ארטאדאקסישע קהילה נעמט אויף פרוי אלס מורתינו

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

הוגה האט געשריבן:
ישראל קאפקע האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:
ישראל קאפקע האט געשריבן:Rashi a vintner?

קיינמאל נישט געהערט דערפון, וואו ווערט עס געברענגט.

נישטא קיין קלארער מקור דערצו אבער כך שגור בפי העם.
זע אויך דא http://seforim.blogspot.com/2007/08/may ... -make.html

זייער אינטערעסאנט.

ער בלייבט גראדע אז רש"י האט נישט געהאט א צווייטע באשעפטיגונג פאר פרנסה חוץ זיין ישיבה, ער שוואכט לכאורה אפ די קאריקאטור וואס @הוגה האט צוגעברענגט.


ממש. יעצט בין איך חוזק מיט די צינג אינדערויסן. נעם ארויס רש"י און לייג אריין די רמח"ל וואס איז געווען א playwright. אדער לייג אריין הונדערטער אנדערע. די נקודה איז אז דער דערהער פון אויפציען א גאנצע דור צו זיצן און לערנען האט נישט קיין מקור בתורה ויהדות. עס איז קיינמאל נישט געווען אזא מושג. תורתו אומנתו איז אלעמאל געווען פאר יחידי סגולה.

לאמיר אבער נישט פארפירן די שמועס דא. לאמיר ווייטער דיסקוסירען ווי שטארק מיר חרדים האלטן זיך צו די ארגינעלע תורה און ווי ווייט די MO זענען רעפארם.

איך האב געפרעגט א מקור פשוט אלס נייגער, נישט צו דיספוטירן דיין נקודה.
איך בין גראדע נישט מחולק מיט דעם טענה וואס דו ברענגסטו ארויס. פשוט באמערקט אז לויט יאיר'ס לינק דארף מען אריינשטעלן רש"י אין די לאגער פון הרב אלישיב, בלייבסטו מיט 2 קעגן 2, פאלט אוועק די ארגומענט פון דעם קאריקאטור.

איך בין מער ווייניגער איינשטימיג מיט דיר לגבי מאדערן-ארטאדאקס vs אולטרא. אבער די איצטיגע נושא איז אן אנטוויקלונג אויף די לינקע עקסטרעם פון מ"א, א פרעצעדענט, נישט אן אנגענומענע מנהג ביי די מ"א.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

אליהו בחור האט געשריבן:הער אויף צו רעדן מיט אזא זיכערקייט, מען קען זיך נאך טועה זיין אז דו ווייסט וואס דו רעדסט.

אויב דו האסט עפעס צו זאגן, ביטע, שעם דיך נישט.
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 539
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 875 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל

שליחה דורך פלאוויוס »

דער ויכוח איז אביסל מאדנע. טענה'ט מען זיך איבער וואס איז ריכטיג? איבער ווער ס'איז מער איד? די פראגע איז דאך וואס דעפינירט ארטאדאקסיע:

1) א קהילה וואס גיט אכטונג נישט איבערצוטרעטן דעם גבול פון הלכה ווערט דעפינירט אלס ארטאדאקסיש. אויב זיי פרובירן זיך צוצופאסן צו דעם מאדערנעם גייסט אינערהאלב די רעאלמען פון הלכה ווערט עס דעפינירט ווי מאדערן-ארטאדאקס.

2) א קהילה וואס גיט אכטונג אויף הלכה, און בנוסף צו דעם זוכט מען אויפצוהאלטן אן אלטן לעבנסשטייגער (וואס איז אין מיינע אויגן א פאזיטיווע זאך) אפילו ווען ס'איז נישט בהכרח פארבונדן מיט הלכה - ווערט דעפינירט ווי חרד'יש, אדער ווי אולטרא-ארטאדאקס.

בנוגע דער פאזיציע פון "מורתנו": איז דאך דא א סיבה צו דעם וואס זיי רופן זיך מאדערן-ארטאדאקסן און נישט חרדים אדער אולטרא-ארטאדאקסן. זיי האבן נישט אין פלאן צו שטעלן פרויען בעלי-תפילות, אבער זיי האבן געזוכט צו שאפן א פאזיציע פאר א פרוי וואס וועט נישט דירעקט סותר זיין הלכה. קען זיין אז זיי געהערן צו א לינקען פליגל אין מאדערן-ארטאדאקסיע, אבער ס'איז בכל אופן פאסיג צו זייער סטאטוס אין דער וועלט פון אידישע קהילות. ובכן וואס גענוי איז דער ויכוח דא?

איך קען אגב פערזענליך א פרוי וועלכע פירט היינט אן מיט אן ענליכע פאזיציע אין א שול אין מאנהעטן. זי איז שטארק פרום, זי פארדעקט די האר, און זי נעמט אן איר פאזיציע מיט אן ערנסטקייט (ס'איז מיר אויסגעקומען צו האבן מיט איר א שמועס איבער דער פראגע פון "אפהיטן דעם אמאל" קעגן "צופאסן דאס נייע צו די פארשריפטן פונעם אמאל"). מיר זענען נישט געוואוינט צו דעם, אבער דערפאר איז עס טאקע נישט אין אונזערס א שול.

בנוגע זיצן אין לערנען: דאס איז שוין אינגאנצן א חרד'ישער ענין, און דערפאר איז דער עיקר פראגע וויאזוי מ'האט געטון אמאל (און נישט וואס די הלכה זאגט per se). מיך וואונדערט אבער צי דער ויכוח דא איז איבער דעם היסטארישן חלק, ווען ס'איז בעצם נישט קיין ספק אז די ערשיינונג פון "חברת לומדים" (א גאנצע געזעלשאפט וואס לערנט) האט נישט עקזיסטירט פארצייטנס, נאר פארשידענע סאציאלע סיבות האבן אונז געברענגט צו דעם היינט צוטאגס. אז מ'וויל קען מען זיך דינגען איבער דעם נושא מיט פראקטישע ארגומענטן, אבער היסטאריע אדער הלכה קענען נאר זאגן א מיינונג קעגן דער ערשיינונג (אויב בכלל). ובכן וואס זענען די צדדים אינעם ויכוח?
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

שליחה דורך שמערל »

זייער שיין מסביר געווען די צוויי היינטיגע שטרעמונגען.
דער וויכוח איז געווען אז מאנכע דא האבן געטענה'ט אז די היינטיגע מאדערן ארטאדאקס ענדלן מער אין די אמאליגע אידן ווי די אלטרע ארטאדאקס.
לויט זיי זענען די חרדים וואס זייער מאטא איז 'זיך נישט אוועקרירן פונעם אמאל' פשוטע היסטאריע פעלשער, וואס באשאפן אן אמאל לויט זייער נייער ארגינאלע היינט, בעת וואס די מאדערן ארטאדאקס זאגן קלאר אז יא מיר האבן זיך טאקע מאדערנעזירט פונם אמאל, אבער מיר ענדלן נאכאלטס מער אינעם אמאליגן איד ווי די היינטיגע חרדים.

קלאר?
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 539
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 875 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל

שליחה דורך פלאוויוס »

גוט, יישר כח פאר'ן אויסקלארן.
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

יעקב מענטש האט געשריבן:ר' געפילטע און ר' הוגה,

עטס ווילטס מיר טאקע זאגן אז דער רמב"ם דער גרויסער דאקטאר איז געגאנגען לערנען אין אזא סארט קאלעדזש ווי מ'לערנט זיך היינט ? האלטסט טאקע אזוי ?

די צניעות אין די קאלעדזשעס (אין נישט דוקא קאלעדזשעס, איך מיין בכלליות) האט געכאפט א ריזיגע טראסקע, און איך גלייב שווער אז דער רמב"ם וואלט געהאלטן אז גיין אין קאלעדזש היינטיגע צייטן איז מותר


משא"כ אין די חדרים ווי ס'איז נישט דא קיין צניעות פראבלעם לערנט מען טאקע שבע חכמות? אדער א 20 יעריגער פראדוקט פון דעם עם חכם חדר סיסטעם פארמאגט ווייניגער וויסענשאפטליכע ידיעות פון א 7 יעריגער עם הדומה לחמור?
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

וואס קען מען טון אז ליידער, דער עם הדומה לחמור זענען גרעסערע חמורים נושאי ספרים ווי די עם הספר.
פארשפארט