דוד האט געשריבן:יעדער קומט אריין בערך מיט די זעלבע. אז זיין קליפ איז פריפעשינעל... און א חתונה לעבט ער אויף. חוץ פון דעם פארקויפט ער גארנישט. דאס הייסט נישט ביי מיר א שטערן. קען מיך איינער זאגן פארוואס ער באקומט די נאמען שטערן??!
א שטערן הייסט איינער וואס אינספירירט מענטשן, איינער וואס וויפיל מ'הערט אים קען מען זיך נישט אנזעטיגן. וואס הייסט מער שטערן ווי ארויסקומען מיט איין פראפעשאנעל קליפ נאכן צווייטן אלעס פון 'לייוו דזשאבס' און מענשן קענען נישט סטאפן צו הערן און רעדן דערפון, אין מקוה צו אויפ'ן באס, אדער אין עלעוועיטאר...
איך קוק שוין נאך דעם שמואלי'ן פאר צוויי יאר, און איך זע ווי די התפעלות פונעם עולם אויף אים וואקסט איבעראל... גאר שנעל ווערן מענטשן געוואויר פון אים און they can't get enough of him...
ס'איז דא צענדליגע גוטע און גאר גוטע חתונה זינגערס... כמעט יעדע זינגער מאכט קליפס יעדע חודש/צוויי, איינער קומט אן צו פיר טויזנט וויאיו'ס און איינער צו אכט... ס'איז היינט געווארן מער פאפולער ווי אן אלבום אין א געוויסן זין... עס ברענגט די עיקר ביזנעס פאר'ן זינגער און פאר'ן בענד, אבער שמואלי... ער איז סאמטינג עלס... פאר א סיבה קען שמואלי אונגאר בעטן דעם פרייז וואס ער בעט און עס באקומען... ער ווערט גערופן דורך די גרעסטע עשירים, ער פערפארמט יעדע צווייטע נאכט מיט בענדס אויף גאר טייערע חתונות, ער איז א שטערן! פארפאלן, ווי שווער ס'איז פאר געוויסע עס צו איינערקענען... שמואלי אונגאר באווייזט צו שלעפן צוואנציג טויזנט וויאוס און נאך סאך מער פון יעדע איינס פון זיינע קליפס, איינמאל נאכן צווייטן... איך קען איינצעלנע זינגערס וואס האלטן אויף דעם לעוול (חוץ די גאר גרויסע סופער סטארס) שלומי דאסקאל, לוי יצחק פאלקאוויטש און שמואלי אונגאר. און יא, אלע דריי זענען שטערן'ס...
איך האף איין זאך, אז זיין סידי וועט זיין אזוי גוט ווי זיינע קליפס... אויף די וועג וויאזוי ער גייט וועט עס מסתמא זיין בעסער...