אסיפת הרבנים אין די יעצטיגע מינוטן

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
[NAMELESS]

אסיפת הרבנים אין די יעצטיגע מינוטן

שליחה דורך [NAMELESS] »

היינט אינדערפרי איז באקאנט געווארן אז ס'גייט פארקומען א אסיפת הרבנים וועגן די דירות קריזיס אין וויליאמסבורג.
וואס מ'גייט דארט רעדן און וואס די לעזונג גייט זיין איז קיינעם נישט באקאנט.

דא ציטיר איך ווערטער פון א אייוועלט שרייבער וואס האט יא ארויסגעברענגט אביסעל וואס ער ווייסט אבער כנהוג דארט איז עס נאך צוויי מינוט אראפגעפלויגן, איך האב עס שוין אבער געקאפיט במילא לייג איך עס דא ארויף.

די אסיפה גייט זיין מיט אסאך בילדערס אין פראפערטי אונערס אין אומגעגענט פון וויליאמסבורג וואס איז מעגליך צו בויען פאר יודן.

די גאנצע אסיפה איז פאררופן געווארן דורך מנחם גרשון לעבאוויטש וואס ער גייט יעצט בויען אויף קאסקעיד 400 דירות, וויל ער זיכער מאכן אז ער בלייבט נישט די נאר פון שטאט און יעדער זאל מיטטאנצען מיט אים, סאטמאר וויליאמסבורגע רב גייט זיך דארט געפינען, און ס'איז פאררופן 150 רבנים, צוזאמען מיט אסאך בילדערס, איז אגב וואס כאב ערשט האנטינג מיטגעהאלטן תיכף וואס דא אייוועלטער רופן אן מהרי"י פאר הירא מיטן פרענאונסען די בלומענבורג שטעטל, האב איך דעמאלס מיטגעהאלטן אז די גרויסע קעפ פון זיין קהלה ווי זיינע ראשי קהלה האבן עס אפגעשטעלט די איידיע בכלל פון בלומענבורג און זיי שטערן בכלל פון מאכן אפיציעל א שטעטל אדער שטיפן פאראויס א בוי פאריעקט אויסער די שטאט, פשוט און פראסט טאמער וויליאמסבורג ווערט אויס אזוי שטארק ווי ביז יעצט און ס'איז נישט נומבער איינס, זענען די ראשי קהלה קיין נומבער און באקומען נישט זייער כבוד וואס זיי דארפן צום אטעמען. בערך דאס זעלביגע וויל יעצט מנחם גרשון לעבאוויטש, ער האט קוים עטוואס זיך אריינגעלייגט אין זיינע מוסדות שווערע מיליאנען, און טאמער וועט ווערן א שוואכקייט אין ווילי, אפילו נאר אביסל, איז ער אין אנדערע ווערטער אויס קאפיליטש מאכער, וויל ער זיין די הירא, אין וויליאמסבורג זאל זיך בויען דירות, אבער פון די אנדערע זייט איז ער א בעל החלומות, ער קען נישט געוועלטיגן אויף יעדע פראפערטי, ס'איז דא צענדליגע פראפעטיס וואס איז נישט מעגליך נאכצוקומען די פרייזן עס אפצוהאלטן און אפילו נישט, צו בויען דירות פאר 700,000 דאלאר אפילו אפאר טויזענט אזאנע דירות און רענטעל דירות פון 3000 דאלאר א חודש, איז ביי מיר בכלל נישט ארויפגעקוקטע ראשי קהלה, נאר רויבערס וואס זיצן על כסא ממלכתו, און געבן ארדערס אז בני קהלה זאלן גיין אין שפאן מיט אים, אזא מיטונג אין קאנטינענטל דארף ווען זיין היה לא תהיה,

ווען אונז תושבי וויליאמסבורג האבן שכל, קומען ארויס זקנים עם נערים, און פראטעסטירן פארנט פון זאל אויף אלע רבנים און ראשי קהלה, סתם בלוט צאפערס אן קיין טראפן יודיש הארץ, זאלן זיי נעמען זייערע פאוער וואס זיי האבן, געלט און צייט, און זייער כח השתדלנים ביי פאליטאשענס, און בויען שטעטלעך, דערפלעך, געבן א בוסט פאר בלומענבורג, לעיקוואד, זשערסי סיטי, סטעטן איילענד, טשעסטער, קרית יואל, מאנסי, יעדער וועט עדות זאגן וווען מערעדט מיט א פרעמדען גוי פארשטייט ער נישט ווי די יודן האלטן עס אויס דא , נישט נאר די געלט חלק, די טראפיק, פארקינג, עניטינג, סאיז אזוי ארויס פון מענטשליכע באוועגונג צו וואוינען דא, ברוחניות ובגשמיות, פרעג עני וואן וואס האט אוועק געמופט לעצטענס, ער פארשטייט נישט וויאזוי ער האט געקענט וואוינען אין אזא שטאט, די דאזיגע ראשי קהלה דערמאנען פון דער אלטער היים וואס פלעגן געוועלטיגן מיט בארבארישקייט אויפן ציבור, איך זוך נישט צו העצן קעגן רבנים, אבער רוב רעבילעך וואס גייען זיין די ביי די מיטונג האבן די זעלבע פראבלעם ווי די ראשי קהלה, טאמער די עולם מופט בלייבן זיי אן מענטשן, איך רעד פון די קליינע בתי מדרשים, נישט קיין קהלות, אבער נאך אלע מעשות ווער ס'האלט מיט, גייען פון אנגעהויבן יעצט שבועות ביז ראש השנה, אוועקמופן אפאר הונדערט משפחות פון ווילי קיין מאנרא /מאנסי.
קרעקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 470 מאל

שליחה דורך קרעקער »

איין זאך קען איך שוין פאר-אויס-זאגען
אז יעדער פון די 150 רבנים וואס גייען דארט זיין האבען א אויסגעצאלטע דירה, א אויסגעצאלטע שוהל, און אסאך פון זיי זיצען אויף ריעל עסטעיט פון מיליאנען
סוי זיי האבען כלל נישט קיין פראבלעם, סקראצט זיי אפילי נישט אז דערולם מיטשעט זיך, און דע רבנים וואס זענען לענדלארס גייען נישט אראפגיין מיט די רענט פאר זייערע טענענטס מיט קיין דאלער
סך הכל גייען זיי נאכען שינת צהרים כאפן א שפאציר צו א מיטינג און טועם זיין דארט פרישע ראגעלעך מיט סעלצער
א גוטן מועד
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

עזריאל ,וועלכע ניק האט יענס געשריבן?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

די ערשטע שורה וואס די ציטירסט פאנגט זיך אן
די אסיפה גייט זיין מיט אסאך בילדער


גוט געזאגט
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

שליחה דורך יעקב מענטש »

איך האב נישט ארויס די ציהל פון די אסיפה ?

גייט מנחם גרשון פראקלאמירן אז ער גייט צושטעלן קעסקעיד פאר די זעלבע פרייז ווי מאנסי, מאנראו ? אוממעגליך!

ער גייט קאנווינסען רבנים נישט צו שטיצן קיין נייע שטעטל ? איך גלייב אז ס'איז נישט אין זייער יכולת עס אפצושטעלן, אויב קומט אפיר עפעס א רעאליסטישע פלאן וואס ווערט אקצעפטירט ביי די עזרת נשים,

האט ער מורא פון בלייבן לעקיש ? ער וועט זיך זיכער פרייען אויב דער עולם מאכט א ויסעו און ער קען פארקויפן זיין פראדזשעקט פאר ארטיסטן און פארדינען פי כמה,

וואס יא ?
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

שמעון וואלף האט געשריבן:די ערשטע שורה וואס די ציטירסט פאנגט זיך אן
די אסיפה גייט זיין מיט אסאך בילדער


גוט געזאגט

:lol: :like
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

ווער רופט דאס ירושדלים דאמעריקא?
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אזעלכע לצים! פארדעם ברויך מען צונעמען די שנת הצהרים פון די רבנים??

דאס איז טאקע די פראבלעם אין ווילימסבורג???
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אשור לא יושיענו על סוס לא נרכב ולא נאמר עוד.....
לאמיר זיך שוין אפלאזען פון ישועות פון מענטשען וואס האלטען נישט ביים לייגען א פינגער אין קאלט וואסער פאר א צווייטען. פרעג איין מענטש וואס האט געחתמ'ט קעגען פארקויפען דירות פאר ארטיסטען צו ער האט אין זיין לעבען בייגעשטאנען א 'נסיון' פון א מיליאן דאללאר.
דער ארויסמופען וועט נישט קומען פון עשקנים. נאר ווען אפאר מענטשען וואס כאפען אז פארקויפען דער הויז אין ברוקלין פאר 1.5 מיליון דאללאר און קויפען אין א נייעם שטאט פאר 300,000 איז א חשבון. יא, גייטס נישט קיין מאנסי און לעיקוואוד, דארט איז אויך איבערפול. גיי אין א נייעם שטאט, נעמטס אויף א רב אהן א פארטיי, און נעם זיך אליינס בויען מוסדות. וועסט קענען געפונען מלמדים נישט קיין רעבישע אייניקלאך און מחותנים, וואס טויגען צו מלמדות. וועסט קענען בויען א געזעלשאפט לויט דיין פארשטאנד נישט דער פארשטאנד פון איינער מיט אינטערעסען. וועסט קענען לעבען אויף ווייניגער געלט און נישט נאכלויפען יעדער נייע מאדע וואס עקזיסטירט. וועסט זען אז מ'קען לעבען אן א פיר-און-צוואנציג שעה קוגעל געשעפט און מ'דארף נישט אויסגעבען הונדרעט דאללאר א וואך אויף טשאקאלאד פאר שבת. א רב וועט קענען אליינס פיהרען זיין קאר און בלייבען דער זעלבע ת"ח, און זיין רבנות וועט באשטייען פון לערנען תורה און העלפען מענטשען, נישט פון באזוכען און וואיען אויף אינטערנעט פראבלעמען. דו וועסט קענען פאדערען פונ'ם מלמד זיך צו פיהערן ווי עס דארף צו זיין, נישט לעבען אונטער'ן דרוק פון די מאכטפולע מוסדות.
צוויי משפחות פון מיטעל-יעריגע טאטע'ס מיט צען פארהייראטע קינדער צווישען זיי וואס זענען גרייט אריינצוטאנצען, עפענען א ביזנעס און אונטערשרייבען די ערשטע הוצאות פונ'ם מוסדות און קהלה אינשטאלטען, מיט א ביסל שכל אוועקצושטעלען דער זאך אז עס זאל נישט ווערען קיין נכסי הפרט, און אביסל סייעתא דשמיא פון מענטשען וואס וועלען טוהן לשם שמים, לשם דער תועלת דערפון און נישט לטובת עצמם. ברענגטס א כולל פון יונגעלייט מיט זיך כדי זיי זאלען אויך קענען געניסען פון דער געוואלדיגע מעלה פון וואוינען אין א מקום ישוב הדעת און כדי זייער תורה זאל משפיע זיין אויפ'ן שטאט, און גיבט'ס פרנסה צו א נייער גרופע יונגעלייט וואס ס'פאדערט זיך פאר א שטאט.
דער בעסטע איז ווען מ'מאכט צוויי אויף איין מאל, כדי ס'זאל גלייך זיין דער קנאת סופרים תרבה און אז ס'זאל האבען אן אפקלאנג אז יעדער זאל עס קענען מאכען.
נאר איין זאך, דערווייטער זיך פון פארטיי וכמו שאמר ר' ירוחם לייואוויץ זצ"ל צו הרה אריה לייב גורביץ זצ"ל ראש ישיבת גייטסהעד איידער ער איז געפארען קיין ענגלאנד "היט זיך פון פארטיי, ווייל ווען מ'פאלט אריין אין פארטיי פליט אוועק גאנץ אידישקייט".
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
[NAMELESS]

חוצפה פון רבנים דערגרייכט עד לב השמים

שליחה דורך [NAMELESS] »

די חוצפה פון די רבנים דערגרייכט עד לב השמים
זיצן רבנים וואס לעבן אויף ציבורס געלט, (די וואס נישט האבן זייערע עלטערן שוין גענוג פארדינט אז זיי זענען היינט די רייכסטע פון שטאט) ס'שטייט א פראבלעים וואס ברענט אז ס'איז נישטא וואו צו וואינען, א יונגערמאן צאלט $3200 רענט, פארן בלויזן חטא אז ער האט 5 קינדער אין שטב, און אזא צייט וואלט געדארפט זיין די ערשטע זאך אז די רבנים זאלן צוהעלפן אויף צו קומען מיט א לעזונג, ארויס העלפן די עסקנים וואס טרייען צו מאכן א נייער ישוב, מוואלט געדארפט לייגן אלע אנדערע זאכן און א זייט, סאיז א שעת מגיפה, דער עולם שטארבט פאר הונגער, סאיז נישטא קיין ברירה דער איינציגסטער וועג צו לייגן ברויט אויפן טיש איז דורך גנב'נען פון די רעגירונג, אויב וויל מען קענען לעבן בהרחבה אן א דאגה אז מארגן ווען דער לענדלארד וועט א שידוך טוען גייט ער מיר ארויסווארפן פון די דירה מוז מען זיך אליין קויפן א דירה'לע אבער צאלענדיג געשוואלענע פרייזען רענט אלע יארן איז דאס נאר מעגליך צו ערייכען אויב מבאגנב'עט א באנק, יא באגנבענן א באנק! דורך שארטסעילס, קרעדיט קארד סעטעלמענט וכדומה, און לאמיר נישט פארגעסן אז צוויי מאל א חודש פיקט מען דא אויף דער עולם באישון לילה, פאר ווייב און קינדער'ס אויגן, מ'קייטעלט זיי, און דא ענדיגט זיך זייער א דאגה פון דארפן דעקן דעם חודש, נו וואלט געווען פארשטענדליך אז דער רב וואס קומט געצאלט זיך צו זארגן פארן ציבור, און האט א השפעה אויף אפאר יודן אזאש אז ווען ער מאכט חתונה צאלן זיי אים צוויי הודערט אלפים פארן וועד החתונה, אז זיי זאלן זיין אזוי גוט און טוען עפעס צו די זאך, זענען אבער געקומען די רבנים און געזאגט ניין זיי אלע האבן זיך אויסגעדרייט די רוקן צו זייערע ברויט געבער און געזאגט מיר האבן אייך פארפאקט מיר האבן וואו צו וואונען, מיר האבן די גרעסטע הייזער און שטאט און זייטס אלע געזונט און שטארק.

די שקצימלעך האבן זיך פארזאמעלט מכלומרשט צו ווייזזן אז מטוט פארן ציבור און קוק מיט וואס די זאך האט זיך גענדיגט, עפעס א אפגעריסענע קול קורא מיט אומוויכטיגע נושאים, נושאים וואס גייט קיינעם גארנישט העלפן, סך הכול יצחק שטערן מיט הערשל קלאר וועלן קענען אויספירן אז וויליאמסבורג גייט נישט בויען פאר ארטיסטען, און סגייט נישט זיין קיין האטעלען, מעשיגענער! דאס איז די פראבלעים? דאס איז וואס ס'באדערט דעם עולם? איז נישטא עפעס וויכטיגער אויפן טיש? אז מגייט יא בויען אלעס פאר יודן גייט דאס עפעס העלפן? גיי איך צאלן מיט א פעני ווייניגער רענט? גייט א עוורידזש פארדינער קענען אפילו טראטען פון קויפן א דירה?

רבותי לא עת לחשות, מיר וואלטן געדארפט מאכן א פראטעסט קעגן איבער די אסיפה היינט און שרייען רוצחים, בלוט זויגער, טרעט אראפ פון אונז זאגט אונז נישט קיין מוסר ביז איר טוט וואס איר דארפט.

און לאמיר נישט פארגעסן אז די רבנים פאנדרעיזן פאר אלע שגיונות ריזיגע געלטער, רוב פאר נישט וויכטיגע צוועקן, אבער און דעם איינעם פרט וואס בארירט יעדען נארמאלער מענטש האלטן זיי זיך נישט ביים צוקראצען, (די סיבות זענען פארשטענדליך) סאיז פשוט אז ווען סאיז ווען דא געלט וואלט מען שוין לאנג געהאט אנגעקומען ווי מדארף

מיר רופן אויס צו די רבנים
מיר דארפן נישט קיין מקוואות און אוקריינע
מיר דארפן נישט קיין קיין אוהל און מאגלעניץ
מיר דארפן נישט קיין בתי חיים און אונגארן
מיר דארפן נישט קיין מערכה קעגן די עירוב
מיר דארפן נישט קיין אינטערנעט אסיפות
מיר דארפן נישט קיין וועד הכשרות און יעדע קהלה, איין אלגעמיינע הכשר איז גענוג
מיר דארפן נישט קיין הונדערט שולן און יעדע שטאט
מיר דארפן נישט קיין וועד לקדושת עיר וויליאמסבוורג
מיר דארפן נישט קיין וועד החתונה'ס ווען איר מאכט חתונה איר אייניקלעך
מיר דארפן נישט קיין ביקור חולים'ס
מיר דארפן נישט קיין דרייסיג דיינים און יעדע קהלה
מיר דארפן נישט קיין מעלדונגען אין די צייטונגען וועגן קורצע געפאסטע פארביגע קליידער
מיר דארפן נישט קיין טעג ארגנזעישאן
מיר דארפן נישט קיין אריזאנע ווייץ
מיר דארפן נישט קיין שחיטה מונחת
מיר דארפן נישט קיין שחיטה מהודרת
מיר דארפן נישט קיין משומר פילטער

די אלע זאכן איז איבריגע קאסטען פאר יודן וואס האבן נישט צום לעבן פאר זיך אליין
ווי אויך דארפן מיר נישט שטיצען קיין ארץ ישראל'דיגע מוסדות ווילאנג מיר אללין זענען מסודר, הערט אויף שנארען פון די ארימע פאר מוסדות און ארץ ישראל, שומרי החומות, רבי מאיר בעל הנס, בעלי תשובה צענטערן, קירוב רחוקים, מיר דארפן זיך קןדם אליין מסדר זאכן.
ווילאנג די דירות פראבלעים איז נישט מסודר איז נישטא וואס צו רעדן פון אלע אנדערע זאכן און ס'איז נישט מענטשליך צו זיין פארנומען מיט עפעס אנדערשט, אויב ווילט איר נישט רעדן פון די נושא דאן זיצט אינדערהיים און קלאצט אויפן דאך, רעד נישט פון קיין אינטערנעט און אונטערוועש, די אלע זאכן לאז פאר ווען אונז וועל מיר זיין איינקוארטירט ווי נארמאלע מענטשן
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

"The images you are seeing on television you are seeing over and over and over. And it's the same picture of some person walking out of some building with a vase. And you see it 20 times

-דאנעלד ראמספעלד אויף די מידיא באריכטן פון איראקער פלינדערייען פונעם באגדאד מוזועאם.

והנמשל מובן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום רויטע וואנצעס, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

שריי נישט און פארזאמעל נישט. ס'וועט ארבעטען אזוי ווי אלע אנדערע צוזאמענקומענ'ס פון די לעצטער פאר יאר.
נעם דיין תגובה און שרייב עס איבער אן די שארפע לשונות, שרייב די ליסטע פון זאכען וואס מיר דארפען נישט, און נאך דעם וואס מ'דארף יא, נישט וועגען די געלט וואס די רבנים נעמען ביי אנדערע. און דרוק עס אויף א קלארער צעטעל און פארשפרייט די בתי מדרשים און מקוואות און געוועלבלעך פון וומסב"ג דערמיט. אוודאי וועלען אסאך זיך אויסדרוקען 'חוצפה, ליידיגייער'ס' וכדו', אבער ס'וועט גענוג ווירקען אז די טומול מאכער'ס וועלען כאפען בזיונות פון זיך. איינער וועט שטייען אין ביהמ"ד און זאגען ,למעשה האט דער שרייבער א פאוינט', אבער דאס איז נאר טאמער די קלוגע זאכען זענען נישט געמישט מיט זייטיגע קלאגעס אויף רבנים.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

שליחה דורך א איד »

[tag]עזריאל[/tag] דו וואוינסט אין וויליאמסבורג? אז עס באדערט דיר די דירות קריזיס, עד כדי כך ארויס צו קומען אזוי שארף?
איך האלט פונקט ווי דיר, אבער מיר גייט עס אן אין לינקן טאש, איך האב זיך שוין ארויסגעריקט פון ווילי שוין לאנג, און זיך געקויפט א דירה און מאנסי, און געענדיגט.

---
רויטע האקט

----
נע די חברה לאזן נישט קומען צום ווארט
ליטוואק האקט
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 628 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל

שליחה דורך בעל מדות »

רוב רובו פון די רבנים וואס זענען דארט האבן א אויסגעצאלטע דירה, א אויסגעצאלטע שוהל, און אסאך פון זיי זיצן אויף ריעל עסטעיט ווערד מיליאנען, זיי האבן צופיל געלט אריינגעלייגט אין זייער שוהל און מוסדות אויב האבן זיי דאס אויך, אז זיי זאלן שטיפן דעם עולם צו מופן.

זיי האבען כלל נישט קיין פראבלעם, עס קראצט זיי אפילו נישט אז דער עולם מיטשעט זיך, און די רבנים וואס זענען לענדלארד'ס גייען נישט אראפגיין מיט די רענט פאר זייערע טענענטס מיט קיין דאלער.

סך הכל גייען זיי נאכען שינת צהרים כאפן א שפאציר צו א מיטינג און טועם זיין דארט פרישע ראגעלעך מיט סעלצער...
מ'מאכט זאכן מעגליך.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

דער אסיפה קאסט בלויז א שמייכל.... אפשר מער...א געלעכטער זעהענדיג רעב אייזיק האראוויטץ קומט צו רייסן מיט די ווייסע שטרופ..........

יעדער ווייסט אז אין די יארן נ''ט און ס' האבן מאנכע מיט עגאיסטישע אינטערעסן אינטערגעהאקט דער כוח הנהגה, און דער כוח הרבנות אין די שטאט וויליאמסבורג.. און ווי לאנג דאס וועט נישט צוריק קומען....(אויב עס וועט אמאהל ציריק קומען) וועט קיין ארדענונג נישט הערשן אין שטאט..
די לענדלארס וועלן ווייטער בארויבען דער מיטל-קלאס און זיכער מאכן אז זיי קענן נישט אויסקומען מיטן חודש, אינדערצייט וואס זיי זעלבסט לעבן א שוואוילטאג, און אז דער ארימער טענענט וועט אונטערברעכן ווען אים דער רשע שלעפן אין קארט און עוויקטען מיט זיינע 9 קונדער ערב שבת נאך חצות... און דערנאך וועט ער זינגען ביי די סעודה קה אכסוף מיט א ברען... מי יאמר לו מה יעשה? רבנים? ער דארף בלויז נאר טיפן דעם אדמו''ר הבנש''ק שליט''א מיט א פופציגער ביי מכירות חמץ... און דער אדמר וועט איינעמען א פתח שין...

דער חולה נפש צימערקלאץ וועט ווייטער ארום לויפן מאכען פראטעסטען קעגען יעדעם וואס גייט נישט מיט שווארצע ברילן, און ציריסינע שלייקעס... מי יאמר לו מה יעשה? רבנים? זיי האבן דאס קדחת פאר אים

אז עס איז נישטא קיין הנהגה אדער א כוח הקהלה, עס ליידער איז אונטערגעברענגט געווארן...וועט כ''ק אדמו''ר מהפקר פעטרישקע והגלילות שליט''א, פירען די שטאט....און נישט פפא רב'ס זון מיט רעב אייזיק מ'פאפעראציע פלאזא...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דער עולם מיינט מ׳מאכט דא וויצן.
ס׳וואלט געווען כדאי איינער זאל צוזאמנעמען א ליסטע פון אלע באטייליגטע רבנים און דערנאך גיין מאכן א ליסט מיט פיקטשערס פון זייערע הייזער, פראפערטיס,קארס, דער עולם וועט נישט גלייבן וואס מזעהט
די זענען נאך וואס טיילן אונז איין צו אונזערע ווייבער וועלן גיין א אינטש אונטער אדער העכער די קני, און צו מיר מעגן האבן א טעלפוין וואס קען גרינגער מאכן פאר פרנסה
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

זעה איך יעצט ווי די אפיציעלע טוויטער פון סאטמער ווי זיי מעלדען מיט שטאלץ אז אברהם בער יאקאבאוויטש איז אויך געווען פון די רעדנערס...
ווער עס איז באקאנט ווייסט אז אברהם בער פארמאגט כמעט א סקווער בלאק אין די היימישע געגענט אין ווילימסבורג בעדפארד מירטול וואס ער פארדינגט פאר גוים...
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

בשעתו, האט דער בלאט באטיטולט די מורטל שול אלץ ארטיסטן שול, ארויסהייבענדיג דעם פונקט אז ער בויעט די שול כדי מ'זאל פארשווייגן דאס וואס ער פארדינגט דירות פאר זיי. ס'איז אבער נישט אינגאנצן אמת ווייל דאס זענען לאפטס וואס אידן וואלטן קיינמאל נישט געוואלט וואינען דארט.

איך הער אז מרז"ל איז געקומען צום אסיפה, זיך אפגעשטעלט ביים טיר און געמאכט א בואי בשלום. וואסי פשט?
משבק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 285
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 30, 2014 12:27 pm
האט שוין געלייקט: 93 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 207 מאל

שליחה דורך משבק »

קאך_לעפל האט געשריבן:דער אסיפה קאסט בלויז א שמייכל.... אפשר מער...א געלעכטער זעהענדיג רעב אייזיק האראוויטץ קומט צו רייסן מיט די ווייסע שטרופ..........

יעדער ווייסט אז אין די יארן נ''ט און ס' האבן מאנכע מיט עגאיסטישע אינטערעסן אינטערגעהאקט דער כוח הנהגה, און דער כוח הרבנות אין די שטאט וויליאמסבורג.. און ווי לאנג דאס וועט נישט צוריק קומען....(אויב עס וועט אמאהל ציריק קומען) וועט קיין ארדענונג נישט הערשן אין שטאט..
די לענדלארס וועלן ווייטער בארויבען דער מיטל-קלאס און זיכער מאכן אז זיי קענן נישט אויסקומען מיטן חודש, אינדערצייט וואס זיי זעלבסט לעבן א שוואוילטאג, און אז דער ארימער טענענט וועט אונטערברעכן ווען אים דער רשע שלעפן אין קארט און עוויקטען מיט זיינע 9 קונדער ערב שבת נאך חצות... און דערנאך וועט ער זינגען ביי די סעודה קה אכסוף מיט א ברען... מי יאמר לו מה יעשה? רבנים? ער דארף בלויז נאר טיפן דעם אדמו''ר הבנש''ק שליט''א מיט א פופציגער ביי מכירות חמץ... און דער אדמר וועט איינעמען א פתח שין...

דער חולה נפש צימערקלאץ וועט ווייטער ארום לויפן מאכען פראטעסטען קעגען יעדעם וואס גייט נישט מיט שווארצע ברילן, און ציריסינע שלייקעס... מי יאמר לו מה יעשה? רבנים? זיי האבן דאס קדחת פאר אים

אז עס איז נישטא קיין הנהגה אדער א כוח הקהלה, עס ליידער איז אונטערגעברענגט געווארן...וועט כ''ק אדמו''ר מהפקר פעטרישקע והגלילות שליט''א, פירען די שטאט....און נישט פפא רב'ס זון מיט רעב אייזיק מ'פאפעראציע פלאזא...

שטארקע פוינט . דער הויפט שולדיגער אינעם יעצטיגן דירות קריזיס איז דאס אונטערברעכן דאס כוח הרבנות . און היסטאריע וועט מען טאקע צורוקוקן און זעהן קלאר אז בערך און די נט ס יארן האט זיך אנגעהויבן דער קריזיס
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: אסיפות הרבנים און די יעצטיגע מינוטן

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

וואו, דער כח הרבנות איז פארשוועכט געווארען ווען רבנים האבען אויסגענוצט זייער רבנות אמט פאר אייגענער צרכים און געטרעטען אויף זייער ציבור. דאס האט פאראורזאכט אז אלע דזשוליקע'ס האבען זיך געגליסט רבנות פאסטענ'ס, ווייל פארוואס זאל יענער באקומען אלס.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
פארשפארט