הוגה האט געשריבן:[justify]וואס איז די געדרענג צו לאזן יענעם אדער יעדעם וויסן אויב ביזט יא מסכים אדער נישט מסכים? וועם אינטערעסירט עס? מילא א לייק איז דא צו געבן חיזוק פאר יענער ווייטער צו שרייבן, ווידער העדר הלייק נעמט אוועק דער חיזוק. אבער לאזן יעדעם וויסן אז "איך" האלט אנדערש, "איך" בין קלוגער, "איך" בין פרומער, דו זעסט נישט עפעס מאדנע אין דעם? דאס איז פארשטייט זיך נישט געזאגט געווארן אויב האסטו עפעס אינטעלעקטואל צוצולייגן צום שמועס
.[/justify]
נישט ריכטיג.
ווען איינער וויל 'דיסלייקן' יענעמ'ס תגובה, קען דאס זיין א פארם פון פראטעסט.
שטעל דיך פאר אז איינער האלט אז וואס יענער האט געשריבן איז אפיקורסות, ליצנות אין חז"ל, אדער סתם קרומע אדער קליינקעפיגע שיטות. און ער וויל דאס קלאר מאכן פאר יענעם, כדי אוועקצונעמען יענעמ'ס אפעטיט פון שרייבן נאכאמאל דאס זעלביגע אדער ענדליכס, האט ער יעצט נאר איין ברירה. שרייבן א תגובה נגדית, זיך אוועקשטעלן ווי א מוכיח בשער, און זיך אנגארטלן מיט גענוג שטאלץ אפצוענטפערן יענעמ'ס אטאקע אויף צוריק. דאס איז שוין חוץ פון דעם עצם צייט וואס ער דארף אוועקגעבן אפצושרייבן א תגובה אפצופרעגן יענעמ'ס געדאנקנסגאנג.
ווען ס'ווען דא א יכולת פון 'דיסלייק'ן יענעמ'ס ווערטער, שפארט מען זיך איין א לענגערע מערכה, און די מעסעדזש קומט פארט אן צו וועמען עס געהער.
עד כאן בנוגע דיין טענה.
***
לגבי דעם עצם דיון, בין איך מער נוטה נישט צו האבן א 'דיסלייק' קנעפל. און די סיבה איז גאנץ פשוט.
ווען איינער ענטפערט אפ א צווייטענס תגובה, מיט זיין אייגענס, ליגט דארט על פי רוב עפעס פאזיטיוו אויך. כלומר, ער איז זיך מטריח מסביר צו זיין זיין אייגענע שטאנדפונקט. נמצא אז יעדער האט סוכ"ס הנאה פון זיין ענטפער אויף צוריק, והבוחר יבחר וועמענס דעה אינעם נושא איז מער אויסגעהאלטן. און דער וואס שרייבט אויף צוריק א בלויזע אטאקע ווי 'דו רעדסט שטותים', 'דו ביזט אן אפיקורס' וכו', האקט זיך אליינס אפ די פינגער ווייל מענטשן גלייכן נישט אזעלכע תגובות אן קיין דעקונג.
משא"כ לו יצוייר מ'וועט מאכן א 'דיסלייק' קנעפל, ירבו הדיסלייקים וימעטו ההסברים. מ'וועט זיך נישט דארפן מטריח זיין מסביר צו זיין פארוואס יענעמ'ס ווערטער מאכן נישט קיין סענס, מ'וועט נישט דארפן טראכטן פון א לאגישע צוריקענטפער מחשש 'מה יאמרו הבריות', נאר מ'וועט פשוט קענען שרייען שייגעץ ארויס אן מסביר זיין מיט וואס ער איז א שייגעץ. יעצט חוץ פונעם טעראריסטישן חלק שבו, אז מ'שפירט ווי מ'קען דיר צומאלן ללא עול בכפך [און לדוגמא, איינער וואס האט זיך אמאל פארטשעפעט מיט אים, קען זיך לעולם ועד אפרעכענען מיט אים דורכן דיסלייקן. און ער דארף זיך ניטאמאל מסביר זיין], איז דער עיקר נקודה אז דאס נעמט אוועק די אפעטיט פון שרייבן, ווייל דו ווייסט אז מ'קען דיר אפפרעגן אן ווערטער, און אן פירן א דיאלאג ווי נארמאלע מענטשן.
לכן לדעתי, הגם ס'דא פארשידענע הטבות מיטן דיסלייק קנעפל, איז נאכאלס בעסער נישט דורכצולאזן אזא זאך, מחמת חששות הנ"ל. [ולדוגמא, אפילו מיין תגובה קען מען נאר אפפרעגן מיט אן ארגומענט. משא"כ מיט א דיסלייק קנעפל קען מען אפפאטשן מיין לאנגע דעטאלירטע תגובה מיט גארנישט...].