אוי דאס הוט'ל

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

אוי דאס הוט'ל

שליחה דורך יואב »

אזוי דורכלויפנדיג דעם אשכול "מעג מען טוישן הוטן" פון אינדרויסן, האט פונעם קעפל זיך מיר געדאכט אז די רעדע איז פון אזא איינעם וועלכער האט בשיטה אראפגעשמיסן זיין מאדנע געוועבטע ר"ת גאטקעס, און אן דאס מינדסטע צווייפל דאס ערזעצט מיט אן עקסטרעם קורצן קאלירפול המן טאש גאטקעלע כמנהג העולם.

כלפי דעם הוט וועט ער אפגרעיטן זיין פריזבי צו א הויכן הוט, און אזוי ארום בעסער אריינפאסן צווישן די בארא פארקער קרייזן.
יעצט אבער צוליב זיינע פארבארגענע שולד געפילן אפעלירט ער ביים ציבור פאר א היתר.

אז איך האב אבער אריינגעבליקט אין דעם אשכול זעלבסט האב איך פארשטאנען אז סך הכל שטעלט ער די הוט טראדיציע אויף א צינישער אוספארשונג.

מצידי איז קיין נפקא מינה וועלכע סארט הוט זיצט אויף מיין קעפל; מיין הוט האט אין פאקט אראפשפאצירט פון מיין קעפעלע שוין פאר א לאנגער צייט צוריק. (פאר דעם "וויאזוי קוק איך אויס אשכול", ווייסט איר שוין אז איך בין הוטלאז).

וועט איר אוודאי פרעגן שתי כיסוי? איז אזוי.
שחרית גייט מען דאך א טלית, איז דאך בבחינת קם ליה בדרבה מיניה. יצחק'ס תפילה ווידער רעכט מען אפ ביי דער ארבעט, און מעריב? אז ס'איז ווינטער האט מען א קוטשמע, אז ס'איז זומער ווידער איז מען דאך אין קאנטרי, דער עולם שפירט זיך אזוי חול המועד'דיג און מ'פארשטייט זיך מיט דער פון  אויבן אפילו מיט בלויז א פארווע סארט קאפ-צודעק.

א שמחה פרעגט איר? צו רוב שמחות וועט מילא אויסקומען איך זאל גיין מיט א שטריימל. (א באזונדערער אשכול פאר דעם).
און צו דער מיעוט שמחות וואס איך דארף (דארפסט?) שוין יא ערשיינען מיט דעם הוט, נו, וועל איך ברעכן דעם סוד. אין מיין טראנק ליגט א געביגלטער הוט גרייט פאר יעדן פאל אדער נויט.

אוי דאס הוטל!!!
איך וועל נישט פארגעסן די זינלאזע טעראר וואס דער הוט האט מיט מיר אפגעטאן זייענדיג א בחור. געהאסט האב איך אים פון דעם טאג וואס כ'האב ערהאלטן א ייצר טוב. כ'פלעג אים אראפשליידערן פון מיין קאפ אין יעדער געלגענהייט, צומאל מיט רחמנות און מער מאל מיט אכזרות.

א טייערער אומבאליבטער אביעקט, קאסטן קאסט דאס דעם פרייז פון אומגעפער טויזענט דאטשיקלעך, די בענעפיטן וואס מ'קען אבער קריגן פון דעם דאטשיג פארמאגט עס שטייצעך זילטש.

דא דארף איך זוכן נאך א בעג ווייל ס'רעגנט, און חלילה א טראפ וואסער זאל נידערן אויף דעם דעלעקאט צודעק און דאס גענצליך דער'הרג'נען; דא פארמעסט איך מיך מיט בייז שניידענדע ווינטן, און איך שטיי מאכטלאז. דאס אראפדריקן ביז צו די אויגן ווי אין שמירת עיניים פעלער שטעלט זיך נישט אייביג ארויס צו זיין עפעקטיוו. ס'צעשייד זיך פון מיין קאפ מיט געוואלד און כאפט א ווילדע קעדאטשקע גענצליך ארויס פון קאנטראל. איך עפען א הילפסלאזער געיעג דערנאך – צו דער אבנארמאלער פרייד פון צוקוקער – כ'דערכאפ אים האלב געטובל'ט אין מאראסט, פארשטויבט און צעבאלט. דא שטראלט די זון ווי ארויס מנרתיקה, צעשפרייט א היץ נישט אויף אויסצוהאלטן. שווייס גיסט פון מיין קאפ ווי פון א קוואל און א שנירל פארע גליטשט זיך ארויס פון מיין קלעבהאפטיג הוט'ל ווי א צייטליכע דערמאנוג אז ער עקזעסטירט.

לאמיך נאר נישט אויפברענגען דאס הוטקעלע נאך תפילין לייגן.  מיט נסים האט דאס געהאנגען אויף מיין סבלנות'דיגער גענאק, מיט מיין אראפגעבויגענעם קאפ האב איך פשוט מורא געהאט צו כאפן א פריי אטעם, אויסזארג ס'וועט זיין צו א שטארקע און דאס הוטל וועט זיך אראפקייקלען אן גיבן א צווייטער שאנס – וכבר היה לעולמים.

שפאצירן מיט א נאקעט קעפל איז בכלל נישט געקומען אין באטראכט, סיידן כ'וואלט געהאט חשק צו ווערן באווארפן מיט דעם וויליאמסבורגער כאראקטער וועלכער לאזט זיך נאגלען א פינגער אין צענטער פון זיינע ברילן, ווי צו פרעגן, האלא, האם משלנו אתה?

בשעת'ן טאנצן אויף חתונות האט די באטעמטקייט פונעם אזוי אויך פארהאסט הוט'ל זיך דערלאזט צו א מאקסימום.
געקראצט, געשוויצט, געוועגט, געפאלן און שיעור נישט יא יא נישט געפאלן. בקיצור, אזאנע טענץ אויף אלע שונאים.

צו שידוכים האב איך דאך געברויכט מיל "צושטעלן" אדער "מאכן א גוטן רושם", מילא האב איך חלילה געקענט לאזן הויל דאס קעפל מיינעם אפילו נאר פאר א רגע.

וועט איר טענה'ן אז נאך אלעם דינט דאך אלס פאנצער ביים שלאגן כפרות, איז אי משום הא איז דאס נאך אלץ יצא שכרו בהפסדו אויף יעדן אפטייטש. א כפרה דעם הוט מיט דער כפרה אינאיינעם.

( אגב, פונקטליך פאר וועמען ס'באדערט דעם אזויגערופענעם פריזבי מיט א רייץ אים צו ערזעצן מיט א הויכן ביבער הוט ווייס איך נישט. איך זע נאך נישט וועלכעס פון די הויכע ביבער הוטן חסידים, ער וויל נוצן אלס אן אלטערנאטיוו צו סאטמאר. ס'איז נישט אז סאטמאר איז אקוראט דער פלאץ צו וועלכן איך רעקאמאנדיר די נשמה זי זאל בוחר זיין צו לאנדן און זיך פאר'גופ'ן דארט. נאר דעם דראנג פון וועלן ארויסגיין פון איין גלות צום אנדערן, און דערנאך נאך פייערן א ניצחון אין די גענץ איז עפעס וואס מאניפעסטירט אין מיינע אויגן שמאלקייט בלבד.)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

יואב, יוי ביסטו גוט...
וירח ה' את ריח הניחוח
קדאטשקע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 5
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 04, 2013 10:57 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

שליחה דורך קדאטשקע »

בעלזער רב שליט"א,
האט איינגעפירט ישיבה קטנה בחורים זאלן טראגן קאשקעטן
אנשטאט הוטן, מחמת חיסרון כיס,

הייסט ער ווען גיין דאטשיקלעך,
וואלט יעדער אים נאכגעטאן, (חוץ סאטמאר אפשר)
קדאטשקע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 5
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 04, 2013 10:57 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

שליחה דורך קדאטשקע »

גראדע דער פוינט פון די פריזבי ביזטו נישט אזוי גערעכט,
למעשה א הויכע הוט איז מער עקסעפטעט,
פונקט ווי די פארשטייסט א שייטל איז מער עקסעפטעט ווי א שפיצל
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

קדאטשקע האט געשריבן:גראדע דער פוינט פון די פריזבי ביזטו נישט אזוי גערעכט,
למעשה א הויכע הוט איז מער עקסעפטעט,
פונקט ווי די פארשטייסט א שייטל איז מער עקסעפטעט ווי א שפיצל


אנטשולדיגט'ס מיר מר. קדאטשקע, עס איז בכלל נישט קיין פארגלייך.
קודם כל, הא באנשים עסקינן- והא בנשים עסקינן.
צווייטענס, א שייטל איז געוויס מער אקצעפטירבאר אלוועלטליך, וואו אימער אין דער גארער וועלט מ'גייט, פארשפארט מען זיך איבריגע אויפמערקזאמקייט.
משא"כ א הוט, ---- עקסעפטעט ביי וועמען??

דריטנס, לאמיר שוין איינזעצן אז דער הויכן הוט איז מער אקצעפטירבאר, הא תינח, א נאטיווער הויך הוט טרעגער, האט אים דער מזל געשיינט.
אבער גיין און אנטוהן בדחילו ורחימו א הויכע הוט להוציא מליבם, זאלט איר מיר זייער אנטשולדיגן, דאס איז א קלאסישע שוטה + Tax.

בכלל, אויב דער הוט פארנעמט אזא פראמינענטע ארט אונערהאלב זיין געזעלשאפט פראבלעמען, און דייקא דאס ליגט אויף זיין אגענדע צו מאדעפיצירן, פארמאגט ער געוויס אן איבריגע דאזע טיפשות געמישט מיט קליינקעפיגע צער.

פערטענס, נישט אום שבת גערעדט, א שייטל איז העכסט מער אקצעפטירבאר ביי יעדן דורכשניטליכער אינגערמאן, וד"ל. (דא וועלן אפילו די קול קורא אונטערשרייבער ערלויבן צו באניצן דעם טריפה'נעם וד"ל).

און טוהט מיר א טובה, באפאלט מיר נישט אז איר גלייכט אייערס א פרוי דווקא פארשפיצלט.
קדאטשקע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 5
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 04, 2013 10:57 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

שליחה דורך קדאטשקע »

במציאות,
א פלאך הוט, קען מען א מענטש באלד אנווייזן אז ער איז א סאטמערער,
א הויך פארטרעט אסאך מער חסידות'ער, מילא איז עס אסאך מער באקוועם
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

עס מאכט מיר אזוי הייס אויפן קאפ, אבער איך נעם עס מיט מיר ווייל אפילו אין דער הענט הייס איך כאטש א 'חסידישער יונגערמאן', הישמר והזהר איך זאל ארויס גיין פון שטוב אן א הוט און גיין אזוי דריי פיר גאסן, יענער (וואס זארגט זיך פאר מיין יודישקייט, נישט דער חסידישקייט) וועט אנהייבען רעדן...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום סדרן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: פארמעקט קללה
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
פארשפארט