וכליון שני גדולי הדור היו, מפני צרה גדולה יצאו, ונתחייבו כליה למקום. (רמב"ם מלכים ה' יא-יב)

והואיל ואתא לידי דבר זה אודיע מה שבלבי היה בוער תמיד, כשראה ראיתי בני ישראל בונים בתים כמו מבצרי השרים, עושים דירת קבע בעולם הזה ובארץ הטמאה, ואף שאמרו רבותינו ז"ל (מגילה כ"ט א) עתידים בתי צדיקים שיבאו לארץ ישראל, מ״מ כוונתם היא להיות להם נחלה להנחיל לבניהם, כאלו היתה זו הנחלה לו ולזרעו וזרע זרעו עד עולם, וזה נראה ח״ו כהיסח הדעת מהגאולה. (של"ה סוף מסכת סוכה פרק דרך חיים תוכחת מוסר)

שוב אל ארץ אבותיך ולמולדתך ואהיה עמך"(בראשית לא, ג) רבי אמי בשם ריש לקיש אמר: נכסי חוץ לארץ אין בהם ברכה, אלא משתשוב אל ארץ אבותיך אהיה עמך. (מדרש בראשית רבה עד, א)

א גאנצע וועלט
רבי שמעון בן יוחאי האט געזאגט: דאס ווארט ״תבל״ מיינט ארץ־ישראל. פארוואס ווערט ארץ־ישראל גערופען ״וועלט״ ווייל דארט איז אלעס פארהאן. געווענדליך האט יעדעס לאנד ספעציעלע מעלות וואס אן אנדער לאנד האט נישט, ארץ־ישראל איז געבענטשט דערמיט וואט עס האט אלע מעלות און גוטסקייטען. וועגען ארץ־ישראל איז געזאגט געווארען ״לא תחסר כל בה״ עס פעהלט דארט גארנישט, אלעס איז דארט פארהאן. (ספרי)

ווען אידען קענען זיין זיכער
"וישבתם לבטח בארצכם״, נאר אין אייער אייגען לאנד קענט איהר זיין רואיג און זיכער, דאגעגען אין אן אנדערע לאנד וועט איהר תמיד זיין אומרואיג און נישט זיכער. (ילקוט שמעוני)

מען דארף נישט זוכען קיין גליקען אין דער פרעמד
עס ווערט דערציילט: א תלמיד פון רבי שמעון בן־יוחאי איז אוועק קיין חוץ־לארץ און איז פון דארט צוריקגעקומען אנגעלאדענט מיט אסאך רייכקייט. ווען די אנדערע תלמידים פון רבי שמעון האבען געזעהן ווי ווייט זייער חבר האט באגליקט האבען זיי אויך געוואלט פארען קיין אויסלאנד. האט רבי שמעון זיי ארויסגעפירט אין טאל פון מירון, מתפלל געווען און דער פלאץ איז אנגעפילט געווארען מיט גאלדענע מטבעות. רבי שמעון האט דערמיט געוואלט אנדייטען, אז מען דארף נישט גיין אין דער פרעמד זוכען גליקען, נאר אין ארץ־ישראל אליין איז פארהאן די ברכה פאר אידען. (מדרש)

אהן מזל און ברכה
"נכסי דחוץ־לארץ אין להם מזל ברכה" — די רייכטימער און גוטער וואס א איד דערווערבט אין פרעמדע לענדער האט נישט קיין מזל און ברכה. (חז״ל)

א שטיקעל טרוקען ברויט אין אייגענעם לאנד איז בעסער
אין משלי שטייט: ׳״טוב פת חרבה ושלווה בה״ — בעסער א שטיקעל טרוקען ברויט אבער עס זאל זיין מיט רואיגקייט, דאס מיינט מען ארץ־ישראל. (מדרש משלי)

בלייבן אפילו אהן שיך, אבי נאר זיין אין ארץ־ישראל
די חז״ל זאגען: ״לעולם ימכור אדם כל מה שיש לו ויקנה מנעלים לרגליו״ — א מענטש זאל פארקויפען אלץ וואס ער האט און זאל זיך קויפען שיך פאר די פיס. פון דעם מאמר חז״ל קען מען זיך פארשטעלען אז אין אמאליגע צייטען איז שיך געווען דער נויטיגסטער און וויכטיגסטער געגענשטאנד. ווען עס האנדעלט זיך אבער וועגן באזעצען זיך אין ארץ־ישראל ווערט געזאגט: ״של נעליך מעל רגליך כי המקום אשר אתה עומד עליו אדמת קודש הוא״ — דאס הייסט, ווען מען גייט באטרעטען די ״אדמת־קודש״ די הייליגע ערד, דאן איז ״של נעליך מעל רגליך״, איז ווערט צוליב דעם צוועק פון אלעם זיך צו אנטזאגען, צו בלייבען אפילו אהן שיך, אבי אין ארץ־ישראל זיך צו באזעצען. (מטה אהרן(

מען דארף נאר זעהן דאס גוטע
אויף ארץ־ישראל דארף מען נישט זוכען קיין פעהלערן און מען דארף נאר זוכען דאס גוטע, דאס איז דער מיינונג פון פסוק: ״וראה בטוב ירושלים״ — זאלסט זיך באמיהען צו זעהן נאר דאס גוטע פון ירושלים. (הרב ר׳ יוסף חיים זונענפעלד זצ״ל)

פון וואס לענדער ווערען געשפייזט
כל הארצות ניזונות מתמצית ארץ־ישראל — אלע לענדער ווערען געשפייזט פון דעם איבערבלייבעניש-זאץ פון ארץ־ישראל. (של״ה הקדוש)

דירת־עראי און דירת־קבע
מען זאל נישט מאכען דעם גלות פאר א דירת קבע, נאר עס זאל באטראכט ווערען אלץ א צייטווייליגע וואוינונג. מיין הארץ האט שטענדיג געברענט אין מיר צוזעהענדיג ווי אידען אין גלות בויען לוקסוס־הייזער און פאלאצען, אויף דעם שטייגער ווי עס טוען די אריסטאקראטען, פון די לענדער צווישען וועלכע זיי וואוינען, און זיי מאכען זייער דירת־קבע אויף דער וועלט אין טמא־לענדער. (של״ה הקדוש מ"ט)

נישטא קיין אנדערער רוה־פלאץ
״היש לנו במזרח או במערב מקום תקווה נהי׳ עליו בטוחים״ —איז דען פארהאן אן אנדערער רוה־פלאץ אויף דער וועלט, אזויווי ארץ־ישראל וואו מיר קענען זיין געזיכערט?! (רבי יהודא הלוי(



או יאמר ברוך אתה בבואך וכו'. אם תצטרך לצאת חוץ לארץ להרויח טרף ביתך, אל תחוש תאכל מתחת החצונים ותפרוש הקדושה ממך או שטומאה תדבק בך, כי הנה כאשר ברוך אתה בבואך לארץ כי אתה בא אל הקדושה, כן ברוך אתה בצאתך שלא תוסר קדושה ממך כי גם שם ברוך תהיה, ובמה תדע כי כן, הנה אם יקומו אויביך עליך בצאתך יתנם ה' נגפים לפניך וכו' כבקודם, ואין זה רק הוראה כי מלאכיו יצוה לך לשמרך ולהפיל את אויביך: ועם כל זה, זאת עצתי,שלא תצא חוץ לארץ לבקש מזונך, כי אם שכון בארץ הקדושה ובטח בה' ועשה טוב, כי לא יגעל בך ה' מלהטיב לך שם. וזהו יצו ה' אתך כו' בארץ אשר ה' אלהיך נותן לך, והסר מלבך דבר שקר לומר כי יותר יבורך גבר בחוץ לארץ, כי הלא שא נא קל וחומר ואמור, ומה אם בחוץ לארץ שיהודי הדר בה דומה כמי שאין לו אלוה מתפרנס איש ישראל, מה גם עתה בארצו יתברך אשר בה ה' אלהיו עמו שיפרנסהו בה אם יבטח בו. וזהו אומרו יצו ה' אתך את הברכה, לומר הלא ודאי הוא כי יצו ה' אתך כלומר בהיותו אתך את הברכה וכו', והיכן הוא אתך הלא הוא בארץ אשר ה' אלהיך נותן לך, ואמר באסמיך לומר אל תעש לך חשבונות לומר איזה הדרך ירוח לי בארץ, והן לא אזרע שדה בית כור כי איננו לי, וכרמי שלי לא יראה ולא ימצא, ועושר ונכסים לשאת ולתת אין אתי, ומעט אשר לפני אין בו די מזון שנים עשר חדש, ואחרי כן אסעה ואלכה מארצו יתברך אצא בחוסר כל וטוב לי, כי בעוד יש אתי אלכה לי ואסתתרה וירוח לי ומעט אשר לפני יפרוץ לרוב. והנה האיש הזה כמקרה הכהן עם אשתו שסיפרו בירושלמי (מד"ר ויקרא טו ג) גם הוא יקרנו שהיה דחוק בארץ ישראל, ויאמר לאשתו הנני הולך בדרך חוץ לארץ אולי שם ייטיב לי ומאומה אין בידי להניח בידך שתזכרני בו, אך אשר חלק לי ה' בבינה במראות נגעים אלמדך: ויהי הוא דובר אליה משפטי צדק אשר בין נגע לנגע ולשאת ולספחת ולבהרת והשחין והנתק, ובתוך הדברים אמר אליה דעי איפה כי כל שער שבראש האדם יש לו גומא, שהוא מקור ומבוע מימי חיותו לגדל בו, ואילו היו נוגעים מבוע של זה לזה היו עיניו כהות מראות. ויהי כשומעה ותען ותאמר לו הלא ישמעו אזניך מה שפיך מדבר, והלא לשער אחד משערות גופך משגיח בו הוא יתברך לתת לו מחייתו בלתי נוגעת בחבירו, כל שכן את כל גופך מכף רגלך ועד קדקדך שישלח ה' את מחייתך, ולא תצא מארצו ובטח בה' והוא יכלכלך, ויעש כן ולא חסר לו. והן אלה דברי משה רבינו ע"ה בתורתו יתברך, אל תעמוד בדבר רע לומר כי טוב יהיה לך כי תצא מארצך הקדושה כי דל חלקך, כי הלא בטח בה' ויצו את הברכה: אך בשתים תתחתן ותצליח, אחת כי לא תעשה משאך ומתנך גלוי במקום רואים לכל כי אם סמוי מן העין, כי אז במעט יצו ה' בו את הברכה. שנית שלא תהיה יושב ובטל ומה גם אם הכסף אזל מכליך לגמרי, כי ששת ימים תעשה מלאכה ובה יצו ה' את הברכה, וזהו ובכל משלח ידך, וכל אשר אמרתי שיצו ה' את הברכה כו' היא בארץ וזהו אומרו בארץ שהיא ארץ הקדושה: ועוד אני אומר לך, כי אפילו תאמר כי בארץ ישראל מדקדקין יותר במעשיך וימעטו מזונותיך בה, טוב לך מעט בארץ ישראל אשר שם אתה מקבל מידו יתברך וניכר שהוא אלהיך, ממה שתקבל הרבה בחוץ לארץ על ידי שרים חצונים ותדמה כמי שאין לו אלוה שמקבל על ידי החצונים. וזהו אומרו אשר ה' אלהיך נותן לך, כי הברכה הנזכרת יהיה מה שה' בעצמו שהוא הוראת היותו אלהיך נותן לך, ולא מה שיותן לך על ידי חצוני שתדמה כמי שאין לו אלוה חלילה: (האלשי"ך הקדוש זצ"ל, בספרו תורת משה פרשת כי תבוא דברים פרק כ"ח פסוקים ו-ח).
זורח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 59
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 4:45 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 167 מאל

שליחה דורך זורח »

מודעה איבערגעזעצט אויף יודיש
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

Re: א פרישע געגענט פאר חסידים קיין ארץ ישראל

שליחה דורך petergrifin »

איך מיין מען זאל לייגן א נאטיץ אויבן ביים קעפל "אינפאמירשעל".
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

אינעם פסח אויסגאבע פונעם ענגלישן משפחה איז געווען א פולפעידזש קאלירטע אנאנס איבער גבעת זאב החדשה, דאכט זיך בערך א האלב מיליאן דאלער פער הויז.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

וועלכע פון די דריי איז אונזער זורח?..
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
זורח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 59
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 4:45 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 167 מאל

שליחה דורך זורח »

איך אויך האט געשריבן:וועלכע פון די דריי איז אונזער זורח?..


קיין איינס!
דע ארטיקל איז געטוען געווארן אן אונזער וויסן דורך אפאר יחידים.

Disclaimer – מודעה
It has come to our attention that a popular Israeli magazine has published an article interviewing a number of individuals about Aliyah & Yishuv EY for Chasidim, highlighting our organization, without consulting with us.

Please be aware that the opinions expressed in this article do not necessarily express the opinions of our organization, as our focus is solely to promote Aliyah & Yishuv Eretz Yisrael for all Chasidim regardless of their personal opinion on Zionism, based on the belief and understanding that this Mitzvah is incumbent upon every Yid. We are here to make this journey easier for our fellow Chasidim who otherwise don’t have such a structure assisting them in this process, and we specifically shy away from taking a stand in either Pro or Anti Zionism, as we believe that this is something each individual should consult with His/Her own Morah Derech.

ס’איז אנגעקומען צו אונז א שמועה איבער אן ארטיקל וואס איז ערשינען אין א פאפולערער מאגאזין אין ארץ ישראל, וואס האט ציטירט אינטערוויוס מיט פארשידענע יחידים איבער זייערע מיינונגען אין די נושאים פון עלייה און יישוב ארץ ישראל פאר חסידים, ניצנדיג דעם נאמען פון אונזער ארגאניזאציע, אן זיך דירעקט דורכשמועסן מיט אונז פון פריער.

דערמיט ווילן מיר קלאר מאכן אז די מיינונגען אין יענעם ארטיקל שפיגלען נישט אפ די מיינונגען פון אונזער ארגאניזאציע. אונזער ציל איז אויסשליסליך צו שטארקן די מצוה פון יישוב הארץ צווישן חסידים פון סיי וועלכער קהילה אדער השקפה, באזירט אויף דעם פארשטאנד אז דער חיוב פון דער מצוה איז חל אויף יעדן איינציגן איד. אונזער מטרה איז דעריבער צו פארגרינגערן פאר היימישע אידן וועלכע פארמאגן נישט קיין סטרוקטור וואס זאל זיי ארויסהעלפן אין דער קאמפליצירטער פראצעדור. מיר שטייען בכיוון אוועק פון דעם נושא פון ציונות, אן נעמען א שטעלונג פאר דעם אדער אנטקעגן דעם, ווייל מיר גלייבן אז אין אזעלכע שאלות דארף זיך יעדער יחיד אליין דורכשמועסן מיט זיין/איר מורה דרך.
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
האט שוין געלייקט: 1386 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

שליחה דורך chusid »

.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

Agricultural community?
איינער חלומ'ט אויף כוח.
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

הרצל האט אויך גע'חלומ'ט, און מארטין לוטער קינג אויך. שאץ נישט אונטער קיין חלומות.
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

ישראל קאפקע האט געשריבן:Agricultural community?
איינער חלומ'ט אויף כוח.


פון דעם אריגינעלן ארטיקל:
יש ביניכם כאלה שמתכוונים לעסוק בחקלאות, כמו החלוצים של פעם?
"יש כמה שחולמים לחיות ביהודה ושומרון ולהחזיק חווה משלהם. במציאות זה כנראה פחות אפשרי, כי הילדים שלנו לא רגילים לחיים כאלה. אנחנו מדברים על זה יותר בצורה נוסטלגית".
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מאטי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

היינט זעהט שוין יעדער איין אז רב קוק זעכיסויאגיינעליינו איז געווען גערעכט.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 539
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 875 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל

שליחה דורך פלאוויוס »

דער ארטיקל אין "מקור ראשון" איז גראדע א הערליכער ארטיקל. ס'דערווארעמט דאס הארץ, כאטש ס'פארשטייט זיך אז דאס זענען אפאר באזונדערע מיינונגען און רעפלעקטירן נישט איין שניט. (איז [tag]זורח[/tag] טאקע זיכער ביי זיך אז ס'איז וויכטיג זיך אפצושאקלען פון דעם אינגאנצן? איך נעם אן אז זיי טוען דאס נאר כדי ס'זאל נישט שאטן דער עין-הרע ;) )
chaims
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 201
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2012 8:42 pm
האט שוין געלייקט: 177 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

Re: א פרישע געגענט פאר חסידים קיין ארץ ישראל

שליחה דורך chaims »

הגם איך בין ווייט פון א ציוני דאך וויל איך באגריסען די פאקט אז היימישע וויליאמסבורגע יודן טראכטן ערענסט פון טוהן אזא דראסטישע שריט והלואי שזה ימהר נפילת החומות בעירינו ובמחנינו
פון די אנדערע זייט קוקט עס מיר אויס דערווייל ווי היבשע פאנטאזיעס (הלואי אני טועה)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

יעצט ברענגסטו ארויס א גאר אנדערע נקודה אז עס איז שוין העכסט צייט זיך גענצליך אפצושאקלן פון די אלע זעלבסט-געקרוינטע 'עסקנים' זאל עס זיין נידערמאן צו מענצער און אלע אנדערע באטריגערס מינים ממינים שונים. הצד השווה שבהם אז קיינער פון זיי דארף ב''ה נישט גיין נאך געלט חתונה צו מאכן און אלע זענען נאר דא פאר כבוד פאוער און געלט גנבעריי אויפן העכסטן פארנעם.

אה פאר איך פארגעס ,די כאף אלעוו אוב פיקטשריי מיט יעדע שמויגער וואס טראגט א נעקטיי איז אויך גאר וויכטיג.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

http://m.yiddish.forward.com/blogs/yidd ... eph/187549

זורח‟ – ווען וואָלקנס פֿאַרשטעלן נישט די זון
By בן זומא

אין די לעצטע טעג האט זיך אין דער ישראל-צייטונג „מקור ראשון‟ אפגעדרוקט אן ארטיקל http://www.nrg.co.il/online/11/ART2/692/288.html וועגן א גרופע חסידים, וואס שטרעבן און פלאנירן אקטיוו ארויפצוגיין זיך באזעצן אין ארץ ישראל. דער מחבר פונעם ארטיקל האט אינטערוויואירט עטליכע מיטגלידער פון דער דאזיגער גרופע – „זורח, חסידים למען ישוב ארץ ישראל‟ – און פון די שמועסן צוזאמגעשטעלט אן אלגעמיין בילד איבער די אספיראציעס פון די גרופע-מיטגלידער.

צומארגנס נאך דעם וואס דער ארטיקל איז דערשינען, האט „זורח‟ אויף איר בלאג פארעפנטליכט א קלארשטעלונג, אז די „מיינונגען אין יענעם ארטיקל שפיגלען נישט אפ די מיינונגען פון אונזער ארגאניזאציע,‟ וועמענס „ציל איז אויסשליסליך צו שטארקן די מצוה פון יישוב הארץ צווישן חסידים פון סיי וועלכער קהילה אדער השקפה.‟

איך וואלט דאס זעלבע געזאגט כלפי דער ארגאניזאציע, אפילו זי זאל נישט ארויסקומען מיט דער קלארשטעלונג. די גאנצע קעגנערשאפט צו ארץ ישראל און דאס ארויפגיין אהין וואוינען איז דאך באמת אן אפצווייג פון דעם קנאות בכלל, וואס דער סאטמארער רבי זצ”ל האט אוועקגעשטעלט קעגן דער היינטצייטיגער מדינת ישראל – קעגן דער ציוניסטישער באוועגונג, וואס האט אין דער ערשטער תקופה נאך דער לעצטער וועלט-מלחמה כמעט ווי איינגענומען די פרום-אידישע וועלט.

יענע ציוניסטן, די וואס זענען געשטאנען ביים שפיץ פון דער באוועגונג, זענען געווען לינק און בפירוש אנטי דת. זיך אנשליסן אינעם ציוניזם און ארויפגיין וואוינען קיין ישראל האט זייער אפט געמיינט אפווארפן תורה און אידישקייט. דערפאר האט זיך אויסגעפעלט א קעגנערשאפט, וואס זאל מיט איר פארנעם און ברען דינען ווי א באלאנץ צו דער נאטירליכער ליבשאפט און בענקעניש וואס אידן האבן געפילט צו ציון. אידן האבן תמיד געבענקט און געוואלט זיך אומקערן צום הייליג לאנד. אבער נאך די שוידערליכע חורבנות וואס האט אונזער פאלק באטראפן אינעם האלאקאוסט איז די רייץ פאר אן ענדגילטיגער מקום מנוחה געווען פילפאכיג שטארקער – גענוג צו פארבלענדן די אויגן פון פרומע אידן נישט צו זען די גרונטליכע פראבלעמען וואס זענען דעמאלט מיטגעקומען מיט ארץ ישראל. ס’האט דעמאלט אויסגעפעלט אזא שארפע, אויסגעשפראכענע קעגנערשאפט צו דער גאנצער באוועגונג, זיכער צו מאכן אז אידן זאלן אין יענע שווערע צייטן בלייבן אידן.

יארן זענען דורכגעלאפן, תקופות האבן זיך דורכגעגליטשט, און צייטן האבן זיך געביטן. פון יענעם לינק-סאציאליסטישן ציונות איז כמעט נישט געבליבן קיין סך מער ווי דענקמאלן, ווי אויך א הייפל לינקע פארקערטע קעפ, וואס דראפן זיך אויף די גראדע ווענט צו געפינען אן אידענטיטעט וואס זאל באשטיין פון עפעס מער ווי אנטי און קעגן. ארץ ישראל, ישוב ארץ ישראל, ליבשאפט און טרייהייט צום לאנד קומען היינט בדרך כלל ווי טייל פון א גרעסער פעקל, וואס באשטייט כאטש פון דרך ארץ כלפי דת און דעם תנ״ך.

ארויפגיין קיין ארץ ישראל וועט אינעם געווענליכן פאל פירן צו א פארשטארקטער אידישער אידענטיטעט און דוקא נאענטער ברענגען צו אידישקייט. אונזערע ווארצלען געפינען זיך אין די זאמדן פון מדבר יהודה און די בערג פון ירושלים. די שרשים זענען גענוג טיף, שטארק און פארצווייגט צו קענען כאטש צייטווייליג דערנערן א גלות-אידישקייט, כאטש זי איז פארפלאנצט ערגעץ ווייט אוועק און אירע זוימען זענען פארלייגט נישט טיפער ווי דעם אויבערשטן שיכט פון דער ערד. אבער דער מקור איז פארט דארט, אין אונזער אלט-נייער היים, נאך וועלכער מיר בענקען שוין אזוי לאנג און פון וועלכער מיר האבן זיך קיינמאל נישט אפגעזאגט. (די לעצטע אידן זיך אפצוזאגן פונעם לאנד זענען געווען די רעפארמירטע „דייטשן פון מאוזעס גלויבן,‟ וועמענס פאטריאטיזם די שכנים „דייטשן פון יעזוס גלויבן‟ האבן פארברענט אין די אויוונס פון אוישוויץ.)

דאס קנאות איז אין די סאטמארער קרייזן געבליבן ווי א המשך פון דער קהילה-אידענטיטעט. נישט מער. ס׳איז נישט געבליבן אויף וואס און וועמען זי אנצואווענדן, און דאס ציונות קעגן וועלכן דאס קנאות ווערט געשטעלט איז אן אבסטראקטער באגריף, וואס געפינט זיך באגראבן עטליכע קאפיטלען טיף אין די היסטאריע-ביכער.

וואס יא, דאס קנאות האט באוויזן אפצוהאקן דאס געפיל וואס א איד פילט נאטירליך צו ארץ ישראל. דאס איז געבליבן. ארץ ישראל איז אבער טיפער פארבאקן אינעם אידישן הארץ ווי דעם אפשטויס-כוח וואס דאס קנאות קען אין בעסטן פאל אויפטרייבן, און דערפאר קומט עס טאקע אין די לעצטערע יארן צוריק ארויף.

„זורח‟ איז נישט קיין ציוניסטישע גרופע אדער נאציאנאליסטישע באוועגונג. זי איז די רעזולטאט פון כאפן איין שנעלן בליק אינעם הארץ, און געפינען דארט דאס פייער פון בענקשאפט נאך ציון און ירושלים. א שנעלער חשבון פירט צו דער מסקנא, אז איידער א סכנה איז ארץ ישראל א לעבעדיגע, קלארע אויסשפיל פון די נבואות אינעם תנ״ך. מיר האבן דאס פאריגע וואך געלייענט אין דער הפטורה דעם געטליכן צוזאג אינעם מויל פונעם נביא עמוס „ושבתי, את-שבות עמי ישראל, ובנו ערים נשמות וישבו, ונטעו כרמים ושתו את-יינם, ועשו גנות, ואכלו את-פריהם.‟ אידן וועלן זיך אומקערן קיין ארץ ישראל, אויפבויען פארוויסטע שטעט, פארפלאנצן וויינגערטנער און טרינקען פונעם וויין; מאכן גערטנער און עסן דעם פרוכט.

דער פסוק נויטיגט זיך נישט אין קיין פירוש רש״י. ס׳איז ווי דער נביא וואלט געשטאנען אין די בערג פון יהודה און אויסגעזינגען די ווערטער בניחותא, מיט א טאן פון עמיצן וואס דערציילט וואס זיינע אויגן זעען צו די הינטער אים, וועמענס זע-קראפט איז נאך אביסל פארשטעלט מיט די טרערן פון אזויפיל וויינען.

איך דארף נישט קענען „זורח‟ פון דער נאענט צו פארשטיין, אז מען רעדט דא פון דורכשניטליכע, גוטע אידן, וואס האבן זיך נישט מער ווי גענומען די מי אונטערצוהייבן דעם קאפ און זען ווי די וואלקנס האלטן זיך אינמיטן צעלויפן. ווען די כמארעס צעבלאזן זיך, באווייזט זיך אויטאמאטיש א שיינענדע, ליכטיגע, גאלדענע זון.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

איז איינער באקאנט מיט די צוויי?
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

ישראל קאפקע האט געשריבן:איז איינער באקאנט מיט די צוויי?


זעה דא. די רעכטע זייט זיצט יואלי דאבעליו, אין דער מיטן זיצט שמילי בארמי (אינדיג). ביידע זענען יוצאי סאטמאר ותושבי עירמאנט.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=MH4YyVtCWus[/youtube]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
ל.רוזן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 116
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל

Re: א פרישע געגענט פאר חסידים קיין ארץ ישראל

שליחה דורך ל.רוזן »

זיי זענען שוין נמאס פון עירמאנט? זיי זיכען א פריש פלאץ?
פארשפארט