דער מקור און אריגין פון אכשר דרא

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20308
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 26089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15599 מאל
קאנטאקט:

דער מקור און אריגין פון אכשר דרא

שליחה דורך berlbalaguleh »

ס'עגבערט מיר שוין פאר א לאנגע צייט און איך וויל זייער שטארק דערגיין וואו און ביי וועלכן פונקט אין די אידישע היסטאריע האט זיך אנגעהויבן דער פענאמען פון "אכשר דרא". פארוואס איז אונז נישט גוט דער מצב פון אידישקייט און הלכה באשר הוא שם. אזוי ווי ס'איז. פארוואס שטרעבן מיר, אלס יחידים און אלס א רבים אויפצוקומען מיט נייע חששות און ספעקולאציעס אין אידישקייט. שטאטס זיך קאנצענטרירן אויף פארשטיין די הלכות פון שולחן ערוך און די נושאי כלים. און וואס די וועלט בארימטע רבנים האבן געשריבן איבער הלכה אין זייערע שו"ת ספרים.

איך טראכט איבער עטליכע סיבות און טעמים וועלכע האבן צוגעפיהרט צו דעם איצטיגן מצב. וואס אויב וועט עס נאך ווייטער אנגיין מיט דעם זעלבן אימפעט, וועט אויסקומען אז דער קומענדיגער דור וועט שוין אנקוקן אונזערע זיידעס און באבעס אלס גויים, וועלכע האבן זיך נישט געפיהרט אויף דעם אידישן וועג. נאר איך וויל הערן פון עולם וואס די סיבה און דער מקור פאר דעם וועג פון טראכטן איז.

וואס ס'האט מיך געברענגט שטארק אריין צו טראכטן אין דעם עניין איז אז איך בין נעכטן געווען ביי א בר מצוה און ווען דער בר מצוה בחור, וועלכער האט געדאוונט מעריב אלס ש"ץ האט געוואלט ציילן ספירה האט זיך א חשוב'ער איד אנגערופן אז ער זאלל נישט ציילן ספירה און מוציא זיין אנדערע ווייל ביז יעצט איז ער דאך געווען א קטן און האט נישט געקענט מוציא זיין אנדערע, און היינט איז דאך שוין אין מיטן ספירה, איז א ספק אויב ער מעג ציילן מיט א ברכה...! איך ווייס נישט צו כעלעם איז געווען אין די ליטא אדער אין פוילן...!

דער אשכול פארמאגט 25 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר