שו"ת 'לייקס' והמסתעף

מאכט אייך היימיש און באקוועם...
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3593 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4507 מאל

שליחה דורך מאטי »

לית דין בר נש האט געשריבן:א לייק משולשת
מרקד על תלת

ס'איז נישט מעגליך א לייק פאר אלע דריי! ווייל צוויי מיט דריי איז א תרתי דסתרי.
צוויי איז אויב ער וואלט ווען געשריבן גענוי די זעלבע, און דריי איז אויב ער איז נישט באהאווענט אינעם נושא אבער ס'דערקענט זיך פרי עמלו פונעם מגיב.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 6317 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1148 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

מאטי מחולק ליין איבער
1 קורת רוח
2 וואלט געשריבן די זעלבע
3 כה לחי
ער האט גראדע ארויסגיברענגט כה לחי אויף יענע אופן אבער עס איז לאו דוקא
שטימט נישט עפעס מיט מיין שלשלת?
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1547 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2299 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

לית דין בר נש האט געשריבן:מאטי מחולק ליין איבער
1 קורת רוח
2 וואלט געשריבן די זעלבע
3 כה לחי
ער האט גראדע ארויסגיברענגט כה לחי אויף יענע אופן אבער עס איז לאו דוקא
שטימט נישט עפעס מיט מיין שלשלת?

לויט דיר איז אלע בערך די זעלבע, אויב איך האלט אויך אזוי (2) איז אוודאי קורת רוח (1) און כה לחי (3).

איך וואלט עס מסדר געווען אזוי.

1) 'פון מיין מויל!'
ער זאגט ממש וואס איך האב געטראכט, און איך וואלט באמת געזאלט זיך אנשטרענגען און שרייבן דאס זעלבע (2), וואס דאן בין א גרויסער בעל חוב פאר אים, ער האט מיר מהנה געווען מיטן צוטרעפן און מיטשטימען מיט מיר, און פארשפארן מיין צייט, איך 'קום' אים א לייק.

2) קורת רוח.
אפי' איך שטים נישט צו אינגאנצן מיט וואס ער שרייבט, אבער עס איז א פיינער זאפטיגער קאמענטאר, שיינע מליצות און הומאריסטיש, וואס הייבט דעם שטיבל צום נעקסטן שטופע, דא בין איך אים מכיר טוב פארן ברענגען א שמייכל אויף מיינע ליפן, אבער מצד שני שטים איך נישט צו צו יעדן ווארט זיינעם, און איך פארקוק אפשר אביסל פון מיינע פרינציפן, סאו דער לייק איז אביסל א גרעסערע חסד פון מיין זייט.

3) כה לחי.
איך ווייס נישט אויב איך שטים צו אדער קריג זיך, איך בין פשוט נישט גענוג באקאנט אין דעם ענין עס איז עפעס נישט מיין האבי, אויך איז עס נישט מוראדיג מליצה'דיג און עס האט מיר נישט ממש געברענגט צו שמייכלען, אבער דער האט זיך אנגעשטרענגט, אריינגעלייגט קאפ און צייט און שיין ארויסגעברענגט און פארברייטערט דעם שמועס (3), דא איז מיין לייק דאס גרעסטע חסד, ווייל בעצם בין איך אים גארנישט שולדיג, עס איז נאר מענטשליכקייט און בארייכערט דעם אטמאספער אין שטיבל.
באניצער אוואטאר
חאצקעל שניידער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 313
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 18, 2015 12:53 am
האט שוין געלייקט: 170 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 95 מאל

Re: שו"ת 'לייקס' והמסתעף

שליחה דורך חאצקעל שניידער »

פארוואס איז נישטא קיין דיסלייק קנעפל דאס וואלט מיר פארשפארט צייט פון שרייבן א תגובה דערגעגן אויב האב איך נישט עפעס ספעציעל צוזאגן אויסער דעם אז איך דינג זיך.
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 748 מאל

שליחה דורך א איד »

ווייל מען וויל אז ווען די דינגסט זיך זאלסטו מסביר זיין פארוואס דו האלטסט אנדערש כדי להגדיל קאווע שטיבל ולהאדירה.
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16646
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18993 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19325 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

חאצקעל שניידער האט געשריבן:פארוואס איז נישטא קיין דיסלייק קנעפל דאס וואלט מיר פארשפארט צייט פון שרייבן א תגובה דערגעגן אויב האב איך נישט עפעס ספעציעל צוזאגן אויסער דעם אז איך דינג זיך.

viewtopic.php?p=33729#p33729
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
חאצקעל שניידער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 313
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 18, 2015 12:53 am
האט שוין געלייקט: 170 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 95 מאל

Re: שו"ת 'לייקס' והמסתעף

שליחה דורך חאצקעל שניידער »

כהער כבין אבער נישט משוכנע געווארן[emoji18]
באניצער אוואטאר
נופת צופים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 737
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 09, 2015 12:26 pm
געפינט זיך: וואו נישט
האט שוין געלייקט: 604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 644 מאל

Re: שו"ת 'לייקס' והמסתעף

שליחה דורך נופת צופים »

חאצקעל שניידער האט געשריבן:פארוואס איז נישטא קיין דיסלייק קנעפל דאס וואלט מיר פארשפארט צייט פון שרייבן א תגובה דערגעגן אויב האב איך נישט עפעס ספעציעל צוזאגן אויסער דעם אז איך דינג זיך.

ווייל ווען יא, וואלסטו יעצט באקומען א דיסלייק פון מיר.
[emoji6]
סענט פראם מיי קאושער פאון...
באניצער אוואטאר
חאצקעל שניידער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 313
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 18, 2015 12:53 am
האט שוין געלייקט: 170 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 95 מאל

Re: שו"ת 'לייקס' והמסתעף

שליחה דורך חאצקעל שניידער »

א דיסלייק מיינט נישט אומדאנקבארקייט וואו סשטייט אין יענער אשכול נאר סגפעלט מיר נישט וואס דו זאגסט.
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7535 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6639 מאל

שליחה דורך הוגה »

[justify]וואס איז די געדרענג צו לאזן יענעם אדער יעדעם וויסן אויב ביזט יא מסכים אדער נישט מסכים? וועם אינטערעסירט עס? מילא א לייק איז דא צו געבן חיזוק פאר יענער ווייטער צו שרייבן, ווידער העדר הלייק נעמט אוועק דער חיזוק. אבער לאזן יעדעם וויסן אז "איך" האלט אנדערש, "איך" בין קלוגער, "איך" בין פרומער, דו זעסט נישט עפעס מאדנע אין דעם? דאס איז פארשטייט זיך נישט געזאגט געווארן אויב האסטו עפעס אינטעלעקטואל צוצולייגן צום שמועס


.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
חאצקעל שניידער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 313
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 18, 2015 12:53 am
האט שוין געלייקט: 170 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 95 מאל

Re: שו"ת 'לייקס' והמסתעף

שליחה דורך חאצקעל שניידער »

נא אוועק נעמען חיזוק דארט וואו ער שרייבט נישט צום זאך איז דאך גוט וועט ער קומענדיגס מאל טראכטן צוויי מאל פאר ער שרייבט אזוי העט מען האבן דא אביסל זאכליכע און מער אויסגעהאלטענע תגובות דא אין שטיבל.
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7535 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6639 מאל

שליחה דורך הוגה »

האב איך דאך געשריבן אז העדר הלייק איז גענוג פאר דעם.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
חאצקעל שניידער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 313
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 18, 2015 12:53 am
האט שוין געלייקט: 170 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 95 מאל

Re: שו"ת 'לייקס' והמסתעף

שליחה דורך חאצקעל שניידער »

העדר הלייק קען מיינען אז כהאב עס נישט געליינט סקען מיינען סאינטערסירט מיך נישט כהאב נישט קיין דעה אין דעם.
באניצער אוואטאר
חאצקעל שניידער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 313
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 18, 2015 12:53 am
האט שוין געלייקט: 170 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 95 מאל

Re: שו"ת 'לייקס' והמסתעף

שליחה דורך חאצקעל שניידער »

סאיז אויך אינטערסאנט עכ״פ איך וואלט געוואלט וויסען נאך איך שרייב עפעס וואס דער דעת הקהל איז יא מסכים נישט מסכים, באשר ובכן א נישט יעדער האלט ביים שרייבען א תגובה דערגעגן.
אדנירם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15302 מאל

שליחה דורך אדנירם »

הוגה האט געשריבן:[justify]וואס איז די געדרענג צו לאזן יענעם אדער יעדעם וויסן אויב ביזט יא מסכים אדער נישט מסכים? וועם אינטערעסירט עס? מילא א לייק איז דא צו געבן חיזוק פאר יענער ווייטער צו שרייבן, ווידער העדר הלייק נעמט אוועק דער חיזוק. אבער לאזן יעדעם וויסן אז "איך" האלט אנדערש, "איך" בין קלוגער, "איך" בין פרומער, דו זעסט נישט עפעס מאדנע אין דעם? דאס איז פארשטייט זיך נישט געזאגט געווארן אויב האסטו עפעס אינטעלעקטואל צוצולייגן צום שמועס


.[/justify]

נישט ריכטיג.

ווען איינער וויל 'דיסלייקן' יענעמ'ס תגובה, קען דאס זיין א פארם פון פראטעסט.

שטעל דיך פאר אז איינער האלט אז וואס יענער האט געשריבן איז אפיקורסות, ליצנות אין חז"ל, אדער סתם קרומע אדער קליינקעפיגע שיטות. און ער וויל דאס קלאר מאכן פאר יענעם, כדי אוועקצונעמען יענעמ'ס אפעטיט פון שרייבן נאכאמאל דאס זעלביגע אדער ענדליכס, האט ער יעצט נאר איין ברירה. שרייבן א תגובה נגדית, זיך אוועקשטעלן ווי א מוכיח בשער, און זיך אנגארטלן מיט גענוג שטאלץ אפצוענטפערן יענעמ'ס אטאקע אויף צוריק. דאס איז שוין חוץ פון דעם עצם צייט וואס ער דארף אוועקגעבן אפצושרייבן א תגובה אפצופרעגן יענעמ'ס געדאנקנסגאנג.

ווען ס'ווען דא א יכולת פון 'דיסלייק'ן יענעמ'ס ווערטער, שפארט מען זיך איין א לענגערע מערכה, און די מעסעדזש קומט פארט אן צו וועמען עס געהער.

עד כאן בנוגע דיין טענה.

***
לגבי דעם עצם דיון, בין איך מער נוטה נישט צו האבן א 'דיסלייק' קנעפל. און די סיבה איז גאנץ פשוט.

ווען איינער ענטפערט אפ א צווייטענס תגובה, מיט זיין אייגענס, ליגט דארט על פי רוב עפעס פאזיטיוו אויך. כלומר, ער איז זיך מטריח מסביר צו זיין זיין אייגענע שטאנדפונקט. נמצא אז יעדער האט סוכ"ס הנאה פון זיין ענטפער אויף צוריק, והבוחר יבחר וועמענס דעה אינעם נושא איז מער אויסגעהאלטן. און דער וואס שרייבט אויף צוריק א בלויזע אטאקע ווי 'דו רעדסט שטותים', 'דו ביזט אן אפיקורס' וכו', האקט זיך אליינס אפ די פינגער ווייל מענטשן גלייכן נישט אזעלכע תגובות אן קיין דעקונג.

משא"כ לו יצוייר מ'וועט מאכן א 'דיסלייק' קנעפל, ירבו הדיסלייקים וימעטו ההסברים. מ'וועט זיך נישט דארפן מטריח זיין מסביר צו זיין פארוואס יענעמ'ס ווערטער מאכן נישט קיין סענס, מ'וועט נישט דארפן טראכטן פון א לאגישע צוריקענטפער מחשש 'מה יאמרו הבריות', נאר מ'וועט פשוט קענען שרייען שייגעץ ארויס אן מסביר זיין מיט וואס ער איז א שייגעץ. יעצט חוץ פונעם טעראריסטישן חלק שבו, אז מ'שפירט ווי מ'קען דיר צומאלן ללא עול בכפך [און לדוגמא, איינער וואס האט זיך אמאל פארטשעפעט מיט אים, קען זיך לעולם ועד אפרעכענען מיט אים דורכן דיסלייקן. און ער דארף זיך ניטאמאל מסביר זיין], איז דער עיקר נקודה אז דאס נעמט אוועק די אפעטיט פון שרייבן, ווייל דו ווייסט אז מ'קען דיר אפפרעגן אן ווערטער, און אן פירן א דיאלאג ווי נארמאלע מענטשן.

לכן לדעתי, הגם ס'דא פארשידענע הטבות מיטן דיסלייק קנעפל, איז נאכאלס בעסער נישט דורכצולאזן אזא זאך, מחמת חששות הנ"ל. [ולדוגמא, אפילו מיין תגובה קען מען נאר אפפרעגן מיט אן ארגומענט. משא"כ מיט א דיסלייק קנעפל קען מען אפפאטשן מיין לאנגע דעטאלירטע תגובה מיט גארנישט...].
באניצער אוואטאר
חאצקעל שניידער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 313
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 18, 2015 12:53 am
האט שוין געלייקט: 170 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 95 מאל

Re: שו"ת 'לייקס' והמסתעף

שליחה דורך חאצקעל שניידער »

כבין נישט מסכים!!
הא הא אפגעפאשט דיין לאנגע דעטאלירטע תגובה מיט ׳כמעט׳ גארנישט אן א דיסלייק קנעפל , אפשר דער כמעט מאכט טאקע אויס הא?[emoji6][emoji2][emoji5]️
אדנירם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15302 מאל

שליחה דורך אדנירם »

חאצקעל שניידער האט געשריבן:כבין נישט מסכים!!
הא הא אפגעפאשט דיין לאנגע דעטאלירטע תגובה מיט ׳כמעט׳ גארנישט אן א דיסלייק קנעפל , אפשר דער כמעט מאכט טאקע אויס הא?[emoji6][emoji2][emoji5]️

כ'האב מיך שוין באווארנט:
אדנירם האט געשריבן: און דער וואס שרייבט אויף צוריק א בלויזע אטאקע ווי 'דו רעדסט שטותים', 'דו ביזט אן אפיקורס' וכו', האקט זיך אליינס אפ די פינגער ווייל מענטשן גלייכן נישט אזעלכע תגובות אן קיין דעקונג.

:D :D :D
רעאגיר