דברי מינות ביי חסידישע ווערטלעך?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
חזקיהו המלך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 63 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 547 מאל

דברי מינות ביי חסידישע ווערטלעך?

שליחה דורך חזקיהו המלך »

ביים ליינען געוויסע ווערטער וואס מען זאגט נאך פין חסידישע צדיקים, בין איך שאקירט געווארען אז ס'קוקט אויס ווי דברי מינות ממש, אזוי ווי אמונת ישו ימ"ש, כ'האב זיך נישט געגלייבט אז מען קען אזאלכע זאכען נאכזאגען פין צדיקים ואין פוצה פה.....

כ'האב מיר געישוב'ט צי כ'זאל עפענען דעם אשכול, אבער כ'האב באשלאסען אז במקום שיש חילול השם אין חולקין כבוד לרב, אין כ'וועל שרייבען,

יעצט כ'ווייס נישט צי די צדיקם האבען עס טאקע געזאגט, כ'וואלט זיי דן געווען לכף זכות אז זיי האבען עס נישט געזאגט, נאר לאורך הימים איז אריינגעפאלען טעותים,

קודם ברויך מען צי וויסען אז פין די יסודת הדת פין תורת משה איז אז מען געבט נישט קיין געטליכקייט פאר א בשר ודם, דאס מיינט, אז מען זאגט נישט אז דער אין דער איז דער באשעפער וואס האט זיך מתלבש געווען אין א מענטש, אין דאס איז אמונת ישו ימ"ש, וואס זיי גלייבען אז יאשקעלע איז געווען געטליכקייט נתלבש אין א גוף עפ"ל וואס דאס איז אמונת השיתוף, וואס דאס איז עבודה זרא,

אבער ביי אונז אידען גלייבען מיר אין אמונת היחוד, אז דער באשעפער הוא יחיד ואין יחידות כמוהו והוא לבדו אלקינו,
אין מיר געבען נישט קיין געטליכקייט פאר קיין שום מענטש אין פאר קיין שום נברא, אין מיר דינען נאר דעם איינציגען באשעפער וואס איז אינו גוף ולא ישיגהו משיגי הגוף ואין לו שום דמיון כלל,

אין יעצט צים ענין:

ס'ווערט געברענגט א ווארט בשם ר' אהרן מטשערנאביל: אז צדיק איז אלקות אין אלקות איז צדיק, יעצט כ'ווייס נישט צי ער האט עס געזאגט, אין טאמער יא וואס ער האט געמיינט מיט דעם, אבער ווען מען זאגט עס איבער, זעהט עס אויס ווי איינער זאגט איך בין גאט, איז אזוי צי אזוי , די וועג וויזוי מען קען עס פארשטיין איז מינות אויפען העכסטען שטאפעל,

נאכדעם איז דאס א ווארט וואס ווערט געברענגט בשם צדיקים אויף ר"ר מענדעלע פין רימינוב, אז דער באשעפער האט גענומען דעם שם הויה אין עס אנגעטוהן א קאלפיק מיט א בעקעשע, אין דאס איז געווען דער ר"ר מענדעלע, קוקט ממש אויס ווי מינות, מען וואלט זיך געדארפט רייסען קריעה ווען מען הערט אזאלכע ווערטער, אין עולם גולם זאגט עס נאך איבער,

אין פאר ווער ס'איז מסופק וויל איך קלאר מאכען, אז דער ר"ר מענדעלע פין רימינוב איז געבוירען פין א טיפת זרע אזוי ווי אלע מענטשען, אין ער האט געדינט דעם באשעפער בקדושה וטהרה אין איז געווארען א הייליגער איד, דעטס איט,

עניוועי כ'וויל מודיע זיין פאר די אלע חסידים אין צדיקים אין ראשי ישיבה אין אזוי ווייטער, ביז היינט איז נישט געווען קיין קאווע שטיבעל האט מען פארקויפט לאקשען מיט כפירה פאר חסידים, היינט איז דא א קאווע שטיבעל אין טאמער אינער וועט אנהייבען פארקויפען כפירה וועט מען דא מקיים זיין די ליצנותא דע"ז,

ע"ז צריך לשרש אחריה,
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 8 אום חזקיהו המלך, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט

דער אשכול פארמאגט 65 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר