ברכת המזון - א חשש ברכה לבטלה?
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
ברכת המזון - א חשש ברכה לבטלה?
לאמיר איבערטייטשן די ערשטע ברכה אין ברהמ"ז אין אידיש:
געלויבט ביסטו השי"ת וכו',
וואס שפייזט די גאנצע וועלט מיט זיין גוטסקייט, מיט חן און חסד און רחמים.
ער גיבט ברויט פאר אלע באשעפענישן, ווייל אויף אייביג איז זיין גענאדע.
און מיט זיין גרויסע גוטסקייט האט אונז קיינמאל גארנישט געפעלט און וועט נישט פעלן לעולם ועד, צוליב זיין גרויסן נאמען
ווייל ער איז דער באשעפער וואס שפייזט און איז מפרנס יעדן, און טוט גוטס פאר יעדן,
און גרייט אן שפייז פאר אלע ברואים וואס ער האט באשאפן,
ווי דער פסוק זאגט, דו עפנסט דיין האנט און טוסט זעטיגן פאר יעדע לעבעדיגע (באשעפעניש) צופרידשטעלנד לויטן געברויך.
געבענטשט ביסטו ה', וואס שפייזט אלעמען.
ווען איך לייען זיך אן וויפיל קינדער שטארבן אויס טעגליך אין אינדיע אדער אין ארימע אפריקאנע לענדער, אדער ווי אונזערע זיידעס אין לאגער זענען ארומגעגאנגען וואנזיניג נאך א שטיקל עסן און טויזענטער זענען נעבעך אויסגעגאנגען בחרפת רעב, ווי קינדערלעך זענען אויסגעגאנגען פאר הונגער און דארשט ביים חורבן ביהמ"ק ווי עוללים שאלו ללחם, און וויפיל חיות בהמות עופות וואנדערן צו טרעפן אביסל וואסער און וויפיל פון זיי שטארבן אויס אויפן וועג פאר דארשט, וואונדערט מיר פשט אין די ברכה וואס מיר זאגן כסדר, בשם ומלכות.
איז דא איינער פון די מפרשים וואס שמועסט אויס דעם ענין?

וירח ה' את ריח הניחוח
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
איך האב געהאט די זעלבע קשיא שוין פאר א שטיק צייט. לאמיר האפן אז איינער וועט האבן א גוטע ענטפער.
(אגב, פארוואס איז דער אשכול נישט אין תורה ומחשבה?)

"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1129
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
- האט שוין געלייקט: 982 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל
לאמיר פראבירן צו ענטפערן ערנסט.
דיין עצם שאלה בכלליות, נישט אויף די לשון הברכה נאר פארוואס טאקע איז אזוי, איז סך הכל נאך א פארם פון די אור אלטע אומפארענטפערטע פראגע פון צדיק ורע לו.
מיליאנען אומשולדיגע מענטשן, מענער פרויען און קינדער, סאפערן יעדן טאג, פון אלע מיני נאטירליכע דיזעסטערס ווי הונגער, דיזיסעס ווי מאלאריע און איבאלע, נאטירליכע קאטסאסטראפעס ווי ערדציטענישן, און קיין צופרישטעלנדע תירוץ ווייסן מיר נישט.
נאכמער לדעת הסייענטיסטן, זענען שוין אויף דעם עולם געווען מיליאנען צו ביליאנען מינים באשעפענישן וואס אלע פון זיי זענען אויסגעמעקט געווארן דורך נאטירליכע קאטסאסטראפעס און שרעקליכע עינויים.
די ביסל הנאות וואס זענען דא אויף דער וועלט זענען ניטאמאל קיין טיפה מן הים קעגן די רשעות, צער, און עינויים וואס זענען דא אויף דער וועלט.
פארוואס האט א כל יכול, א מקור הטוב געברויכט באשאפן א וועלט מיט אזויפיל רע, קענען מיר נישט וויסן.
אבער אויף דיין ספעציפישע שאלה אויפן לשון הברכה, הוא נותן לחם לכל בשר, (פארוואס פרעגסטו נישט אויפן פסוק נער הייתי גם זקנתי ולא ראיתי צדיק נעזב וזרעו מבקש לחם, ועוד) האב איך גראדע יא א שטיקל תירוץ.
כ'האב לעצטנס געזען א אינטרעסאנטע זאך, אז רוב הונגער קריזיסן וואס מענטשן מאכן מיט, זענען נישט ווייל עס איז נישטא גענוג עסן. נאר ווייל צוליב א מענטשליכע סיבה ווערן די עסן נישט גוט צושפרייט, צו די רייכע כאפן צופיל בעת די ארימע בלייבן מיט גארנישט, צו א טיראן ווי למשל היטלער לאזט ספעציעל נישט צו גענוג עסן פאר איין ראסע, צו מלחמות אדער אנדערע פאליטישע פראבלעמען, הכלל דעם אייבערשטען קען מען שוין אויף דעם נישט בלעמען, ער האט יעדן אינזין געהאט מיט גענוג עסן, מיר בעלי בחירה האבן עס נאר פארדרייט.

- הודעות: 2594
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
- האט שוין געלייקט: 4455 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל
מ'מאכט אויך די ברכה פון מחי' המתים...
דאס אמאל זיכער אז די וועלט ריקט זיך צו א זאטער און פולער וועלט, די אמאליגע פריצים וואלטן זיך נאר געקענט חלומ'ען פון אזא סעודהלע ווי מיין מיטאג פון גארמעי גלאט און ניטאמאל קאסט עס א פיאסטער. די רעגירונג באצאלט עס. ברבורים ושליו ודגים וואלגערן זיך אין די גאסן.
וואלטן אונזערע זיידעס ארויסגעקראכן פון קבר און געזען אונזער הרחבה וואלטן זיי געמיינט אז עס משיח'ס צייטן ווען גלוסקאות יפות געפינט זיך בהישג יד (קרעדיט: לעיקוואד זי''ע).
ובכן, קען זיין, אז די ברכה איז על שם העתיד, נאך אביסל קאנצענטראציע צו די דריטע וועלט לענדער, און ארעמקייט איז א פארגאנגענהייט.
דאס אמאל זיכער אז די וועלט ריקט זיך צו א זאטער און פולער וועלט, די אמאליגע פריצים וואלטן זיך נאר געקענט חלומ'ען פון אזא סעודהלע ווי מיין מיטאג פון גארמעי גלאט און ניטאמאל קאסט עס א פיאסטער. די רעגירונג באצאלט עס. ברבורים ושליו ודגים וואלגערן זיך אין די גאסן.
וואלטן אונזערע זיידעס ארויסגעקראכן פון קבר און געזען אונזער הרחבה וואלטן זיי געמיינט אז עס משיח'ס צייטן ווען גלוסקאות יפות געפינט זיך בהישג יד (קרעדיט: לעיקוואד זי''ע).
ובכן, קען זיין, אז די ברכה איז על שם העתיד, נאך אביסל קאנצענטראציע צו די דריטע וועלט לענדער, און ארעמקייט איז א פארגאנגענהייט.
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
שמערל, מיין שאלה איז טאקע נישט געווען געווידמעט אויפן עצם ענין פארוואס עס איז אזוי. די קשיא איז טאקע גאר אלט, און מיר וועלן עס לאזן אין א זייט.
מיין שאלה באציהט זיך דא בעיקר אויף א ברכה וואס לדעתי מאכט עס נישט קיין סענס, די פירוש המלות קווועטשט מיר יעדן מאל באזונדער מער ווי די אנגעגעסענע בויך.
איך האב שוין כמ"פ געהערט אזעלכע סארט תשובות ווי וואס דו שטעלסט פאר, אז אלקים עשה את האדם ישר והמה בקשו שמיקשו, ולדבריך אז ער האט באשאפן גענוג עסן נאר די מענטשן זענען חזירים און די רייכע פרעסן אויף וויפיל זיי דארפן און דאס איבריגע גיסט מען אויס אין ים, מיליאנען טאנען פון זרעי"ם (ווייץ און אנדערע תבואה) איז מען מוציא לבטלה, ממילא לא על ה' תלונתינו אלא על החזירים, דאס שטימט מיר נישט, נאך אלעם איז השי"ת באלעבוס אויף דער וועלט, ער מענעדזשד די וועלט, פארוואס לאזט ער צו אזא הפקירות, פארוואס האט ער לכתחילה באשאפן א בחירה פאר אזא זאך אז איין מענטש זאל זיין ביכולת אויסצוהונגערן א צווייטן, דאס איז שווער צו פארדייען. אבער נניח אז דאס איז יא אמת, ווי קענען מיר גיין דאנקען השי"ת אויף אזא פאלשע זאך, און זיין א מתכבד בקלון חבירו, בשעת איך עס ברבורים ושליו פון גארמעי גלאט גייט דער אומשולדיג קינד פון אינדיע אויס פון הונגער, און דאס איז מעשים בכל יום כידוע. אנשטאט מיר זאלן מיצר זיין בצרתם, און בעטן ביים באשעפער און ביי די רעגירונג און ביי די עסקנים צו טון עפעס פאר די אומשולדיגע נפשות, זיין א שדכן צווישן די איבריגע עסן וואס מיר לייגן אין מיסט און די הונגעריגע קינדער (וואס עס זענען אייגענטליך שוין פאראן מערערע ארגאניזאציעס דערפאר ואכ"מ), אנשטאט דעם גייען מיר דאנקען און לויבן דעם באשעפער (בשם ומלכות) פאר זאכן וואס דער מציאות איז פארקערט.

שמערל האט געשריבן:לאמיר פראבירן צו ענטפערן ערנסט.
דיין עצם שאלה בכלליות, נישט אויף די לשון הברכה נאר פארוואס טאקע איז אזוי, איז סך הכל נאך א פארם פון די אור אלטע אומפארענטפערטע פראגע פון צדיק ורע לו.
מיליאנען אומשולדיגע מענטשן, מענער פרויען און קינדער, סאפערן יעדן טאג, פון אלע מיני נאטירליכע דיזעסטערס ווי הונגער, דיזיסעס ווי מאלאריע און איבאלע, נאטירליכע קאטסאסטראפעס ווי ערדציטענישן, און קיין צופרישטעלנדע תירוץ ווייסן מיר נישט.
נאכמער לדעת הסייענטיסטן, זענען שוין אויף דעם עולם געווען מיליאנען צו ביליאנען מינים באשעפענישן וואס אלע פון זיי זענען אויסגעמעקט געווארן דורך נאטירליכע קאטסאסטראפעס און שרעקליכע עינויים.
די ביסל הנאות וואס זענען דא אויף דער וועלט זענען ניטאמאל קיין טיפה מן הים קעגן די רשעות, צער, און עינויים וואס זענען דא אויף דער וועלט.
פארוואס האט א כל יכול, א מקור הטוב געברויכט באשאפן א וועלט מיט אזויפיל רע, קענען מיר נישט וויסן.
אבער אויף דיין ספעציפישע שאלה אויפן לשון הברכה, הוא נותן לחם לכל בשר, (פארוואס פרעגסטו נישט אויפן פסוק נער הייתי גם זקנתי ולא ראיתי צדיק נעזב וזרעו מבקש לחם, ועוד) האב איך גראדע יא א שטיקל תירוץ.
כ'האב לעצטנס געזען א אינטרעסאנטע זאך, אז רוב הונגער קריזיסן וואס מענטשן מאכן מיט, זענען נישט ווייל עס איז נישטא גענוג עסן. נאר ווייל צוליב א מענטשליכע סיבה ווערן די עסן נישט גוט צושפרייט, צו די רייכע כאפן צופיל בעת די ארימע בלייבן מיט גארנישט, צו א טיראן ווי למשל היטלער לאזט ספעציעל נישט צו גענוג עסן פאר איין ראסע, צו מלחמות אדער אנדערע פאליטישע פראבלעמען, הכלל דעם אייבערשטען קען מען שוין אויף דעם נישט בלעמען, ער האט יעדן אינזין געהאט מיט גענוג עסן, מיר בעלי בחירה האבן עס נאר פארדרייט.
עיין מורה נבוכים ח''ג פרק י''ב כתב כעין דבריך, דרוב רעות באים מג' סיבות א' ליהות האדם בעל חומר ב' הרעות שגורמין בני אדם אחד לחבירו ג' מה שגורם האדם לעצמו,
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 878
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
- האט שוין געלייקט: 1386 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל
מיר פלעגט זיך ווינדערן ענליך נאר נישט אויפן לשון הברכה נאר אויף די כוונות עפ"י הגאון ר' אביגדור מילער. ער איז מסביר למשל: קוק אהן א עפל ווי פערפעקט דער אייבערשטער האט עס באשאפן....די שאלעכץ כדאי עס זאל נישט שמוציג ווערן ..די שפיץ אז עס זאל שיין הענגן...וכו וכו'... הייסט גאט האט געמאכט דא א קאנוויניענט וועלט?! ס'זעט דיר אויס אזוי?! איך בין מוותר אויפן שיינעם קאליר און מאך אנדערע זאכן גוט....מענטשן האבן אים געהאלטן פאר א טיפע מענטש דעריבער פלעג איך מיך מיטשענען צו פארשטיין עמקות דבריו אבער קיינמאל זוכה געווען.
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
- גאלד
- חבר ותיק
- הודעות: 2379
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
- האט שוין געלייקט: 625 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל
דער דריטער טאג האט דער אייבישטער באשאפאן די געוויקסן,
כ'שטיי אלס און וואונדער זיך וואס פונקטליך איז געווען זיין חשבון ית"ש פון די אלע פירות וירקות,
ער האט געהאט אזא גראסערי ליסט וואס די סיוויליזאציע ברויך אלס צו איבערלעבן,
עפל, באר, טרויבן, מעלאנע, אראנדשן, טשערי, סטראבערי, מייער, פאטעטא, וכו וכו וכו,
און יעדע סארט פרוכט האט ער געמאכט א קאליר, א טעיסט און א דיזיין,
למשל די מייער, אזא שיינער אראנדש, לענגלעכיג, און זיסלעך אבער נישט צו זיס, נאר 2 טעבל-ספונס צוקער,
פאטעטא, מיס ווי די גלות, ברוין, און נאך ווינציגער צוקעק, אסאך סטארטש,
סוף טאג האט ער געזאגט, פאר איך פארגעס לאמיך אויך מאכן די קאלאראבי,
ליכטיג גרין, זיס, מיט אזעלכע האר אינוויינעג, עפעס נאך?

- ישמעאל הכהן
- חבר ותיק
- הודעות: 2111
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
- האט שוין געלייקט: 1551 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
Re: ברכת המזון - א חשש ברכה לבטלה?
שמעקדיג דעם אייבישטער איז שווער צי פארשטיין, דיך איז גרינגער. אין דיין קליינע וועלטעל וואס און וויפיל טוסטו צי מאכן אנדרע מענשטןס, בעלי חייםס, לעבען גרינגער?
איך זאג נישט בוסט מחיוב האסט דיך קייממאל נישט ערקלערט אלץ אן אבסלוט טוב ומיטב. אבער דאך אז סקרענק דיר אזוי, בין איך זוכער אז דו טוסט עפעס דערוועגן

- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
שמעקעדיג האט געשריבן:ווען איך לייען זיך אן וויפיל קינדער שטארבן אויס טעגליך אין אינדיע אדער אין ארימע אפריקאנע לענדער, אדער ווי אונזערע זיידעס אין לאגער זענען ארומגעגאנגען וואנזיניג נאך א שטיקל עסן און טויזענטער זענען נעבעך אויסגעגאנגען בחרפת רעב, ווי קינדערלעך זענען אויסגעגאנגען פאר הונגער און דארשט ביים חורבן ביהמ"ק ווי עוללים שאלו ללחם, און וויפיל חיות בהמות עופות וואנדערן צו טרעפן אביסל וואסער און וויפיל פון זיי שטארבן אויס אויפן וועג פאר דארשט, וואונדערט מיר פשט אין די ברכה וואס מיר זאגן כסדר, בשם ומלכות.
דאס איז אלץ וואס וואונדערט דיר?
האדם לא נברא אלא להתענג
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
שמערל האט געשריבן:כ'האב לעצטנס געזען א אינטרעסאנטע זאך, אז רוב הונגער קריזיסן וואס מענטשן מאכן מיט, זענען נישט ווייל עס איז נישטא גענוג עסן. נאר ווייל צוליב א מענטשליכע סיבה ווערן די עסן נישט גוט צושפרייט, צו די רייכע כאפן צופיל בעת די ארימע בלייבן מיט גארנישט, צו א טיראן ווי למשל היטלער לאזט ספעציעל נישט צו גענוג עסן פאר איין ראסע, צו מלחמות אדער אנדערע פאליטישע פראבלעמען, הכלל דעם אייבערשטען קען מען שוין אויף דעם נישט בלעמען, ער האט יעדן אינזין געהאט מיט גענוג עסן, מיר בעלי בחירה האבן עס נאר פארדרייט.
געבן עסן פאר סטאלין מיינט נישט אינזין האבן יעדן מיט גענוג עסן.
בכלל, איז קלאר אז עס איז נישטא גענוג עסן פאר אלע בעלי חיים. די איינציגע וועג ווי אזוי חיות קענען איבערלעבן איז דורך לעבן אויפ'ן חשבון פון אנדערע בעלי חיים. פארשטייט זיך אז נאכ'ן זיך אנעסן א סעודה מיט בשר בקר מאכט מען ערליך א ברכה הוא נותן לחם לכל בשר. מ'וואלט געדארפט זאגן פארקערט, נותן בשר לכל לחם.
האדם לא נברא אלא להתענג
- ישמעאל הכהן
- חבר ותיק
- הודעות: 2111
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
- האט שוין געלייקט: 1551 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
[justify]
[tag]יאיר[/tag], כבר צווח ע"ז הרבי ר' אייזיקל זינגער ז"ל מקירות לבבו בספרן של משוגעים:
.[/justify]
יאיר האט געשריבן:בכלל, איז קלאר אז עס איז נישטא גענוג עסן פאר אלע בעלי חיים. די איינציגע וועג ווי אזוי חיות קענען איבערלעבן איז דורך לעבן אויפ'ן חשבון פון אנדערע בעלי חיים. פארשטייט זיך אז נאכ'ן זיך אנעסן א סעודה מיט בשר בקר מאכט מען ערליך א ברכה הוא נותן לחם לכל בשר. מ'וואלט געדארפט זאגן פארקערט, נותן בשר לכל לחם.
[tag]יאיר[/tag], כבר צווח ע"ז הרבי ר' אייזיקל זינגער ז"ל מקירות לבבו בספרן של משוגעים:
"In my room I read the papers and turned, as always, to the obituary page with the photographs of men and women who only yesterday had lived, struggled, hoped. "How indifferent was the God who created all this. And there is no remedy." I was aware that at the very moment I browsed through the papers, thousands of people languished in hospitals and prisons. In slaughterhouses the heads of the animals were being cut off, carcasses skinned, bellies ripped open. In the name of science countless innocent creatures were being subjected to cruel experiments, infected with harsh diseases.
Without undressing I threw myself on my unmade bed. How much longer, God, will you look on this inferno of yours and keep silent? What need have you of this ocean of blood and flesh, whose stench spreads across your universe? Or is the universe no more than heaps of Dung? Are trillions and quadrillions of creatures tortured on other planets as well? Have you created this boundless slaughterhouse merely to show us your power and your wisdom? Are we commanded to love you with our hearts, our souls, for this?"
.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1129
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
- האט שוין געלייקט: 982 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל
Re: ברכת המזון - א חשש ברכה לבטלה?
כ'האב געשריבן רוב הונגער פון "מענטשן".
דאס איז קלאר אז די אידישע גלויבינג איז אז בהמות זענען לכתחילה באשאפן געווארן כדי מענטשן זאלן האבן וואס צו עסן, איז שוין נישט אזוי ווייט צו זאגן אז די גאנצע סייקל אף לייף איז נאר פארן מענטש, שטימט נאך אלס נותן לחם לכל בשר. איי מען עסט זיי אליין אויף? דאס איז לצורך האדם.