הרב אברהם יצחק הכהן קוק

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

הרב אברהם יצחק הכהן קוק

שליחה דורך ידען »

Berlbalaguleh האט אין א אנדערע אשכול דערמאנט וועגן הרב קוק אז מען האט אויסגעלערענט די ערגסטע אויף איהם און מע טרעפט גרויסע טיטלען פון אנדערע גדולי ישראל:

viewtopic.php?p=27285#p27285

וואס איז מיט איהם די מעשה? ער איז געווען מזרחי, ציוני אדער עפעס אנדערש?

געווען א גדול ישראל אדער נישט?
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

שליחה דורך ידען »

וואס berlbalaguleh שרייבט אין די אנדערע אשכול

מיר זענען אויפגעוואקסן מיט די מיינונג אז הרב אברהם יצחק הכהן קוק איז געווען דאס ערגסטע. מיט דריי אותיות נאך זיין נאמען (וואס איך וויל נישט ארויסשרייבן). האב איך אמאל געזעהן אין א ספר וואס ברענגט אראפ מכתבים פון גדולי הרבנים פאר די צווייטע וועלט מלחמה. דארט שרייבט ר' חיים עוזר גראדז'ענסקי, ראב"ד פון ווילנא עטליכע בריוון צו הרב קוק און ער באטיטלט אים מיט די שענסטע טיטלען. האב איך געפרעגט א קשיא. היתכן?? אויב ער איז געווען אלעס וואס מען האט געזאגט אויף איהם. דער )דוחק( תירוץ איז געווען אז רח"ע האט נישט געוואוסט זיין אמת'דיגן מהות. אבער ווי מען זאגט אויף ענגליש: That doesn't wash. נאר דא ליגט עפעס אנדערש.
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
משכיל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 422
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 1:39 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 221 מאל

שליחה דורך משכיל »

קיינער האט נישט מפקפק געווען און זיין גדלות, זיין הבנה און הרגשה איז געווען געוואלדיג כמעט אין דומה לו
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

ער איז געווען א איד משכמו ולמעלה און אין עניני א"י האט ער זיך אויפגעפירט אינטערעסאנט לגבי אנדערע
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

אויף וויפיל איך האב געלייענט פון און וועגן אים קומט אויס אז הגרא"י קוק איז געווען מיט ביידע פיס אין הימל, א דערהויבענע נשמה, א גאון בכל התורה כולה און א גאון הגאונים אין מידות, אן איש השכולות, א זעלטענער מושלם, כמעט אין בדומה לו.

זיינע בעלי פלוגתא זענען באשטאנען פון גדולים פון דער ראדיקאל-קנאישער מחנה, אדער אזעלכע וואס האבן געהאלטן אז פארשידענע מאמרים וואס ער האט געשריבן האבן נישט געטארט געשריבן/געזאגט ווערן. דערנאך זענען געווען אזעלכע וואס האבן אים נישט געגליכן אדאנק לשון הרע'לעך וואס זיינע שונאים האבן אויף אים צעטראגן. בכלל, בשעתו איז ער נישט אידענטיפיצירט געווארן מיט קיין איינציגער ספעציפישער גרופע ביי כלל ישראל. ער איז געווען א חידוש גדול, וואס האט גענומען פריי די גוטע זאכן פון יעדן, און געזאגט זיין מיינונג לויט ווי ער האט פארשטאנען, אן זיך אפגעבן א חשבון צי ס'שטימט יא אדער נישט מיט'ן רוח הזמן והמקום. ער האט ליב געהאט יעדן איד. ער האט אנגעקוקט די וועלט מיט א מוראדיג ברייטן און טיפן בליק. זיינע ספרים באשטייען פון א געמיש פון חסידות, מוסר, פילאסאפיע, פאעזיע - און וואס נישט...
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
פריינדליך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 624
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 9:57 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 175 מאל

שליחה דורך פריינדליך »

אינטערסאנט, דער זיידע פינעם גרויסען נפטר {הרב אלישב} - דער בעל לשם - איז געווען זייער אויסגעשפראכען קעגן קוק, אבער דאכט זיך אז דער נפטר האט געהאט א אנדערע מהלך, ניין?!
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

דער היסטאריקער ר' אלי' שטיינבערגער ז"ל, א סאטמארע קנאי'שער, האט געווידמעט איינע פון זיינע סעריע ביכער "ליכט שטראלן" איבער רב קוק'ן והמסתעף, ער באשולדיגט איהם דירעקט אויף דעם חברון פאגראם,
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

גאלד האט געשריבן:דער היסטאריקער ר' אלי' שטיינבערגער ז"ל, א סאטמארע קנאי'שער, האט געווידמעט איינע פון זיינע סעריע ביכער "ליכט שטראלן" איבער רב קוק'ן והמסתעף, ער באשולדיגט איהם דירעקט אויף דעם חברון פאגראם,


היסטאריקער גאר? דערלאנג מיר א ברעיק. "ליכט שטראלן" איז אזוי היסטאריע ווי "שלשה אחים" סייענס.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

פריינדליך האט געשריבן:אינטערסאנט, דער זיידע פינעם גרויסען נפטר {אלישב} - דער בעל לשם - איז געווען זייער אויסגעשפראכען קעגן קוק, אבער דאכט זיך אז דער נפטר האט געהאט א אנדערע מהלך, ניין?!

איך האב אויך לעצטענס געהערט א שארפע מימרא וואס דער בעל הלשם זאל זיך האבן אויסגעדרוקט אויף הרב קוק, למעשה שטימט דאס נישט אזוי מיט׳ן מציאות ווייל ווען דער בעל הלשם איז ארויפגעקומען קיין ארץ ישראל צוזאמען מיט זיין אייניקל הרב אלישיב האט הרב קוק אסאך געטון פאר זיי און זיי האבן זיך געהאלטן נאנט, ווי אויך איז הרב קוק געווען מסדר קידושין ביי הרב אלישיב זצ״ל.
פון די אמרי אמת איז דא א בריוו ווי ער שרייבט אויף אים גאר גרויס און ער לייגט צו אז ״חביבתו לעם ישראל קלקל השורה״.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

ס'דא דער אינטרעסאנטער בוך 'אלה מסעי' וואס באשרייבט די נסיעה פון רבי יוסף חיים זוננפעלד אינאיינעם מיט הרב קוק.

הריי"ץ מליבאוויטש האט זיך עטליכע מאהל געטראפען מיט איהם בעת זיין באזוך און ארץ ישראל בשנת תרפ"ט, אין ס'דא עטליכע צוואנציג בריעוו ציווישען די ביידע. אסאך זענען געדריקט און אגרות הקודש.

הרב אלישיב וואס כלל ישראל באוויינט יעצט איז געוועהן זיינס א תלמיד, און האט געלערנט זיינע ספרים.

ס'באקאנט דעם בריעוו פונם רוגאטשאווער וואס שרייבט 'יש מין עוף טמא וקוק שמו - ע"ש.'
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

דולה ומשקה האט געשריבן:ס'באקאנט דעם בריעוו פונם רוגאטשאווער וואס שרייבט 'יש מין עוף טמא וקוק שמו - ע"ש.'


בלייבט איבער צו פארשטיין צי דער ראגאטשאווער וואלט אים באצייכנט אלס "טמא" אויב וואלט נישט געווען אזא גמרא מליצה :?
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:היסטאריקער גאר? דערלאנג מיר א ברעיק. "ליכט שטראלן" איז אזוי היסטאריע ווי "שלשה אחים" סייענס.


וואספארא פארגלייך איז דאס?

ר' אלי'ס מעשיות, הגם אביסל צוגעפיצט, איז אלעס הונדערט פראצענט מיט מקורות, משא"כ שלשה אחים וואס איז אויסגעזויגן פון נישט-באשאפענעם פינגער.

דערלאנג מיר דעם ברעיק ביטע.

איך האב אויף הרב קוק אויך אסאך צו שרייבן. קיינער איז נישט מחולק אויף זיין גרויסקייט. אבער זיין פארדרייטע השקפה האבן די גדולים שוין דאן איינגעזעהן, בשעת ער איז ארויס אנטקעגן די גאנצע ארטאדאקסישע אידנטום אין ירושלים, און היינט צו טאגס איז שוין דא אסאך פון יענע זייט וואס זענען שוין מודה דערצו. זיין אייגענער שווער האט דאך געהאט א צער פון אים.

זייענדיג אין ארץ ישראל א צייט צוריק, איז מיר אונטערגעקומען א קונטרס, א ספר'ל, וואס הייסט "דת הציונות". דאס איז געשריבן דורך א איזראעלי, וואס איז געווען מיט ביידע פוס אין שאול תחתית, און האט פיינט געהאט די חרדים בתכלית השנאה. למשל, צווישן די מאדנע שיטות וואס ער שרייבט זיי האבן געהאלטן, איז אז די תורה איז געגעבן געווארן דורך משה רבינו כדי צו פייניגן די אידן (!) אלס נקמה אז מען האט אים נישט אריינגעלאזט אין ארץ ישראל. רח"ל. פארשטייט זיך ער האט געדינט אין צה"ל מיליטער, און געהאלטן אז די מדינה איז די ישועה פאר כלל ישראל.

דער מצב האט זיך געטוישט, ווען "פאר פאן" איז ער אמאל געגאנגען צו איינע פון די "ערכים" שיעורים (א קירוב ארגאניזאציע אין א"י) און האט פלוצלינג באקומען קשיות אין אלע זיינע אמונות טפילות. זאכן האבן אין אנגעהויבן קוועטשן. און זייענדיג א אויפריכטיגער מענטש האט ער נישט געוואלט באגראבן זיינע קשיות אונטערן קארפעט, נאר האט אנגעהויבן גרובלען און זוכן, ביז ער איז צוגעקומען צו זיין נייעם מצב, אז ער איז היינט א ערליכער איד!

ס'איז אן אריכות, אבער דארט אין דעם ספר, פרעגט ער אפ די אלע שיטות וואס האלטן פון ציונות. ער דערמאנט כמעט נישט סאטמאר רב זי"ע, נאר אפשר איין מאל. ער שרייבט פון אייגענע עקספיריענס, און אביסל פונעם חזון איש ז"ל. עכ"פ דארט אין דעם ספר'ל, ווידמעט ער איינס אדער 2 קאפיטלעך איבער הרב קוק, וואס איז געווען שטארק פארהייליגט ביי אים, און ער פרעגט אפ זיין שיטה מיט געוואלדיגע ראיות. איך געדענק שוין נישט קיין פרטים ווייל דאס איז געווען א לענגערע צייט צוריק, אבער עס וואלט געווען כדאי ווען איינער קען עס דא באשרייבן.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל

שליחה דורך שמואל הלוי »

געהערט אלס קינד "ולא תתורו אחרי לבבכם" נאך הערצ"ל, "ואחרי עיניכם" נאך קו"ק
פריינדליך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 624
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 9:57 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 175 מאל

שליחה דורך פריינדליך »

שמעקעדיג האט געשריבן:זייענדיג אין ארץ ישראל א צייט צוריק, איז מיר אונטערגעקומען א קונטרס, א ספר'ל, וואס הייסט "דת הציונות". דאס איז געשריבן דורך א איזראעלי, וואס איז געווען מיט ביידע פוס אין שאול תחתית, און האט פיינט געהאט די חרדים בתכלית השנאה. למשל, צווישן די מאדנע שיטות וואס ער שרייבט זיי האבן געהאלטן, איז אז די תורה איז געגעבן געווארן דורך משה רבינו כדי צו פייניגן די אידן (!) אלס נקמה אז מען האט אים נישט אריינגעלאזט אין ארץ ישראל. רח"ל. פארשטייט זיך ער האט געדינט אין צה"ל מיליטער, און געהאלטן אז די מדינה איז די ישועה פאר כלל ישראל


איך האב די "דת הציונות". עס איז זייער אינטערסאנט,

{הגם איך וואלט עס נישט אנגעריפען "ספר" ענדערש רוף עס "ביכל"}
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

שמואל הלוי האט געשריבן:געהערט אלס קינד "ולא תתורו אחרי לבבכם" נאך הערצ"ל, "ואחרי עיניכם" נאך קו"ק

כמעט אזא חכמהל׳ע ווי דעם בילד וואס דו האסט צוגעברענגט לעצטענס

שמואל הלוי האט געשריבן:ר' ח.ד. ווייס האט דאס אויסגעטיילט פאר זיינע תלמידים אין קרית יואל

בילד
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

שמעקעדיג האט געשריבן:ר' אלי'ס מעשיות, הגם אביסל צוגעפיצט, איז אלעס הונדערט פראצענט מיט מקורות, משא"כ שלשה אחים וואס איז אויסגעזויגן פון נישט-באשאפענעם פינגער.

נו, אדרבא, וואס זענען מקורות צו די ליכט-שטראלן געשיכטעס?
וואס מאכסטו זיך נאריש: שטיינבערגער האט דען געמיינט צו שרייבן היסטאריע מיט דער ליכט-שטראלן סעריע? ער האט געוואלט שרייבן כשר'ן לייען מאטעריאל, און דערביי פרעדיגן וואס ער האט געזען אלס תורת אמת. רוב פון די ליכט שטראלן בענדער באשטייען פון מנחם-מענדל געשיכטעס, נאר בעסער געשריבן.

שמעקעדיג האט געשריבן:זיין פארדרייטע השקפה האבן די גדולים שוין דאן איינגעזעהן, בשעת ער איז ארויס אנטקעגן די גאנצע ארטאדאקסישע אידנטום אין ירושלים, און היינט צו טאגס איז שוין דא אסאך פון יענע זייט וואס זענען שוין מודה דערצו.

פון וואס רעדסטו? ווען און מיט וואס איז ער ארויס קעגן "דעם גאנצן ארטאדאקסישן אידנטום אין ירושלים"?



שמעקעדיג האט געשריבן:זייענדיג אין ארץ ישראל א צייט צוריק, איז מיר אונטערגעקומען א קונטרס, א ספר'ל, וואס הייסט "דת הציונות" ... עכ"פ דארט אין דעם ספר'ל, ווידמעט ער איינס אדער 2 קאפיטלעך איבער הרב קוק, וואס איז געווען שטארק פארהייליגט ביי אים, און ער פרעגט אפ זיין שיטה מיט געוואלדיגע ראיות. איך געדענק שוין נישט קיין פרטים ווייל דאס איז געווען א לענגערע צייט צוריק, אבער עס וואלט געווען כדאי ווען איינער קען עס דא באשרייבן.

איך האב דעם ספר געזען. (מען פארקויפט עס אין אמעריקע אויך.) רוב פון די זאכן קעגן הרב קוק נעמט ער פון פון דעם ספר וואס הרב ראזענבערגער חתן ר' מ"ב בעק האט ארויסגעגעבן. (כ'קען זיך אויף דער רגע נישט דערמאנען דעם נאמען - כ'האב יענץ אויך דורכגעלערנט אלס בחור.) אינעם צווייטן חלק ענטפערט ער אפ וואס הרב קוק'ס נאכפאלגערס האבן אויף אים געענטפערט, בעיקר תלמידים פון הסדר ישיבות, אנליין. אבער יענץ באשטייט בעיקר אין סברות, און סברות קען מען אייביג זאגן לכאן ולכאן.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

ידען האט געשריבן:מיר זענען אויפגעוואקסן מיט די מיינונג אז הרב אברהם יצחק הכהן קוק איז געווען דאס ערגסטע. מיט דריי אותיות נאך זיין נאמען (וואס איך וויל נישט ארויסשרייבן)


ווען דער סאטמאר רבי זצ"ל דערמאנט זיין נאמען אין שו"ת דברי יואל האט ער נישט צוגעשריבען די דריי אותיות נאך זיין נאמען.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל

שליחה דורך שמואל הלוי »

וואס ר' מרדכי בולגרייער פאטער פון היינטיגן בעלזער רב האט געשריבן אויף אים:
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

שמואל הלוי האט געשריבן:וואס ר' מרדכי בולגרייער פאטער פון היינטיגן בעלזער רב האט געשריבן אויף אים:


עס זענען פאראן נאך גדולים וואס האבן געשריבן מיט שארפע לשונות אויף הרב קוק -- וועמענס ספרים זענען בנמצא און יעדער האט די ברירה אריינצוקוקן און אליין זען וואס ער זאגט.

מען קען נישט נעמען "שארפע לשונות" פון גדולים, ווייל אויב יא האט כמעט יעדער גדול א צווייטן גדול וואס האט זיך אויף אים אויסגעדריקט מיט "שארפע לשונות"; זאלן מיר צוזאמנעמען אלע גדולים און אלע "שארפע לשונות" לפונדק אחד וועט דאך פון אלע נישט בלייבן קיין שריד ופליט.

דער רוח הזמן איז היינט אנדערש. קיינער גייט נישט ווערן קיין חלוץ און שענדן ספרי תורה אין קיבוצים. פון פשוט אריינקוקן אין הרב קוק'ס ספרים באקומט זיך א בילד פון א מענטש וועמען די אלע "שארפע לשונות" פאסן זיך אזוי גוט ווי היסטאריע צו ליכט שטראלן.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
פריינדליך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 624
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 9:57 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 175 מאל

שליחה דורך פריינדליך »

פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:מען קען נישט נעמען "שארפע לשונות" פון גדולים, ווייל אויב יא האט כמעט יעדער גדול א צווייטן גדול וואס האט זיך אויף אים אויסגעדריקט מיט "שארפע לשונות"; זאלן מיר צוזאמנעמען אלע גדולים און אלע "שארפע לשונות" לפונדק אחד וועט דאך פון אלע נישט בלייבן קיין שריד ופליט.


גערעכט, און דאס איז וואס איך האב שוין געשריבען ערגעץ אנדערש, אז מען טאר נישט מאכען קיין צומישעניש, יעדער זאל זיך האלטן צו זיין מסגרת,

די אלע וואס באלאנגען צו די פלעצער און קהילות ווי מען האט געשריבען אויף קוק ימ"ש זאלן אנגיין מיט זייער מסורה, און די מזרחיסטן וואס האבן אנדערש מקובל זאלען זיך זיך האלטען צו זייער מסורה, אזוי בעז"ה וועט בלייבען א שריד ופליט ביי כלל ישראל, אז מען וועט נישט אויפברעכן די חומת התבדלות וועט מען נישט דארפן צוקימען צי מאכען דערנאך א פאראיינגונג מיט מענטשן און השקפות וואס לא קרוב זה אל זה,
אלבערט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 241
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 8:36 pm
האט שוין געלייקט: 116 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

שליחה דורך אלבערט »

פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:
דולה ומשקה האט געשריבן:ס'באקאנט דעם בריעוו פונם רוגאטשאווער וואס שרייבט 'יש מין עוף טמא וקוק שמו - ע"ש.'


בלייבט איבער צו פארשטיין צי דער ראגאטשאווער וואלט אים באצייכנט אלס "טמא" אויב וואלט נישט געווען אזא גמרא מליצה :?

ווען, וואו און צוליב וואס האט דאס דער ראגאטשאווער געשריבן אויף אים?
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל

שליחה דורך שמואל הלוי »

איך האב דעם גאנצן בריוו פון ראגאטשוואווער, אויב איז איינער אינטערסירט קען איך עס ארויפשטעלן דא.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

שמואל הלוי האט געשריבן:געהערט אלס קינד "ולא תתורו אחרי לבבכם" נאך הערצ"ל, "ואחרי עיניכם" נאך קו"ק

שפעטער האט מען צוגעלייגט "ולא תתורו אחרי" נישט נאכגיין רב אונטערמן.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
פארשפארט