וואס גייט זיין ווען משיח גייט קומען?

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
נאטירליך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 163
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 05, 2015 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 705 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

וואס גייט זיין ווען משיח גייט קומען?

שליחה דורך נאטירליך »

איך וועל דא אראפ לייגן וויאזוי משיח האט אויסגעקוקט מיט מיין גירסא דינקותא בליק, איי וואס פארא גן עדן

ברוך הבא משיח איז שוין דא!

משיח רוקט זיך אן איין גרינעם דינסטאג אויף Bedford Cor Rodney רייטענדיג אויף זיין ווייסע אייזל,

משיח גייט מיט א בעקיטשע מיט א גרויסן פלאכע ביבערהוט, (וואס דען א קריעת ים סוף היטל???)

מיט ווייסע זאקן ,אין די האנט האלט ער א גרויסע תימענע שופר.

אינמיטן קומט א אנטעסמיט א פאליציי מאן און ער זאגט אים אז מען דארף האבן א פערמיט צו קענען רייטן אינמיטן שטאט,

גלייך שעפשעט ער לא יחרץ כלב את לשונו און ונעשה גל של עצמות....

נאכדעם האבן זיך צוגעשארט אפאר עסקנים וויכטיג מאכערס און אנגעפאנגען צו האנדלען מיט אים,

פון די וויכטיגסטע זאכן איז געוועהן קודם שלום צו מאכן אהרן מיט זלמן לייב ד.ה. די איינציגסטע

הייפעלע אידן אשר לא כרעו לבעל וואס איז איבערגעבליבן נאמן לה' ובתורתו פון די אלע דורות
זאל כאטש זיין שלום.

נאכדעם האט מען אויסגערופן אז לך כנוס כל היהודים הנמצאים בירשולים דאמעריקע אז מענער זאלן גיין אין ראדני

און אלע נשים צדקניות וועלן מיטהאלטן לייוו פון הופפער סט. און דארטן וועט פארקומען קבלת פנים און מעמד תקיעת שופר און מעמד מראה באצבעו,

און נאך אפאר שעה איז די געדרענג גרויס ביים טיר שטייען די גבאים און טיילן אויס פאר יעדעם א פלאכע ביבערהוט מיט א שווארצע רעקל (אן דיזיין פארשטייט זיך )

מיט שווארץ און ווייס גלעזער

(די אלע שטאפענע היטן מיט מאדערנע בלוי רעקלעך איז אלץ גוט געוועהן אין גלות אבער יעצט??)

אויב די עולם איז אינערעסירט קען איך ממשיך זיין

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר