Contractor referrals

הילף, עצות און טיפס
רעאגיר
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9069 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8971 מאל

Contractor referrals

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

מ'עפענט א פאן בוק און מ'זוכט... אמאל זוכט מען אין די אזוי געשטימטע בוק, אמאל אין די אהער געשטימטע בוק. די באטעם ליין איז מ'ווייסט נישט וועם צו נעמען. ווען מ'זוכן א exterminator, נעמט מען געווענדליך ווער ס'האט די גרעסטע בילד פון א מייז סטאק אין אזא צער בעלי חיים טרעפ. ווען מ'זוכט א עלעקטרעישאן, איז עס ווער ס'האט אזא גרויסע טאמאס עדיסאן בליץ וואס לויפט דורכן גאנצן בלאט. און א פלאמבער נעמט מען דער מיט די הויזן טראגער בילד געטינקען אין 3 פיס וואסער...

טויג ער? בעט ער מיט רחמנות? איר ער א באגלייבטע מענטש?

דאס געפינט מען אויס ערשט נאך די דזשאב.

ובכן, עפן איך דעם אשכול אז מ'זאל קענען איינעם דעם צווייטן העלפן מיט referrals איבער עלעקטערישאנס, פלאמבערס, הענדימענס, אפלייענסעס, עקטירמענעיטערס וכדומה. איש את רעהו יעזורו.

ביטע זיך האלטן צו די תקנות דא מיט די פאלגענדע זאכן: 1) די אשכול איז נישט פאר אדווערטייזמענטס. 2) די אשכול איז נאר פאר גוטע רעקאמנדאציעס, נישט פארקערט. אויב איינער האלט אנדערש איבער א געוויסע referral קען ער לאזן וויסן דעם פרעגער אין אישי.

ווען מ'איז מציע איינעם זאל מען ביטע לייגן זיין נאמען און נאמבער, און פארוואס מ'איז יענעם מציע. א דאנק!
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר