חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
פארשפארט
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

טענו בחיטין והודה לו לזכר קדשו
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

I disagree
גאלד קום מיט א ענטפער
קען מען זיין א ערליכע איד אנע מכיר זיין אין די שיטה
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך האב נישט אין פלאן אריינצורעדן = אין דעם מער ווייניגער איינזייטיגן געפעכט ווי א היבש שפאר תגובות זענען באגרינדעט בדברי תבל (כב' הפירושים ברש"י ..!) = צוליב איטליכע סיבות ,

אבער איך זע אז איטליכע ניקים פרובירן שטארק אראפ צו מאלן און פארוואסערן דער חלק התורה אלץ א בילד פון א באנדע עמיראצים און א מקום ווי מען באגראבט תורה אפירזיכענדיג קונטרסים און מעשה'לעך וואס פארמאגן קיין הענט און פיס קוים קוים א נאפל.. און מאכן פון דעם הרים וגבעות !

ווען אין פאקט איז דאס א מקום ווי דער לימוד התורה איז אין סאמע שפיץ פונעם טאג טעגליכן לעבן און שטייט אויף א גאר הויכע ניווא וואס באדייט גאר אסאך אנגעהויבן פון די חדרים ביז ארויף צו אברכים בעלי בתים ודיינים , און דאס נייגט זיך נישט מיט א תגובה'לע אויף קאווע שטיבעל !

תלמוד תורה : אין דער תלמוד תורה לייגט מען אריין שווערע טויזענטע דאלארן ארויף צו ארבייטן דעם כח הלימוד , אינעם פאקט זענען זיי פונעם סאמען שפיץ ביי די "תורה ומסורה" קאנווענשענס מיט א שטארקען דרך הלימוד אין חדר ,
איך מיין אז דער חלק הלימודים והחינוך ווערט געפירט דורך רב זאממער שליט"א פון ירושלים ,

ישיבה קטנה : אין ישיבה איז דער חלק הלימוד גאר שטארק ! אחוץ דעם לייגט מען א שטארקע דגוש זיך צו פארהערן בלעטער בעל פה ובחינת בכתב סוף קטנה יארן (וואס דאס אליינס איז קובע ברכה לעצמו ) לאמיר אנכאפן איין יאר אלץ ביישפיל פון 60 בחורים זענען געווען 31 ! בחורים פארהערט מיט איבער 250 דפים ! 13 דערפון מער ווי 350 דפים ! 3 דערפון 500 דפים ! און איינער 800 דפים !

ישיבה גדולה : דא קום איך שוין אריין אין פיקטשער ..(נו, גילוי !!) פותחין בכבוד אכסניה ,אה ! ווי נעם איך צירוק די זיסע יארן ווי די תורה איז געווען מנופת צפים אין פילן באגריף , דאס ביסעל לערנען כהיום איז שוין געמישט מיט דאגות הפרנסה ושאר ירקות , דארטן האב איך באוויזן אריין צו ריקן איטליכע מסכת אין ש"ס ורובה דמינכרא מיט תוס' די עיון בלעטער מיט יעדען מהרש"א מהר"ם רא"ש יעדען איינציגן פני יושע מיט נאך צענדליגער ראשונים ואחרונים איך האב דאן באוויזן אריין צו ריקען בע"פ ובכתב כמעט אן אלף'ל איך האב געלערנט אין מער ווי איין ישיבה וביניהם די אזוי געריפענע ישיבות מצוינים און אין פאקט נישט נאר וואס זיי האבן זיך נישט צו שעמן. נאר זיי קענען זיך נאך פילען גרעסער ווי אסאך כלומר'שטע גוטע ישיבות !
די ראשי ישיבות האבן גאר אסאך צוגעגעבן צום שוואנג. אנגעהויבן פון הגאון ר' משה גרין שליט"א דערנאך הגאון רב בערל קרויזשער זי"ע (אגב. אן אינטערעסאנטע עפיזאד האט זיך אפגעשפילט מיט אים איין אינדערפרי זיין ווייב האט אים געבעטן ארויס צו נעמען די גארבידזש . ער זייענדיג אן עובד ה' און אריינגעטון בד' אמות של הלכה א יעדער רגע פון טאג און נישט כאפענדיג האט ער זיך געטראפן אריין אין ישיבה אריין מיט א גארבידזש בעג אין האנט ...)
ער האט דאן געברענגט הגאון ר' חיים ברים זצ"ל אלטץ ראש ישיבה דערנאך איז געווען רב שור שליט"א (ער האט נישט מצליח געווען און מען האט אים פארשיקט נאך איטליכע יאר ,) אומאפציעל איז דאן געווארן ראש ישיבה הגאון ר' יוסל ראזען שליט"א תלמוד חביב פון רב קאפעלמאן זצ"ל , אחוץ לימוד התורה פון פארטאגס ביז ביינאכט און 7 8 מינוט שמונה עשרה מיט זידיגע טרערן ווייסט ער נישט עפעס אנדערש ! ( אים געדענק איך איז אינטערעסאנט געווען יעדען טאג די זעלבע סקעדזשאל ממש אויפן טאקט , פאר הכנות איז אדורך געגאנגן דער קאווע טישל (שטיבעל..) און געגעבן א שאר צוזאם די גאנצע אויסגעגאסענע קאווע .צוקער . (טיי סענס ) אריין אינעם קאפ און דאן אויס געטרינקען מיט צוויי שלינגען אזש די גאנצע שפיל אזוי דריי מאל א טאג פלעגט נעמען א צורקע דרייצן סעקונדען ,)
דער מנהל די לעצט היבשע יארן ווערט געפירט מיט א שטארקקייט דורך ר' מאיר פאכטמאן שליט"א ר מאיר איז גאר א שטארקע כאראקטער וואס בייגט זיך פאר גארנישט אויב זעט ער נישט קיין תועלת דערין , ער בייגט זיך נישט פאר כבוד. טעראר. חסידות. טאטעס מאמעס. באמעס. (ער האט שוין אפילו איבערגעלעבט א (אטענטאט) פארזוך ביי אים אין אפיס דורך חברה מיט געווער ..! א פרשה פאר זוך ,) ער פארפיגט אז יעדער בלי יוצא פון ליידיג גייער ביז פאצער'ס זאל יעדער מיטהאלטן די לימודים לויט זיינע מעגליכקייטן ,
די ישיבה איז געווען צוטיילט איין כיתה ר' אליעזר אסטרייכער שליט"א ער האט געהאט די עידיות אין די זיבוריות (וואס פלעגן זיצן די אינטערשטע רייען) דערנאך דער צווייטער מגי"ש פלעגט האבן די בינונים , ר'אליעזר'ס פארהערן סוף זמן פלעגט נעמען 10-8-7 שעה פלאס ! (משוגע איז נישט די ווארט !) ( איך צושמייכל מיר אסאך מאל פון מיין געשמאקע (קינדערישע) פילינג וואס איך האב דאן געשפירט דערנאך וואס דעם רבינ'ס בכור וואס נעמט אנטייל אין די פארהערנס פרעגט נאכן פארהער איטליכע קשיות פון די אחרוני המפרשים איך האב דאן בפני קהל עם ועדה פארענטפערט דעם גאנצן פני יושע . די קאמפלימענט וואס מיין טאטע האט באקומען און וואס מיין טאטע האט זיך געפרייט מיט מיין הארוואניע די געשמאקע פילינג איז געווען גאר שטארק ! )

גאר א פאזעטיוון געדאנק איז שוין פארהאן און די לעצטע צענדליגער יארן אז עס ווערט שטארק געבעקט אז בחורים פארהערן זיך בלעטער גמרא , עס איז געווארן אוועק געשטעלט באלוינינגען פאר די וואס פארהערן זיך 800 בלעטער און ארויף ! עס פלעגט זיין א באשטומטע בוחן (ווער. דאס באלאנגט שוין אין מאחורי..) אווי צענדליגער בחורים פארהערן זיך הינדערטע בלעטער . געווענליך א יאר פון 115 איז דא ארום 20-23 בחורים ותלמידם בידם ארום 20% פון א כתה פארהערן זיך דעם סכום ! צווישן זיי איז דא מער מצטיינים. ווען איך האב באקומען דעם אינוועטאציע פון מיין חברותה צו זיין חתונה בין איך אויך געווארן געלאדענט צו א שבע ברכות בצירוף זיין סיום הש"ס !

נאך א פאזעטיווען שריט איז דער געדאנק פון א קובץ אווי יעדער בחור האט די געלעגענהייט אריין צו שרייבן א חידוש וואס פאלט אים ביי. ביז עס פלעגט זיך צוזאם זאמלען א קובץ יעדע איטליכע חדשים , (כאטש קיין מעכטיגע חידושים איז נישט פארהאן . אגב. איך האב אמאל געשמיעסט מיט איינעם אינדערמיט האט ער צוגעריפן ר' נפתלי בלומענפעלד שליט"א און פרעגט אים וויפיל בחורים מחדשים ער פארמאגט אין ישיבה. זאגט אים ר' נפתלי איך האב טויזענט בחורים אבער קיין איין מחדש ! , און פאקט איז כמעט בנמצא פעסטע בעלי מחדשים בימינו א זאך וואס פאדערט אן אשכול לעצמו)

נאך א שטארקע געדאנק איז דא אז יעדער וואך איז דא א שיעור פלפל צו טיילט און איטליכע קבוצות ווי יעדע וואך טרעט אויף א צווייטער בחור מיט א שיעור פלפל , דאס געט גאר א סך חיזוק (און סעלף איסטים ) פארן בחור ,

אויך איז דער פארטאגס סדר א מציאות (א זאך וואס איז נישט פארהאן אין רוב ישיבות ) עס זיצן צענדליגער צענדליגער בחורים שוין פון פארטאגס און לערנען א בלאט טעגליך , (איך מיין אז זייט זיי האבן אויפגענומען דער מחנך הרב יוחנן ווינר שליט"א פון ארץ ישראל איז פארהאן שינויים צו מבטל זיין פארטאגס סדר , ער האט לעצטענס צוטיילט די ישיבות אין איטליכע ישיבות אזויווי בעלז/קרית יואל,)

איין שטארקע חיסרון איז דארט פארהאן אז מען לערנט נישט קיין לימוד שלחן ערוך , שיין קוקט אויס ווען די ווייב דארף מסביר זיין שיעור יד סולדות . כלי ראשון כלי שני..אבער דער מנהל האט מחליט געווען אז דער לימוד ארבייט נישט קען מען זיך שטעלן אויפן קאפ ,(על אף וואס הרה"ק מסקווירא ובנו ממשיך דרכו האבן פארלאנגט אז עס זאל זיין א לימוד שלחו ערוך פון איטליכע שעה טעגליך )

כולל אברכים : א מקום ווי עס זיצן 600-500 אינגערלייט און זענען זיך מייגע אויף תורה פון צופרי ביז אין דער אווענד ,איין געטיילט אויף עלעוו באזונדערע סניפים וואס איז כולל אין זיך כל מקצועות הלימוד. ביניהם אויסגעריפענע תלמידי חכמים וביניהם הרב גארדאן שליט"א מח"ס פרדס יצחק א שטארקן ספר וואס געפינט דאס פלאץ אין יעדען לומדישן ישיבה , אחיו בדומה לו מח"ס הליכות השבת אזא י"י פאל שליט"א מסיים געווען ש"ס אין ישיבה קטנה ! און צום חתונה נאכאמאל מיט תוס' ! א בקי בש"ס ווי אין אשרי יושבי ער איז געווען ביי ר' חיים קאניעווסקי אויף א לאנגע וויילע און ר' חיים האט אים פראבירט צו כאפן ביי א ווארט ביז ר' חיים האט אים געכאפט ביי א גירסה אין א תוס' ישנים האט אים ר' חיים געזאגט דאן איך האב דיר געוואלט ווייזן אז דער תורה איז מען קיינמאל פארטיג ! אייביג איז דא נאך עפעס וואס מען קען צולייגן ,ער זאגט אפ בבת אחת יעדע מימרא / נאמען אין גאנץ שס רש"י / תוס' פונקליך וויפיל מאל עס ווערט דערמאנט און ווי עס ווערט דערמאנט ! ,
און אזוי איז פארהאן צענדליגער אינגעלייט מסיימי שס ושולחן ערוך , צענדליגער מחברי ספרים יעצט ארויס א פרישע ספר כנישתא דביה רב א גאר שטארק ספר אויף קונטרס אחרון פונעם בעל התניא ,

בעלי בתים : פון די 1400 ראשי משפחות זענען פארהאן אריבער 1100 אינגערלייט וואס זענען קובע עתים לתורה א האלבע שעה א שעה טאג איין טאג אויס אין ביהמ"ד הגדול , אין ביהמ"ד איז פארהאן 35 שיעורים טעגליך ! 15 שיעורים אין דף היומי. זיבן שיעורים בספרי חסידות . צוויי שיעורים בירושלמי . דריי שיעורים בעמוד יומי . דריי שיעורים בהלכה (כולל שיעור גדול דרשו בהלכה) שיעורים בחומש רש"י / חק / וגמ' רש"י , און נאך א 10 וועכענטליכע שיעורים , ובנוסף צענדליגער שיעורים טעגליך אויפן האט ליין סיסטעם ,

א היכל התורה וואס איז אפען 24 שעה א טאג ( חוץ ביים טיש .... חחח) ווי עס זיצן אידן אין הארעווען 23 שעה א מעת לעת !

דערנאך איז פארהאן אן ארגענעזאציע שארית לפנחס וואס גייט שוין אן א שיינע פאר יאר (נאך פאר די תורה קאמפעטישנס האבן זיך געגרינדעט )וואס טיילט געלט פרסים ותעודות פאר ווער עס פארהערט זיך בחינות בכתב ,

מוצי"ם : צווישן די מוצי"ם שיינען ארויס ר' יושע לייפער שליט"א יו"ר מכון עוז והדר , ר' לייביש פאדווע שליט"א (בן גאב"ד לונדון) ר' אהרן גאלדמינצער (יו"ר וועד הכשרות) ר' הערשל איינהארן שליט"א ר' שלמה חיים ברוין שליט"א אלע גאר שטארקע מומחים אין חושן משפט , ר' יצחק שפיטצער (יו"ר וועד תחומין ד'מאנסי ) א בקי בעיקר און די פארלאזטע לימודים מקוואות תחומין מוהלות , ר' הירשל ראזענפעלד שליט"א (בעל הגיליון שביעי הליכות החיים) , די פרישע מוצי"ם ר' אהרן ווידער שליט"א מח"ס משפט הברכות ועוד , ר'סענדער אויסטערליץ שליט"א ער איז שוין עפעס א חד במינו א אינגערמאנטשיק קוים דרייסיג משנתו קב ונקי א בקי בשבילי דנה"ר דע"ה בש"ס בבלי / ירושלמי על לשונה ! זוהר וספרי קבלה ראשונים ואחרונים ספרי מוסר ספרי חסידות . א בעל משלב נפלא וואס נעמט ארויס פון גלייך געוויכט איך האב איין מאל איבער געהערט זיינס א דרשה וואס ער געבט יערליך אין פרעשבורג . ער האט צוזאם געווארפן פערציג - פיפציג חתם סופר'ס (אתרא דמר.. ) אלעס אויפן לשון אויסענווייניג און משלב געוועזן און איין טורעם , (בענין אז יענער שבת איז די גרעסטע שבת ודווקא לצדיק זה ובמקום זו דווקא ושנה זו דווקא וכו.) א דזשיניעס בלא מובן המילה , (ווען איך רעדט מיט ר' שמשון ראב שליט"א זע איך א קיטשי סענדער ..)

דיינים : הגה"צ ר' יוחנן וואזנער שליט"א פון די שטערקסטע רבנים אין מאנטריאל , ר' מיכל שטיינמעץ שליט"א פון די פראמינענטע רבנים אין בארא פארק , ר' אברהם שפיטצער שליט"א פון די שטארקע רבנים אין לעיקוואד ר' יעקב יוסף ברייער שליט"א אין אנטווערפן , ר' בערל איינהארן מח"ס רביד השולחן בארא פארק ,

חברי הבד"ץ : ר' יוסף ישראל אייזנבערג שליט"א ר' זאב גאלדמינצר שליט"א ר' שלום פאלאק שליט"א ,

תמצית הדברים איז אז דער כח התורה והכרת לומדיה "בומט" אין פילן קראפט !

-------------
און צו דער וואס האט מיר געבעטן אז איך זאל זיך אנגארטלען כשת אדמזאן@ וועל איך זאגן נאכאמאל איך בין נישט פון די אייגן געקרוינטע פארזארגערס איך בין נישט דער צוהיצטער בעני פאלאטשעק אפצוענטפערן אנטיסעמיטיזם אין ראקלענד און נישט דער אומצוויליזירטער מנשקע'ן אפצוענפערן אנטיסקוועריזם אויף קאווע שטיבעל ...!
ולא בשביל זה באתי לכאן , באתי למקום יקר כזו להשביע נפשי השוקקה ולרווה את צמאנו מנהר הקאפע היוצא מעדן להתבולל ולהתגולל בתוכו לטפוח ולהטפיך ממי העדן ,

החותם ביום תפארת שבהוד , ולמען זכות אהרן קדוש ה' החתום במידת הו"ד לטובה תזכנו למעבד עובדא דאהרן ,
וביום הרומזת לתפאר"ת תהיה כל מגמתינו לבקש האמת ובזכות תורת אמת החתום בתפאר"ת מדת האמת .

ואסיים בבקשה דכשם שזכיתי וישבתי בסוכה של קאווע שטיבעל בעולם הזה כך אזכה לישב לעולם הבא ,
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מנשה לוסטיג האט געשריבן:היינט איז געווען ברכת האילנות, און מ'גרייט זיך צום גרויסן מעמד מוצאי שבת, פון התחלת לימוד מאור עינים הקדוש בעיון רב.

און וואס איז מיט די אידן וועלכע ווילן לערנען ויואל משה און דברי יואל על התורה...זיי געבן טאקע תיקון און לחיים... :lol: :roll:
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

יונגעלע ,וואס איז דע מעשה מיט די געווער? עס סאונד אינטרעסאנט.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

ביסט טאקע געוואגט, און כה לחי,און טאקע צוליב דעם מיין איך אז דו קענסט יא ענטפערן געהעריג (לאפוקי..), אונז ווילן עכט וויסן (איך האב גארנישט קעגן סקווירא) וואס איז די מהלך אין עבודת ה' פון סקווירא, א דאנק, יישר כח פאר זיך אנרופן אין די שמועס.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מנשה לוסטיג האט געשריבן:קיינער מאכט נישט קיין ברכה פארן רבי'ן

די גאנצע שטעטל ווארט אויפ'ן רעבין מיט ברכת אשר יצר אויך...?... :lol: :roll:
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

מיילע מיט די ברכה, מיט ארויס גיין וויאזוי פירט מען זיך?
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

געוואלדיג האט געשריבן:מיילע מיט די ברכה, מיט ארויס גיין וויאזוי פירט מען זיך?

געוואלדיג: הוא אשר כיוונתי. ס'איז דא א פורים תורה אויף דעם... פון וואו איז א ראיה אז אין שושן הבירה איז נאר געווען איין ביה"כ...? ווייל ס'שטייט אין די מגילה ..."ויצא מרדכי, ויתאפק המן"... :lol:
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

וואס האט זיך דער עולם אזוי צו׳סקווערט היינט ? א יעדע צווייטע אשכול היינט איז וועגן מנשה און סקווירא , צימעס איז פארשפארט אדער וואס ?

לדעתי ס׳איז ממש א שאָד די שפּייאַכץ זיך צו טעהנן מיט אזא סופּער פאַנאטיקער ווי מנשה , ער איז א טיפּיקל מצימצום׳דיגער סקווערער חסיד שוטה וואס וועט גיין גראָד אין וואַנט אריין פאַרן רעבענ׳ס וועגן, ווען דער צאָדיק זאל ווען באַפעלן זיינע חסידים אז זיי זאלן אַנמאַכן אין די הויזן וואלט מנשה געפרעגט דעם רבין ילמדינו רבינו היאך מעשרין את ה׳שיט ? וויפל ? :? :o

לאָט אייך אָפּ פון מנשה עס איז באמת א שאָד די צייט :lol: :D :) :P
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

שבת, עס איז גארנישט, דולה האט געכאפט די קדחות און ער האט אויפגעוועקט אלע סקווירא אשכולות און עס באוואסערט...
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
חאצקעל שניידער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 313
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 18, 2015 12:53 am
האט שוין געלייקט: 147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל

Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם

שליחה דורך חאצקעל שניידער »

מנשה לוסטיג האט געשריבן:קיינער מאכט נישט קיין ברכה פארן רבי'ן

און אויפן רבין פרעגט מען נישט קיין קשיות , זייער שיין פארענטפערט.
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

מנשה לוסטיג האט געשריבן:היינט איז געווען ברכת האילנות, און מ'גרייט זיך צום גרויסן מעמד מוצאי שבת, פון התחלת לימוד מאור עינים הקדוש בעיון רב.


דעס איז טאקע די נקודה פון 'סקווירא' גיי קוק וויאזוי א אינגערמאן אין סקווירא זאגט נאך א מאור עינים
קוק וויאזוי די שוחטים פון סקווירא זענען
כאפ א בליק אויף זייער צענטער פונקט די שטעטל זייערע די הויפט ארבעט אין סקווירא איז אז כאטש אין זייער קהילה זיצן אסאך לייט אויף די נעט, זענען נאך פארהאן א שיינע צאל אינגעלייט וואס ענדלען צו די זמנים ווען מען האט זיך געווייקט ביי חסידישע רביים אין די יארן ווען בערל בעל עגלה האט געהאט פרנסה מיט זיין פערד און וואגען

דאס איז זייער א קלארע אפטייטש אויף די וועג וויאזוי מען דינט אין סקווירא דעם אייבערשטען
נישט אין חב''ד
נישט אין ברסלב און נישט אין ערגעץ געפינט מען די נקודה
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

שבת אחים האט געשריבן:וואס האט זיך דער עולם אזוי צו׳סקווערט היינט ? א יעדע צווייטע אשכול היינט איז וועגן מנשה און סקווירא , צימעס איז פארשפארט אדער וואס ?

לדעתי ס׳איז ממש א שאָד די שפּייאַכץ זיך צו טעהנן מיט אזא סופּער פאַנאטיקער ווי מנשה , ער איז א טיפּיקל מצימצום׳דיגער סקווערער חסיד שוטה וואס וועט גיין גראָד אין וואַנט אריין פאַרן רעבענ׳ס וועגן, ווען דער צאָדיק זאל ווען באַפעלן זיינע חסידים אז זיי זאלן אַנמאַכן אין די הויזן וואלט מנשה געפרעגט דעם רבין ילמדינו רבינו היאך מעשרין את ה׳שיט ? וויפל ? :? :o

לאָט אייך אָפּ פון מנשה עס איז באמת א שאָד די צייט :lol: :D :) :P

איך שפיר פארשעמט פון דיינע ווערטער, איך בין דיר נישט מוחל! סיידן דו וועסט מיר איבערבעטן.
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

איך בין אויך מוחה פונקט ווי דיר.
א טיפיקל סקווירא?? איך האב אסאך סקווירא קרובים און ידידים און קיינער רעדט נישט מיט אזא אראגאנץ און פאר(בא)מאכטקייט ווי אונזער ידיד מנשה.
קענסט איבערבעטן רוב סקווירא!
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: חסידות סקווירא - איר מהלך אין עבודת השם

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אזוי איש את רעהו? דער פארצייטישע ווייקען ביי א רעבע האט געמיינט זיך פארתמ'ען דער קאפ? לא מיניה ולא מקצתיה. דאס איז שקר פון נאכ'ן מאכען א פארטיי פון גאנץ עבודת ה'. אדרבה קוק נאך וואס ס'האט געמיינט. א איד א ת''ח אן עובד ה' וואס האט געזוכט זיך אויסצו'ארבעטען און פארבעסערען, האט געזוכט א רעבע וואס ער פארשטייט און פארשטייט איהם, מיט הדרכה און אן עינא פקיחא מיט אן עמקות. דאס מאכען א רעבע פאר א מנהיג און דער וואס פיהרט איין מנהגים וכהנה שטותים איז אן ערשיינונג נאכ'ן נשתכחה. און טאקע דעריבער קענען זיי בילען און קרעכצען אז ביי אונז איז נישט נשתכחה, נאר פונקט וואס מ'האט נישט פארגעסען געדענקט מען שוין נישט.
און די אלע תלמידי חכמים דארט, איך בעט דיר. זייער ראב''ד און דער וואס זיי רעכענען אלס זייער גרעסטע ת''ח האט ספרים וואס א פשוט'ער יונגערמאן אין לעיקוואוד וואלט זיך געשעמט צו לייגען זיין נאמען דערויף. און דאס איז זייער מזרח וואנט, נישט די פלעינער יונגעלייט! פון די אלע פארהערעכצער און פארטאגס'ן וכהנה, למעשה קומט עס אויס מיט גאנץ ווייניג. אוודאי איז יעדער לערנען א מצוה, אבער זיי אויסצורימען מיט זייער חדר לערנען, אפילו מיט פארהער'ס און סיומים, איז א קליינקעפיגע קוק. קיין איין ר' קאפל שווארץ איז נישט דא דארט, נישט קיין איין ר' יהודה לעווענבערג, מ'טרעפט נישט קיין ר' אברמ'ל ברומברג און נישט קיין ר' אליה בער וואכטפויגעל'ס. ליקוטים פון מנהגי אכילת דגים פרייטיג צו נאכט'ס מיט יסודות פונ'ם ענין פון געבען געלט צו א צדיק, צוזאמען מיט א געפינטעלטע בת עין און נאך אזעלכע וויכטיגע ערשיינונג'ס.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

היינט נאכט הייבט זיך אן די יום שכולו תורה, לעילו נשמת הקדוש רבי פנחס בהרה''ק רבי מרדכי מאויסטילא השם ינקום דמו זצוק''ל.
פונעם זמן מעריב ביז מארגן זמן מעריב וועט זיין 72 יונגעלייט וואס וועלן לערנען אין משמורות, במו''מ יששכר זבולון, זאל מען פועל'ן אלעס גוטס.
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

חקרן האט געשריבן:יאיר:

עס איז זייער שיין וואס דו זאגסט, אבער לויט ווי מיר ליינען פון מנשה טאג איין טאג אויס, זעען מיר אז דארט איז עפעס אנדערש, ס'איז דא עפעס א דרך, א מהלך וואס נאר זיי טראגן און זיי זענען די פאן טרעגער דערפון. איך פראביר צו דערגיין דעם דאזיגן דרך פון וואס מנשה רעדט. ס'איז שוין אריבער פיר בלעטער, יעדער קראצט אבער קיינער קומט נישט אפיר מיט דעם דרך פון וואס מנשה פארקויפט, אז נאר אין סקווירא געפינט זיך עס.

אגב, סאטמאר פארמאגט א מהלך, געבויט על דרך הקנאות והתנגדות לציונות וכל דברים חדשים - באבוב פאררופט זיך אלס די פאן טרעגער פון צאנז וואס טראגט אן אייגנארטיגער מהלך. ווידער פאפא, צעהלים און וויען דערקלערן זיך אפיציעל אלס קהילה און נישט אלס חסידות מיט א דרך אין עבודת-השם.

חקרן, דיין צווייטע פערעגראף - צו וואס איך בין הערשט אנגעקומען צו לייענען - האט מיר געמאכט טראכטן. אולי בזכות אווירא דארץ ישראל.

דאכט זיך אז ס'איז נישט דא נאך א חסידות וואס זענען אזוי הוקט אפ צו ספרי תלמידי בע"ש. זיי האבן פארשידענע שיעורים אין ספרי חסידות, און מיט פארשידענע פראגראמען. אוודאי מיינט דאס נישט אז זיי זענען פאקטיש מקיים וואס שטייט דארט, אבער דאך מיט דעם לעבן זיי. מ'קען עס אפשר פארשטיין טאקע מיט א מימרא פונעם רבי'ן ז"ל אליינס (קדוש יעקב ? Hope it's the same I'm taking about... ) אויף די הלכה אז מ'טאר נישט לאזן א מעסער אויפ'ן טיש ביים בענטשען, לויט'ן טעם אז ביי ובני ירושלים עט'ם נישט גוט ווערן. האט ער געפרעגט, ממילא אינעם צייט פון'ם חורבן, אבער איז דען דא היינט נאך אזא איינער וואס קלאגט נאך אויף אזא אויפ'ן? נאר וואס דען, מ'זאל וויסען אז ס'איז נאך אמאל געווען אזא מושג, ממילא מאכט מען א זכר מיט'ן מעסער. פארשטייסט? די זעלבע זאך איז דא אויך ביי ספרי חסידות, ס'איז נאר א זכר אז ס'איז געווען יודען וואס האבן געהאלטן דערביי.

ס'מיז נישט זיין אז דאס גייט דעך צופרידען שטעלען. און אויב טאקע נישט, איז אפשר גיי קלער זיי אויף אז דאס איז נישט קיין געהעריגע דרך. והא ראיה- סאטמאר, גור, וכו'. (אפשר לעבן זיי טאקע אויף ניסים בזכות רבינו הקדוש דוד שליט"א...)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מנשה לוסטיג האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:וואס האט זיך דער עולם אזוי צו׳סקווערט היינט ? א יעדע צווייטע אשכול היינט איז וועגן מנשה און סקווירא , צימעס איז פארשפארט אדער וואס ?

לדעתי ס׳איז ממש א שאָד די שפּייאַכץ זיך צו טעהנן מיט אזא סופּער פאַנאטיקער ווי מנשה , ער איז א טיפּיקל מצימצום׳דיגער סקווערער חסיד שוטה וואס וועט גיין גראָד אין וואַנט אריין פאַרן רעבענ׳ס וועגן, ווען דער צאָדיק זאל ווען באַפעלן זיינע חסידים אז זיי זאלן אַנמאַכן אין די הויזן וואלט מנשה געפרעגט דעם רבין ילמדינו רבינו היאך מעשרין את ה׳שיט ? וויפל ? :? :o

לאָט אייך אָפּ פון מנשה עס איז באמת א שאָד די צייט :lol: :D :) :P

איך שפיר פארשעמט פון דיינע ווערטער, איך בין דיר נישט מוחל! סיידן דו וועסט מיר איבערבעטן.

הכל לפי המבייש והמתבייש. דעם מבייש ווייסן מיר נאכנישט. אבער דעם מתבייש קענמען בקרית חוצות...וואספארא ---- ער איז. נאר איין זאך. טו א טובה נעם דיר א בענקל, ווייל דו וועסט מיד ווערן שטייענדיק און ווארטן אז ער זאלל דיר איבערבעטן...לאל...!
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אזוי איש את רעהו? דער פארצייטישע ווייקען ביי א רעבע האט געמיינט זיך פארתמ'ען דער קאפ? לא מיניה ולא מקצתיה. דאס איז שקר פון נאכ'ן מאכען א פארטיי פון גאנץ עבודת ה'. אדרבה קוק נאך וואס ס'האט געמיינט. א איד א ת''ח אן עובד ה' וואס האט געזוכט זיך אויסצו'ארבעטען און פארבעסערען, האט געזוכט א רעבע וואס ער פארשטייט און פארשטייט איהם, מיט הדרכה און אן עינא פקיחא מיט אן עמקות. דאס מאכען א רעבע פאר א מנהיג און דער וואס פיהרט איין מנהגים וכהנה שטותים איז אן ערשיינונג נאכ'ן נשתכחה. און טאקע דעריבער קענען זיי בילען און קרעכצען אז ביי אונז איז נישט נשתכחה, נאר פונקט וואס מ'האט נישט פארגעסען געדענקט מען שוין נישט.

.


וואס פארשטייט א ליטוואק בכלל צו חסידות?
אבער צא ובדוק זייערע שוחטים זענען יראי ד' אמיתיים, מען טרעפט זעלטן אזוינס, עס באדייט עפעס אויף די חסידות קרייז פון ווי זיי קומען, מען זעהט ביי זיי א שטייפע עקשנות'דיגע שטאנד ביי אידישע יסודות'דיגע זאכן ווי לדוגמא שחיטה כדין ועוד
און בכלל קענען די ליטווישע טמאי נפש וואס זינקען אין טומאה בנשימה אחת מיט רעדן טיפע השגות אין קצות ונתיבות זיך פארשטעקן פאר שאנדע אקעגן די ערליכקייט און ריינע תורה וואס א חסידישע אינגערמאן מיטשעט זיך אויף תורה בטהרה

און יא ליטוואק איינע פון די סיבות פארן דחיית הקץ קומט פון אזא ריבוי טומאה וואס שפירט זיך אין חצרות וואס די כאפסט שטארק התפעלות פון זיי
חקרן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 606
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1086 מאל

שליחה דורך חקרן »

געוואגטער יונגל:

איך האב זייער שטארק הנאה געהאט ווי אזוי דו האסט אראפגעלייגט די 'קהילה קדושה' סקווירא. אבי עס איז פאראן כאטש איינער וואס טוט צו דער זאך, נעמט די מיה און שרייבט א שיינע פאזעטיווע ארטיקל, אראפברענגענדיג דעם ליכטיגן צד, און עס איז טאקע ליכטיג. אני הקטן האט שוין אויך געוויילט שבתים אין סקווירא, עס איז באמת א פארגעניגן אז איינער קומט און שרייבט פאזעטיוו.

פארט, איז די שאלה פון דעם אשכול נאכנישט פארענטפערט געווארן. אייער באשרייבונג מאכט סקווירא פאר א 'קהילה קדושה', א הערליכע אוועקגעשטעלטע נעץ פון מוסדות, אבער איר האט גאנישט ארויסגעברענגט איבער דער 'דרך' וואס מנשה פארקויפט אונז. אונזער חבר געוואלדיג, האט מיר ארויסגעכאפט די ווערטער פון מויל, אט איז וואס ער שרייבט.

געוואלדיג האט געשריבן:ביסט טאקע געוואגט, און כה לחי,און טאקע צוליב דעם מיין איך אז דו קענסט יא ענטפערן געהעריג (לאפוקי..), אונז ווילן עכט וויסן (איך האב גארנישט קעגן סקווירא) וואס איז די מהלך אין עבודת ה' פון סקווירא, א דאנק, יישר כח פאר זיך אנרופן אין די שמועס.


די בעסטע אויף די פראגע האט נאך געענטפערט ידידנו בן אדם, אז עס איז טאקע נישטא קיין באזינדערע דרך, עס איז אבער אזא סארט זכר, מען וויל קלעבן צו די אבות, מען לערנט ספרי בעל שם און מען פראבירט נאכצומאכן, אן קיין אייגנארטיגע מהלך. דאס זענען ווערטער וואס זענען שטארק דערהערבאר און מסתבר. ריכטיג, דאס מאכט סקווירא אביסל שוואך אין דעם ענין פון חסידות, דהיינו אז זיי האבן טאקע נישט קיין אויסגעטראטענע דרך אין עבודת השם, אזוי ווי ידידנו הנכבד מורינו ר' יאיר שליט"א האט שוין ערווענט פריער, אז סקווירא איז נישט קיין חסידות און דרך, נאר גוטע אידן האבן געקלעבט צום בעל קדוש יעקב (?) זצוק"ל, וועלנדיג זיך אנשמעקן בחנות בושם של זה. פארט מאכט דאס דער מערסטע סענס צו זאגן, מער ווי אלע אנדערע הסברים ביז אהער (אויסער אויב עס וועט אפירקומען איינער און מסביר זיין אנדערש).

דעריבער קענען מיר זאגן מיט א שמחה, ברוך שהחיינו וקיימנו לזמן הזה, ענדליך נאך זיבן פילע בלעטער פון דיסקאסיעס, נאכן זיך מוטשענען און זיך פארטיפן אין די פארפלאנטערטע סוגיא, זענען מיר ארויסגעקומען מיט עטוואס א קלארקייט, אז סקווירא איז נישט קיין דרך, נאר א מאוומענט וואו מען פלאנצט אריין אין די יוגנט, אז מען זאל וועלן לערנען חסידי'שע ספרים און וועלן קלעבן צו זיי. נישט קיין 'טון מער ווי געזאגט' דרכים, נישט קיין ז' מידות און נישט קיין זיכוך המידות, נאר פשוט זיך קלאמערן צו תלמידי בעל-שם.

פארשטייט זיך אז דאס אלעס איז אויסער דעם וואס סקווירא איז א הערליכע קהילה בישראל, א נעץ פון צענדליגע מוסדות וואו עס ווערן נתחנך טויזנטע תלמידים ותלמידות לתורה ולמידות און מען פלאנצט דארט איין מידות טובות, אבער דאס האט דאך באמת נישט קיין שייכות צו אונזער שמועס, עס איז נאר אזוי בדרך אגב אויסגעשמועסט געווארן, ותיתי ליה לחברינו ר' געוואגטער יונגל, וואס האט זיך גענומען די מיה ספעציעל פאר די חברי השטיבל און דאס אזוי שיין אראפגעברענגט פאר אונז (פארוואס האט ער דערווייל אזוי ווייניג לייקס דערויף?), אבער דער ענין פון חסידות אין סקווירא, איז גאר עפעס אנדערש.

בקיצור, סקווירא פארמאגט נישט קיין 'דרך', עס איז נישט קיין 'המשכה' פון בעל-שם-טוב, עס איז פשוט אז מען לערנט דארט חסידי'שע ספרים און מען איז זיך מקשר מיט חסידי'שע רבי'ס לדורותיהם (כמובן אז דאס איז אויף דערווייל, חוץ אויב איינער וועט קומען און אפפרעגן די השערה און אויפקלערן אז בעצם פארמאגט סקווירא יא א דרך).

ענדליך, נאך זיבן בלעטער זיך מוטשענען, האבן מיר דערווישט דעם סוד!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום חקרן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

הייבסט אן עפעס צו דערשנאפען
אבער ביסט עס נאכנישט דערגאנגען בשלימות
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

מנשה לוסטיג האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:וואס האט זיך דער עולם אזוי צו׳סקווערט היינט ? א יעדע צווייטע אשכול היינט איז וועגן מנשה און סקווירא , צימעס איז פארשפארט אדער וואס ?

לדעתי ס׳איז ממש א שאָד די שפּייאַכץ זיך צו טעהנן מיט אזא סופּער פאַנאטיקער ווי מנשה , ער איז א טיפּיקל מצימצום׳דיגער סקווערער חסיד שוטה וואס וועט גיין גראָד אין וואַנט אריין פאַרן רעבענ׳ס וועגן, ווען דער צאָדיק זאל ווען באַפעלן זיינע חסידים אז זיי זאלן אַנמאַכן אין די הויזן וואלט מנשה געפרעגט דעם רבין ילמדינו רבינו היאך מעשרין את ה׳שיט ? וויפל ? :? :o

לאָט אייך אָפּ פון מנשה עס איז באמת א שאָד די צייט :lol: :D :) :P

איך שפיר פארשעמט פון דיינע ווערטער, איך בין דיר נישט מוחל! סיידן דו וועסט מיר איבערבעטן.


מנשה, איך האב דיר פארשעמט? דיינע אייגענע תגובות פארשעמען דיר! דיין באַרעכטיגן מיתות בי"ד סקילה שריפה אין די היינטיגע טעג פאר איינעם וואס וויל דאווענען מיט א אנדערע מנין פון דיין געטשקע!!! דיינע געשרייבאַכץ דא אויף קאווע שטיבל איז לדעתי איין שטיק גרויל און א עקל!

גיי צוריק צו די קליפּס ווי דו מאכסטוך נעריש וועסטו אסאך מעהר אויפטוהן, און אפשר וועסטו נאך לייזן פון דעם אפאר גראָשן אין דער זייט אויך, אבער מיטן זיך אָנעמען בלינדערהייט פאר דיין קולט און פאר זייער פירער דער צאָדיק וואס וועיסט קעינמאל גארנישט און בארעכטיגן רציחה פאר נערישקייטן איז אין מיינע אויגן גאר נאַאיוו און מיט דעם פארשעמסטו דיין רבי'ן און זיינע חסידים און ס'א שאָד די צייט מיט דיר צו שטיין אין ווארט, דו ביסט איין שטיק צמצום און דו לעבסט אין א באָבל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
פארשפארט