10 שו"ת - הרב יעקב צבי (יונתן) זאקס

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

הרב סאקס האט היינט א סייט וואו מען קען טרעפן אלע זיינע דרשות און ספרים, ישמח לב מבקשי ה'
http://www.rabbisacks.org/
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

איש עברי האט געשריבן:הרב סאקס האט היינט א סייט וואו מען קען טרעפן אלע זיינע דרשות און ספרים, ישמח לב מבקשי ה'
http://www.rabbisacks.org/

[tag]קאווע טרינקער[/tag] צייכענט צו צו א סעריא וואס טראגט דעם נאמען "10 פראגעס און ענטפערס דורך ראביי זאקס". נישט אז קאווע האט אליינס צאמגעקליבן 10 פון זיינע תשובות. די סעריא הייסט אזוי. יישר כח [tag]איש עברי[/tag] פאר דער לינק.
(- - -)
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

יעצט געהערט די מראה מקומות, ווי אלעמאל הערנדיג הרב סאקס האב איך געוואלדיג הנאה געהאט, יישר כח [tag]קאווע טרינקער[/tag]
און א ישר כח פאר די וועבסייט קיינמאהל נישט געזעהן, זעהט אויס זייער אינטרעסאנט
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

א דאנק [tag]קאווע טרינקער[/tag], זייער אינטערעסאנט און באלערענד. איין זאך נאר, וואס האסטו געזעהן אין נומער 8 אז דו שרייבסט "חובה לשמוע"?
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

אמת'דיג חובה לשמוע ווייל ביי אונז איז מען זייער צומישט איבער די גאנצע ענין פון שכר ועונש, אזעלכע מאמרי חז"ל ווי התקן עצמך בפרוזדור וכדומה שאפן א פאלשע איינדרוק אז די וועלט איז עפעס א בדיעב'דיגע נווה התלאות וואס מען דארף זיך צושטאפן די נאז און דורכשוויצן.
הרב סאקס און די שמועס, [און ליתר הרחבה אין זיין מאנעמענטאלע ספר the great partnership] איז מוציא מלבן של הטועים וואס האבן אנגענומען די אלטע קריסטליכע טעארי אז די וועלט טראגט נישט קיין חשיבות....
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

און אגב גררא האט אונז קאווע טרינקער מגלה געווען די שם המפורש פון הרב סאקס, וואס צו מיין שטוינונג האב איך גארנישט געוויסט דערפון ביז איצט.
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

[justify][/justify]פונקט יעצט ברענגט דאס [tag]פשוט-קאמפליצירט[/tag] צו אין אן אנדערע אשכול:
עס זענען פאראן מענטשן, וואס ארבעטן פאר א לעבן, נעבעך, בעת אנדערע לעבן פאר א לעבן - working for a living versus living for a living.

זאגט דער הייליגער ריזשונער: "ימי חייך," דאס לעבן, דאס האבן טעג פול מיט חיות, מיט לעבן, איז "בעולם הזה." פאראן מענטשן וואס טראכטן, אז דא, אויף דער וועלט, איז אים שווער - דא דארף פשוט זיין שווער. איינמאל כ'וועל אנקומען צו יענער וועלט, קען מען זיך מאכן א חשבון, דעמאלט וועל איך אנהייבן לעבן ווי עס דארף צו זיין.

דאס איז אבער א טעות. לעבן דארף מען יעצט און דא, ווי און וואו מען איז. יעצט איז מען דא, דארף מען זיך אנפילן די טעג מיט חיות און שמחת החיים דא. ווען מען וועט אנקומען דארט, וועט מען זיך שוין מאכן א לעבן דארט, אויך...
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל

שליחה דורך פארוואס? »

נו, איך האב נישט געהערט אלע צעהן, ווייל איך האב אריינגעלערנט אין די חובה לשמוע, אז די איבעריגע איז נאר א זכות, (און א ייש"כ פארן גרינגער מאכן, און אראפנעמען פון אונזערע חובות לאסט).
על כל פנים, איין נקודה, וואס ער זאגט דארטן, אז אין די Hebrew bible פון אנפאנג ביז צום סוף, איז דא זייער ווייניג מקורות איבער נאכן-לעבן.
איך מיין, אז נישט נאר עס איז דא ווייניג מקורות דערצו, נאר עס זענען בכלל נישטא קיין אמת'ע מקורות, און פארקערט עס שיינט אז די תורה שבכתב, גלויבט בכלל נישט דערין.
ווי למשל, מ'זעהט נאכאנאנד אין די תורה, אז ווען עס קומט צו צוזאגן שכר פאר א מצוה, שטייט נישט אז דו גייסט האבן א גרויסע גן-עדן, און דו גייסט נהנה זיין מזיו השכינה, נאר "כַּבֵּד אֶת אָבִיךָ וְאֶת אִמֶּךָ לְמַעַן יַאֲרִכוּן יָמֶיךָ עַל הָאֲדָמָה" (שמות, כ,יא) . וְשָׁמַרְתָּ אֶת חֻקָּיו וְאֶת מִצְוֹתָיו ... וּלְמַעַן תַּאֲרִיךְ יָמִים עַל הָאֲדָמָה (דברים, ד; מ).
און דאס זעלבע פארקערט, ווען עס קומט צו שרייבן א עונש איבער א עבירה, (פרשת בחוקותי און כי תבוא), זעהט מען אויך אז די תורה שרייבט עונשים אויף די וועלט, און דערמאנט נישט פון קיין עונשים איבער די אנדערע וועלט.
איך מיין אז מען דארף ממש צומאכן די אויגן כדי צו זאגן אז די תורה שבכתב איז געשריבן געווארן מיטן יסוד האמונה פון שכר ועונש.
ווידער אין חז"ל זעהן מיר אהן א שיעור דער מהלך פון "העולם הזה דומה לפרוזדור", וואס שיינט אז חז"ל האבן מער ארויסגעברענגט אט דער דאזיגער יסוד אין אמונה.
און דערפאר האבן טאקע די צדוקים נישט געגלויבט אין חיים שלאחר המוות.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

א גרויסן יישר כוח [tag]קאווע טרינקער[/tag] פאר'ן צוברענגען די לינקים. איך וועל זיי בלי"נ אויסהערן דורכאויס דעם קומענדיגן לאנג-דיסטענס טריפ...

בנוגע דער וועלט און יענער וועלט. כ'האב נאכנישט באוויזן צו לייענען דעם אשכול (וואס זעט בפירוש אויס זייער אינטערעסאנט). כ'האב אבער יא געהערט פון יודעי דבר, אז דער אופן וויאזוי א מענטש ארבעט זיך אויס אויף דער וועלט, גענוי אזוי וועט ער זיין אויף יענער וועלט. אויב עמיצער ארבעט אויס די מידה פון כעס, ער ווערט רואיג, טאלערירט אומבא'טעמ'טע מצבים, וועט ער גענוי אזוי זיין דארט. דאס זעלבע פארקערט: אן אומרואיגער מענטש, מיט א בוזשענדער נשמה, וועט דארט אויך זיין אומרואיג. ער וועט, אזוי צו זאגן, אויך דארט נישט האבן קיין זיצפלייש.
כ'ווייס נישט צי ס'האט שייכות מיט שכר ועונש אדער איז א זאך פאר זיך. ס'איז אבער זייער קלאר, אז אין יהדות טראגט דער געדאנק פון "דא-יעצט" זייער א סך וואג. יעצט איז יעצט. באלד איז נישט נוגע אזוי לאנג ווי ער ריקט זיך נישט אריין אינעם יעצט. דאס זעלבע מיט'ן עבר - וואס דארף אנגעקוקט ווערן גענוי אזוי ווי ער איז בטבעו: אינעם עבר.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל

שליחה דורך פארוואס? »

פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:בנוגע דער וועלט און יענער וועלט. כ'האב נאכנישט באוויזן צו לייענען דעם אשכול (וואס זעט בפירוש אויס זייער אינטערעסאנט).


איבער וועלכע אשכול איז די רעדע?
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

[tag]פארוואס?[/tag] מיט אנדערע,

וויאזוי אפצולערנען א שטיקל תורה שבכתב לערנען מיר פון אונזערע חכמים.

אונזערע חכמים האבן געווידמעט א גאנצע פרק אין מסכת סנהדרין, פרק חלק, אויף די סוגיא "מניין לתחיית המתים מן התורה".

ראביי סאקס זאגט בלויז אז די סיבה פארוואס די תורה שרייבט עס נישט בפירוש ארויס, נאר האט עס ענדערש איבערגעגעבן בעל פה, איז כדי צו עמפעסייזען די וויכטיגקייט פון קיום התורה והמצוות דא אויף די וועלט.
(- - -)
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:כ'האב אבער יא געהערט פון יודעי דבר, אז דער אופן וויאזוי א מענטש ארבעט זיך אויס אויף דער וועלט, גענוי אזוי וועט ער זיין אויף יענער וועלט.

סתם דרך אגב, ווי פונקט האסטו געטראפען א "יודע דבר" בעניני עלמא דאתי? איינער וואס איז שוין אפאר מאל דארט געווען?
I have a dream
Martin Luther King ~
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

לעיקוואד האט געשריבן:
פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:כ'האב אבער יא געהערט פון יודעי דבר, אז דער אופן וויאזוי א מענטש ארבעט זיך אויס אויף דער וועלט, גענוי אזוי וועט ער זיין אויף יענער וועלט.

סתם דרך אגב, ווי פונקט האסטו געטראפען א "יודע דבר" בעניני עלמא דאתי? איינער וואס איז שוין אפאר מאל דארט געווען?

די שאלה איז וואס מיינט 'יענע וועלט'. אויף עולם הבא שטייט עין לא ראתה אלקים זולתיך.
(- - -)
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

פארוואס? האט געשריבן:איבער וועלכע אשכול איז די רעדע?

טאקע אשכול הדין.

פישל'ע העררינג האט געשריבן:די שאלה איז וואס מיינט 'יענע וועלט'. אויף עולם הבא שטייט עין לא ראתה אלקים זולתיך.

"יענע וועלט" איז ערגעץ וואו מיר געפינען זיך יעצט אויך. א חלק איז "דא" - אין א גוף, וואס פונקציאנירט אין די גרעניצן פון באשטימטע כללים.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

פלאם פייערדיגע דרשה דורך הרב סאקס בענין עם ישראל והמדינה

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=sDXeUhUpHYY[/youtube]
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

אינטערעסאנטע קליפ ווי די העכסטע באאמטע און ענגלאנד בארימען הרב סאקס, און רעדן איבער די גרויסע השפעה וואס ער האט געלאזט אויף זיי פרעזענדליך, און אויפן לאנד.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=YRjX9xbswW4[/youtube]
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

אויפגעוועקט לכבוד התנא האלקי
Under influence
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

ביאגראפיע אויף rabbi Sacks?
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

אויב וויל איך אראפלאדענען די דאזיגע סחורה אין א MP3 פארמאט, קומט ארויף אז איך ברויך אריינלייגן א username and password.

ווייסט איינער וואס ווען און וויאזוי? תודה
Chasidishmashpia
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 263
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 16, 2013 2:49 am
האט שוין געלייקט: 97 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 188 מאל

בקשת רחמים לרפואתו

שליחה דורך Chasidishmashpia »

קריאת בד"ץ התאקה"ח להתפלל לרפואותו השלימה
קנדה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 72
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:54 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל

Re: 10 שו"ת - הרב יעקב צבי (יונתן) זאקס

שליחה דורך קנדה »

Chasidishmashpia האט געשריבן:קריאת בד"ץ התאקה"ח להתפלל לרפואותו השלימה
איז עס פון קראונס אדער פון יענע מעשה

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk
Chasidishmashpia
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 263
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 16, 2013 2:49 am
האט שוין געלייקט: 97 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 188 מאל

שליחה דורך Chasidishmashpia »

קנדה האט געשריבן:
Chasidishmashpia האט געשריבן:קריאת בד"ץ התאקה"ח להתפלל לרפואותו השלימה
איז עס פון קראונס אדער פון יענע מעשה

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

ס'הייסט ס'איז יענע מעשה רח"ל
פארשפארט