וואס גייט זיין ווען משיח גייט קומען?

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
פארשפארט
נאטירליך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 163
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 05, 2015 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 649 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 118 מאל

וואס גייט זיין ווען משיח גייט קומען?

שליחה דורך נאטירליך »

איך וועל דא אראפ לייגן וויאזוי משיח האט אויסגעקוקט מיט מיין גירסא דינקותא בליק, איי וואס פארא גן עדן

ברוך הבא משיח איז שוין דא!

משיח רוקט זיך אן איין גרינעם דינסטאג אויף Bedford Cor Rodney רייטענדיג אויף זיין ווייסע אייזל,

משיח גייט מיט א בעקיטשע מיט א גרויסן פלאכע ביבערהוט, (וואס דען א קריעת ים סוף היטל???)

מיט ווייסע זאקן ,אין די האנט האלט ער א גרויסע תימענע שופר.

אינמיטן קומט א אנטעסמיט א פאליציי מאן און ער זאגט אים אז מען דארף האבן א פערמיט צו קענען רייטן אינמיטן שטאט,

גלייך שעפשעט ער לא יחרץ כלב את לשונו און ונעשה גל של עצמות....

נאכדעם האבן זיך צוגעשארט אפאר עסקנים וויכטיג מאכערס און אנגעפאנגען צו האנדלען מיט אים,

פון די וויכטיגסטע זאכן איז געוועהן קודם שלום צו מאכן אהרן מיט זלמן לייב ד.ה. די איינציגסטע

הייפעלע אידן אשר לא כרעו לבעל וואס איז איבערגעבליבן נאמן לה' ובתורתו פון די אלע דורות
זאל כאטש זיין שלום.

נאכדעם האט מען אויסגערופן אז לך כנוס כל היהודים הנמצאים בירשולים דאמעריקע אז מענער זאלן גיין אין ראדני

און אלע נשים צדקניות וועלן מיטהאלטן לייוו פון הופפער סט. און דארטן וועט פארקומען קבלת פנים און מעמד תקיעת שופר און מעמד מראה באצבעו,

און נאך אפאר שעה איז די געדרענג גרויס ביים טיר שטייען די גבאים און טיילן אויס פאר יעדעם א פלאכע ביבערהוט מיט א שווארצע רעקל (אן דיזיין פארשטייט זיך )

מיט שווארץ און ווייס גלעזער

(די אלע שטאפענע היטן מיט מאדערנע בלוי רעקלעך איז אלץ גוט געוועהן אין גלות אבער יעצט??)

אויב די עולם איז אינערעסירט קען איך ממשיך זיין
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

:lol: :lol: :lol:
זיי ממשיך אבער שנעל!
וירח ה' את ריח הניחוח
נאטירליך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 163
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 05, 2015 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 649 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 118 מאל

מעמד קבלת פנים

שליחה דורך נאטירליך »

איך פיר יעצט אריין דעם עולם וואס עט טוט זיך אפ אויף ראדני סט.

עס הערט נישט אויף צו שטראמען קינדער בחורליך אינגעלייט זקנים, און יעדער טוט זיך אן די הייליגע לבושים

מען זעהט אפילו אונטער די ברייטע ביבערהוט און אונטער די שווארצע גלעזער אויך

אפאר ליטוואקעס אין אנדערע אידן כי רבים מתסטמרים כי נפל פחד סאטמאר עליהם,

די געדרענג לאזט נישט נאך עס קומען נאך און נאך פון איבעראל שטראמט מען.

אינמיטן קלאפט אויס שלמה שמש, שא שא זאל זיין שטיל.

אין די הערצער פון אסאך צווייפלט נאך אז אפשר איז דאס נישט משיח. נאך די אלע משיחי שקר למיניהם באורך הגלות

קיינער פארשטייט זיך זאגט נישט פארן צווייטן זיינע ספיקות ווייל ער האט מורא אז מען וועט לאכן פון אים,

אבער דאס איז אלעס ביז עס ווערט שטיל און מען הערט הויעך "פקוד פקדתי אתכם" אין די שטימע

פונקט ווי די רבי זכיסויאגעןעליינו איז שוין ביי יעדעם געווארן קלאר אז דאס איז טאקע דער משיח אליין (חוץ ביי די פאר die hards)

און די עולם ברעכט אויס אין א דערהויבענעם געזאנג פון בך בטחו אבתינו מיט חסדי ה' כי לא תמנו,

נאך איטליכע מינוט געזאנג ברענגען די גבאים ארויס די אלעמען באקאנטן שאלעשידעס בילקעס מיט די CUBES פון געפילטע פיש

און דער עולם גייט זיך וואשן, און נאכדעם הייבט אן דער גאנצער עולם אן צוזינגען די טרויעריג בארימטן בבואו מאדום "איי איי אם".

ביז עס קומט צו ה' מלך און משיח שטעלט זיך אויף און זאגט די פסוקי יחוד

אבער ממש פונקט ווי די רבי זיכרוינעליבראכע יעצט האט שוין יעדער כולם כאחד געווואוסט אז דאס איז עס

דאס איז משיח און די אויסרופער האט אויסגעשריגן יחי אדונינו מורינו ורבנו מלך המשיח לעולם ועד

און די גאנצע עולם שרייט יחי יחי און דער עולם נעמט זיך טאנצן דעם אלעמען באקאנטן יחי אדונינו (נישט ח"ו די חבדס'קע)

און נאכדעם מאכט מען שטיל און מען האט אנגעצינדן א שובבים טעיפ פונעם רבין וגעו כל העם בבכיה,

און נאכדעם האט מען אנגעצינדן די נשא תורה און עס איז געוועהן בכיות נוראות, איי אשרי עין ראתה אלה.

אינדרויסן איז שוין געקומען די גרויסע נייעס נעצן צו דעקן די גאנצע מעמד און די עסקנים האבן זיך אפגעגבן מיט זיי בכובד ראש כדי ארויס צוברענגען דעם גרויסן קידוש ה'
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

פארוואס איז דאס אין פאעזיע? עס קומט אין טעכנאלאגיע
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
נאטירליך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 163
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 05, 2015 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 649 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 118 מאל

מעמד מראה באצבעו

שליחה דורך נאטירליך »

נאך אלעס ווערט פלוצלינג שטיל און שלמה שמש גייט ארויף אויפן בימה און משיח אויפן ארון הקודש

און שלמה שמש רופט אויס יעמוד פלוני בן פלוני און יענער ווערט רויט און גרין וואס וויל מען דא פון אים

ביז ער קומט ארויף אויבן הייסט מען אים אויפשטעלן אויפן באנק און משיח נעמט זיך ווייזן מיט די פינגער אויף אים

קודם האט קיינער נישט געכאפט וואס דא גייט פאר ביז די קינדער פון יענעם האבן אנגעפאנגן צו פארציילן אז עז האט נאך היינט צופרי געגעבן געלט פאר קרן הצלה

און אלע האבן שוין פארשטאנען אז משיח ווייזט יעצט מיטן פינגער און אלע האבן צוזאמען אנגעפאנגען ווייזן מיט די פינגער אויף יענעם

און יענעמס פנים האט אויפגעלאכטען ווייל קורצליך פארדעם איז ער געוועהן מסופק צו ער זאל טאקע געבן א סכום הגון און ב"ה ער איז בייגעשטאנען דעם נסיון

המשך יבא בעזהשי"ת
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

וואס גייט זיין ווען משיח גייט קומען?

שליחה דורך א איד »

לצים פון ערשטן קלאס.
זאג מיר נאר נישט אז דאס גייט זיין ווען משיח וועט קומען.
דאס וועט יא זיין ווי מען זאגט שוין נאך פון כמה צדיקים, די בושה בעת ביאת משיח וועט זיין, אז מען וועט זעהן ווי עליונים למטה ותחתונים למעלה.
אויף דעם סוגיא איז עס א גוטע המחשה
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
משבק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 285
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 30, 2014 12:27 pm
האט שוין געלייקט: 93 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 207 מאל

שליחה דורך משבק »

קול מבשר העט האבן לעבעדיגע שמועס מיטן אייזל
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

משיח וועט נישט קענען קומען אויף א אייזל, זינט די סיטי קאנסול האט גע'אסערט פערד אדער יעדע סארט בהמה אין די גאסן. משיח גייט קומען צו פליען אויף א שגץ בייק (מרומז בשם יב"ק). ווילאמסבורגער אידנטום! האקסט נישט אויף די בייק לעינס, ס'איז די איינציגסטע וועג פאר משיח אריין אין שטאט!
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
פארשפארט