קאמישע זכרונות'לעך פון די ישיבה יארן

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
[NAMELESS]

קאמישע זכרונות'לעך פון די ישיבה יארן

שליחה דורך [NAMELESS] »

ביי יעדעם איינעם פון אונז שווימט אמאל ארויף אינטערעסאנטע /קאמישע פאסירונגען וואס האט זיך אפגעשפילט אין די אינגערע יארן עס וואלט כדאי געווען ווען מען דערמאנט זיך עפעס א אינטערעסאנטע עפיזאד עס אראפ צו שרייבן און אזוי מהנה זיין אנדערע חברים ,

ביינונז אין ישיבה איז געווען איין אויסנאם מחותן רב נאס (מאנסי) ער פלעגט נעמען איידימער דווקא נישט די גרעסטע לומדים (שיין גערעדט ...) האבענדיג א מספר טעכטער ווי בנות צלפחד . פלעגן זיין א שיינע צאל בחורים האבן זיך איבערהויפט נישט אנגעשטרענגט דער לימוד וויסענדיג אז זיי האבן פאטענטשעל ביי משפחת נאס .
דער טאג נאכן שידוך פון זיין אינגסטען טאכטער איז דער ראש ישיבה אריין געקומען אין ישיבה אויסקלאפענדיג אויפן בלעמער רבותי , "נאס" האט זיך שוין "אויסגעטריקענט"מען קען זיך שוין זעצען לערנען ...!!!

געווען א משגיח נאך יעדער שידוך ווען דער בחור איז אנגעקומען אין ישיבה דער נעקסטען אינדערפרי ווי פארשטייט זיך פלעגט דער חתן דינן ווערן בארינגעלט דורך זיינע חברים , דער משגיח פלעגט זיכער מאכן יעדעס מאל זיך אזוי צושארן צום גרויסען קופקע אנווינטשן דעם חתן און אזוי שטילערהייט (אז די ארומיגע זאלן הערן...) מסיח לפי תומו געבן א ווארף אריין : איך האב שטארק צוגעהאלפן צום שידוך ,
ויהי היום ער שארט זיך צו צום געזעמל אנווינטשן שטייזיך נישט פארגעסן אריין צו מורמלען זיין באליבטע = איך האב שטאר ארויס געהאלפן עס זאל געשען = . אבער דער עולם קראכט אויס אין א פלאציגע געלעכטער ! ער פרעגט גלייך וואס איז פאני דא .
זאגט אים א בחור נע, ער איז שוין א אינגערמאן ער האט געהאט זיין ערשטע קינד ...!!!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

די מעשה גייט. ער האט זיך אנגערופן "איך האב געהאלפן שטופן"... ויהי שם לצחוק.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

אשפ"ג,
די ערשטע מאל איך נוץ די אויסדריק.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
ציבעלע-קיגל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1120
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 29, 2012 8:24 am
האט שוין געלייקט: 539 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 899 מאל

שליחה דורך ציבעלע-קיגל »

איך האב געהאט א רבי וואס פלעגט שרייען...

אויב דו וועסט נישט קענען ביים פארהער וועל איך דיר אזוי אריין צימבלען אז דו וועסט נישט קענען זיצען אויף ונתנה תוקף
אויב דו ווילסט אז מען זאהל אלעמאהל זאגען אז דו ביזט א ליגנער...
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...

דער אמת שטעכט!
ווייס פרעזידענט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 44
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 17, 2015 9:32 am
האט שוין געלייקט: 69 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

Re: קאמישע זכרונות'לעך פון די ישיבה יארן

שליחה דורך ווייס פרעזידענט »

איינער אין מיין ישיבה האט אמאל געפרעגט פארן משגיח איר קענט אפשר ווערען בשר שנתעלם מן העין
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שרייבענדיג איבער בחורים 'שעמפאו רויבערס', האב איך מיר דערמאנט אן עובדה'לע פון אלטץ בחור, געווען איז דאס יעדען טאג אינדערפריה די זעלבע צייט, אין מקוה פלעגט דארט זיין א בעלזער חנוק, קוקט אויס קיין שעמפאו האט זיין טאטע אים נישט ערלויבט, פלעגט ער נעמען שעמפאו בשתיקה פלינקערהייט פון מיינס א חבר,

מיין חבר האט באשלאסן אז עס איז כלה כל הקינצען, ער האט דאס באטל אויסגעליידיגט פון שעמפאו, און עקסטשענדזשט מיט מאיאנעז, די רעזאלטאטן דערפון דעם נעקסטן אינדערפריה איז געווען למעלה מן המשוער...

מער האט ער מיין חבר'ס שעמפאו נישט צוגערירט, ניטאמאל בטעות...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ס'איז געווען איין יאר ערב פסח ביי שריפת חמץ. ס'איז שוין געווען א מינוט צוויי צו סוף זמן, שמשי ווי יעדעס יאר קומט צו לויפן אין א פאניק מיטן פעקעלע חמץ אין האנט, - שמשי איז א יוד וואס לויפט שוין נאך דער מזל יארן אבער עס נאך קיינמאל נישט געכאפט.. א סך גוטע מעשיות פון
אים -.


ער יאגט און יאגט א פארסאפאטער, אין איין האנט דאס פעקל חמץ מיטן זאגערל פארקנייטשט צווישן אצבע אגודל ווען דער זרת פינגער איז אויף שליחות אונטער צו האלטן די גארטל וואס וויידעלט זיך נאך אין א זיג-זאג טאנץ... און צווייטן האנט דאס פעקל וועש פאר מקווה לכבוד יו"ט מיטן לולב וואס פלאטערט ווילד צו אלע ביישויער אין די פרצופים...

א פלינקער געבט ער א שיס אריין די פארבאטענע זויערטייג מיטן לולב, פארמיטענדיג די כרת אורטייל הארט פארן אריין גיין אין אפעקט, אנהייבענדיג די געזאגאכץ פראצעדור בשעת דער שטן זיינע פארגייט אין א רויעך קנויל.

פיפצן מינוט שפעטער שמשי שטייט אין מקווה אן ערום און גרובעלט אינעם בעג צו טרעפן דאס קליין פלעסטיק בעג שאמפאו אבער פילט עפעס קראציג, אומ'היימליך, בכלל נישט די פילינג פון א העמד און אונטערוועש... ער כאפט א נענטערע בליק, יא יא...


חתיכות בילקעלעך געוויקעלט אין זילבער פאפיר...



file.jpeg
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
באניצער אוואטאר
סקרן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1082
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 20, 2016 1:22 pm
געפינט זיך: הלואי ווען איך וואלט געוויסט!
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 645 מאל

שליחה דורך סקרן »

געווען א משגיח ביי אונז אין ישיבה אין בני ברק וואס פלעגט וועקן, טאמער איז מען נישט אויפגעשטאנען האט ער אראפגעצויגען די דאכענע.
איין טאג האט חיים אפגעמאכט גענוג איז גענוג, אומר ועושה געטראכט און געזאגט, ער גייט זיך אויסטוהן נאקעט אזוי וועט דער משגיח זיך אויסלערנען מיט וועם זיך אנצוהייבן.

די נעקסטע צופרי די משגיח קומט אריין, הייבט אהן וועקן קיינער שלאפט נישט יעדער ליגענדיג זיך מאכנדיג ווי מ'שלאפט,
די משגיח גייט צי צו חיים געבט א שלעפ אראפ זיין דאכענע הייבט אהן שרייען דו שטיי....
ער איז געבליבן שטיין פאר א רגע און דערנאך אפגעיאגט....

פארשטייט זיך מער האט ער קיין דאכענעס נישט געצויגן.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

דער געוואגטער יונגל: שוין לאנג נישט געהערט פון דיר...! אייכה...!!! ווי ס'זעהט אויס האסטו אפגעיאגט צוזאמען מיט דעם ראדימנער פראצעס. און געלאזט אונז אלעמען מיט די צונג אינדרויסן. איך פגר פאר נייגעריגקייט צו הערן וואס זלאטע האט געהאט צו פארציילן ביים פראצעס. דאס איז שוין די צווייטע מעשה ווי דער מחבר האט אונז איבערגעלאזט מיט א האלב געבאקענע מעשה. ס'איז אזוי ווי מ'וועקט זיך אויך אינמיטן פון א זיסן חלום. און מ'ווילל נישט אויפשטיין. מ'ווילל אז דער חלום זאלל זיך ווייטער ציען..!

נאר אפשר האט דיך דער סדרן דן געווען ל--- ווער ווייסט. בכל אופן אויב דו לעבסט נאך אויף קאווע שטיבל. ביטע רוף דיך אן...יישר כח למפרע...הק' בערל בעל עגלה.

נ.ב.: די גאנצע קאווע שטיבל האט פארלוירן א האלב פון איהר פנים. אן דיר. אזוי ווי רש"י הק' זאגט אין אנהייב פ' ויצא..פנה הודה. פנה זיוה פנה הדרה...!
פארשפארט