דער באליבטער לאנג יעריגער ארעינזשער משה לאופער

אלעס איבער דעם עולם המוזיק
רעאגיר
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 985 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1491 מאל

דער באליבטער לאנג יעריגער ארעינזשער משה לאופער

שליחה דורך moshav zekeinim »

איך מיין אז עס איז שוין העכטס צייט פאר אזא פאפולערער מוזיק פארום ווי דער מוזיק פארום אין קאווע שטיבל צו א אנאליזירן דעם וועלט בארימטער. לעגענגארער און באליבטער מוזיק ארעינדזשער פון אזוי פיל יארן אןיף אזוי פיל פארשידענארטיגע אלבום'ס, הלא הוא מר. משה לאופער.
משה איז באוואסט פאר די חרדישע מוזיק נאכפאלגערס אלס זייער א טאלטנטפולער אןן געלונגענער ארעינדזשער, ער איז רייך. יוניק, זיס און צוגענגליך צום אלגעמיינעם אויער. ער פארמאגט טאקע נישט דער עקסטערע חיות וואס זיין גרעסטער קאנקורענץ און מוזיק מר. מונה רוזנבלום פארמאגט, דערפאר האט ער אבער אנדערע מעלות וואס האבן אים געברענגט צו שטיין זייט ביי זייט מיט מונה, נאר אין אנדערע הינזיכטן.
כידוע פאר די מוזיק נאכפאלגער, האט משה געפונען חן בעיני הרב משה גאלדמאן ע"ה, און הרב גאלדמאן האט אים געניצט פאר רוב פון זיינע קאסעטעס, זאגענדיג אז משה פארשטייט די בעסטע צו זיינע ניגונים, און דערביי משבח געווען זיינע תניעות.
פארשטייט זיץ אז נישט נאר הרב גאלדמאן האט אים געניצט פאר זיין היים ארעינדזער, און נישט נאר די גאר היימישע. משה איז גלייך ווי מונה א אינטערנעשענאל ארעינדשער אין די אידיש רעליגיעזער וועלט, זייענדיג סער היים ארעינדזשער, פון דעם כאניאקישן זושע שמעלצער אין ניו סקווער ביז אברהם פריד יעקב שוואקי און דער מזרחיזטישן אוהד.

משה לאופער איז א מאדערנער איד וואס וואונט אין בני ברק, און פירט א שיינע שטוב אויף מער א ליטוישע שטיייגער. געבוירן איז ער, אין אנטווערפען, צו זיין טאטן הנגיד מר. מאיר לאופער, א אונגארישער האלוקאסט איבערלעבער, וואס איז במשך זיין תקופה אין אנטווערפען געוועןן א שיינער גביר און זייענדיג אין אנטוחערפען האט ער געדאווענט ביי רבי איציקעל וועלעכע האט כדרכו ארויסגעשלעפט פון אים גרויסע סכומים פאר זיינע צדקות.
המשך יבא אי"ה
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).

דער אשכול פארמאגט 25 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר