בשורה טובה תדשן עצם: מעגליכער חרדי'שער פילאט אין צה"ל
- אפטעמיסט
- חבר ותיק
- הודעות: 2352
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
- געפינט זיך: אין מאחורי
- האט שוין געלייקט: 2515 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל
בשורה טובה תדשן עצם: מעגליכער חרדי'שער פילאט אין צה"ל
מיט גרויס פרייד ווערט אויפגענומען די פרייליכע נייעס, אז א חרדי'שער בחור, א בוגר פון ליטווישע ישיבות, איז אנגענומען געווארן צו דורכגיין דעם "קורס טיס" און מיט'ן אויבערשטענס הילף דינען אלס פילאט פאר די מדינת ישראל עירפארס.
אויב זאל דער בחור דורכמאכן די טרענירונגען און ענדיגן דעם קורס, איז עס אן ערענסטע דורכברוך פאר דאס יהדות החרדית, און א שיינעם טריט פאראויס צו היומעניזאציע און ציוויליזאציע.
א מיליטערישער פילאט ווערט פאררעכענט צו זיין איינע פון די פרעסטידזשפעלסטע פאזיציעס אינערהאלב די מיליטער, צו וואס גאר ווייניג געקליבענע, געלונגענע סאלדאטן קומען אן.
http://mobile.mako.co.il/news-military/ ... d41004.htm

- ישראל קאפקע
- חבר ותיק
- הודעות: 2181
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
- געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
- האט שוין געלייקט: 1284 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל
אויב זאל דער בחור דורכמאכן די טרענירונגען און ענדיגן דעם קורס, איז עס אן ערענסטע דורכברוך פאר דאס יהדות החרדית, און א שיינעם טריט פאראויס צו היומעניזאציע און ציוויליזאציע
נאר זעכציג יאר שפעט. . .
וואס איז דאס ארויפקוקן און ארויסהייבן וויילענס, מיליטער און מלחמה?
ווען ער ווערט אן ערנסטער ביזנעס אייגנטומער מיט פינף צען איינגעשטעלטע איז ער הונדערט יאר פאראויס, פון א הומאניסטישן קוקווינקל.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
ישראל קאפקע האט געשריבן:אויב זאל דער בחור דורכמאכן די טרענירונגען און ענדיגן דעם קורס, איז עס אן ערענסטע דורכברוך פאר דאס יהדות החרדית, און א שיינעם טריט פאראויס צו היומעניזאציע און ציוויליזאציע
נאר זעכציג יאר שפעט. . .
וואס איז דאס ארויפקוקן און ארויסהייבן וויילענס, מיליטער און מלחמה?
ווען ער ווערט אן ערנסטער ביזנעס אייגנטומער מיט פינף צען איינגעשטעלטע איז ער הונדערט יאר פאראויס, פון א הומאניסטישן קוקווינקל.
ווען א לינקער – וואס איז פיל מאל גערעכט – מיינט אז ער מוז אייביג זיין לינק אפילו אויב מ'רעדט פון שאוולען הערינג!
- ישמעאל הכהן
- חבר ותיק
- הודעות: 2111
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
- האט שוין געלייקט: 1551 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל
- ישראל קאפקע
- חבר ותיק
- הודעות: 2181
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
- געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
- האט שוין געלייקט: 1284 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2184
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
- האט שוין געלייקט: 129 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- חאצקעל שניידער
- ידיד השטיבל
- הודעות: 313
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 18, 2015 12:53 am
- האט שוין געלייקט: 147 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל
Re: בשורה טובה תדשן עצם: מעגליכער חרדי'שער פילאט אין צה"ל
יעצט זענען אונז אין נאך גרעסערע סכנה יעצט וועט מען זאגן נישט נאר אז די חרדים זענען די גרעסטע ציונים נאר אויך די גרעסטע לוחמים פאר די מדינה הטמאה וואס טוט מען?[emoji47] כהאב שוין מורא ארויסצוגיין אויפן גאס?[emoji34][emoji45][emoji20][emoji47][emoji46]
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 833
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 9:38 am
- האט שוין געלייקט: 2105 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 315 מאל
חאצקעל שניידער האט געשריבן:יעצט זענען אונז אין נאך גרעסערע סכנה יעצט וועט מען זאגן נישט נאר אז די חרדים זענען די גרעסטע ציונים נאר אויך די גרעסטע לוחמים פאר די מדינה הטמאה וואס טוט מען?[emoji47] כהאב שוין מורא ארויסצוגיין אויפן גאס?[emoji34][emoji45][emoji20][emoji47][emoji46]
זיי וועלן דיר גארנישט טון.
זיי האבן ליב די נטורא קרתא
.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 539
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
- האט שוין געלייקט: 875 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל
ישראל קאפקע האט געשריבן:וואס איז דאס ארויפקוקן און ארויסהייבן וויילענס, מיליטער און מלחמה?
ווען ער ווערט אן ערנסטער ביזנעס אייגנטומער מיט פינף צען איינגעשטעלטע איז ער הונדערט יאר פאראויס, פון א הומאניסטישן קוקווינקל.
ישראל, ביים זאגן אזא סטעיטמענט וואלט רעכט געווען זאלסט ערקלערן דיין שטעלונג. א ראדיקאלע לאזונג דארף קענען געדעקט ווערן, אויב מ'וויל נישט ס'זאל האבן אן איינדרוק פון יפה-נפש'דיגע נאאיוויטעט.
- חאצקעל שניידער
- ידיד השטיבל
- הודעות: 313
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 18, 2015 12:53 am
- האט שוין געלייקט: 147 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל
בשורה טובה תדשן עצם: מעגליכער חרדי'שער פילאט אין צה"ל
I'm back האט געשריבן:חאצקעל שניידער האט געשריבן:יעצט זענען אונז אין נאך גרעסערע סכנה יעצט וועט מען זאגן נישט נאר אז די חרדים זענען די גרעסטע ציונים נאר אויך די גרעסטע לוחמים פאר די מדינה הטמאה וואס טוט מען?[emoji47] כהאב שוין מורא ארויסצוגיין אויפן גאס?[emoji34][emoji45][emoji20][emoji47][emoji46]
זיי וועלן דיר גארנישט טון.
זיי האבן ליב די נטורא קרתא
בוסט שוין די צווייטער וואס שרייבט עס וועגן מיר היינט[emoji17] , קוק די אשכול וואס כהאב דא געשריבעןhttp://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?t=8479 viewtopic.php?t=8479
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
Re: בשורה טובה תדשן עצם: מעגליכער חרדי'שער פילאט אין צה"ל
ישראל קאפקע האט געשריבן:אויב איז דאס שאוולען הערינג, דאן בין איך א פישכאפער.
א פישכאפער מיט א לינקער האנט? [emoji12]
קאפקע, דער אמת איז א איך וויל נישט די כיתה ג' שפראך זאל זיך דערקייקלען צו כיתה א'. וועל איך שוין סטאפן.
איידער איך בין מיך מסביר וואס כ'האב באמת געמיינט מיט'ן שאוולען הערינג, ענטפער מיר ביטע אויף דער פראגע: דו קאנסידערסטעך אלס אן אבסעלוט-פאסיפיסט?
- ישראל קאפקע
- חבר ותיק
- הודעות: 2181
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
- געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
- האט שוין געלייקט: 1284 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל
אבסאלוט? ווייט נישט.
עס האט מיר פשוט געשטערט זיין אויסדרוק 'בשורה טובה תדשן עצם. כאילו עס איז עפעס א דערהויבענע ציל, א לאנג יעריגע חלום אויף וואס חרדיזם גארט און האפט זינט 1945.
ביי אונז אין אונזער חרדישע קולטור איז ווייעלענס און מיליטעריזם בכלל נישט קיין ווירטשו אויף וואס מען קוקט ארויף, כאטש עס איז וויכטיג נאמינאל.

- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
ישראל קאפקע האט געשריבן:מאטי האט געשריבן:כ'האב ליב ווען א ליבעראל זאגט "ביי אונז אין אונזער חרדיש'ע קולטור"
אז ליבעראליזם און חרדיזם זענען פאקטיש איינשטימיג אויף אן אידעאל זאל איך נישט נעמען עטווענטעדזש דערפון.
א צובראכענע זייגער איז גערעכט צוויי מאהל א טאג.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
Re: בשורה טובה תדשן עצם: מעגליכער חרדי'שער פילאט אין צה"ל
ישראל קאפקע האט געשריבן:אבסאלוט? ווייט נישט.
עס האט מיר פשוט געשטערט זיין אויסדרוק 'בשורה טובה תדשן עצם. כאילו עס איז עפעס א דערהויבענע ציל, א לאנג יעריגע חלום אויף וואס חרדיזם גארט און האפט זינט 1945.
ביי אונז אין אונזער חרדישע קולטור איז ווייעלענס און מיליטעריזם בכלל נישט קיין ווירטשו אויף וואס מען קוקט ארויף, כאטש עס איז וויכטיג נאמינאל.
גוט. דו האסט דאך אבער גערעדט דוקא פון א הומאניסטישן קוק-ווינקל.
איז אז דו ביזט נישט קיין אבסעלוט-פאסיפיסט, דאן איז דיין תגובה זיכער געווען זייער נישט אין פלאץ.
דו ביזט אזוי שטארק פארטאן אין דיין קאמף פאר סאציאלער גלייכהייט – א תחום אין וואס איך בין מיט דיר אין אלגעמיין איינשטימיג – אז דו האסט גענומען דיין זעלבסשטענדיגער דעת וואס האט דיך מתחילה געפירט אנצונעמען די דאזיגע לינקע זייט פון דער פאליטישער ספעקטרום, און דאס פארקויפט פאר דער דאזיגער אידעאלאגיע מיט אירע אגענדעס בלינדערהייט. דאס פירט דיך אוועק פון זיין אביאקטיוו, "ויסלף עיני צדיקים" קען נישט זיין מער געגאסן. איך האלט אז דו האסט באמת די מידה פון צדק צדק תרדוף, נאר דו נעמסט דאס אזוי ערנסט, אז דו הייבסט אן רודפ'ן דעם צדק.
ס'נעמט זיך באמת פון גוטסקייט, אבער דא טאקע פעילסטו דעם טעסט. ביי דיר איז דאס לעבן פון אן אומשולדיגער ישראלישער בירגער נישט אזוי און בכלל נישט חשוב ווי דאס פון אן איסלאמישער טעראריסט. אז דו ביזט נישט קיין אבסעלוט-פאסיפיסט דאן ווייסטו אז ערגעצוואו מוז מען צו קומען צו מיליטערישע כוחות. פארוואס איז דאס עפעס וואס פראמאויט וויילענס? אפשר וועט דער יעניגער רעדוצירן וויילענס מיטן באמבאדירן טונעלן פון וואנען א באנדע חיות האבן געפלאנט אומצוברענגען "ציווילע" – די סארט לעבנס איבער וועמען דו זארגסט תמיד.
און וואס אויב ברויך מען צעשטויסן פון דער לופט גאז קאמערן אין וואס מ'גרייט זיך צו הינריכטן אומשולדיגע טאטעס, מאמעס און קליינע קינדער? דאן איז דאס אויך א פאך וואס פראמאויט וויילענס?
בקיצור, א "ציווילעזירט לאנד" קען לכאורה נישט פינקציאנירן אן א מיליטער וואס זאל דא זיין כאטשיג אויף סעלף-דיפענס – ספעציעל ישראל וואו אזא סברה איז בכלל נישט היפאטעטיש, נאר ס'איז ברור אז אן א שטארקער מיליטער קענען זיי נישט איבערלעבן דעם טאג. כמעט יעדער חוץ אויסגעשפראכענע פאסיפיסטן וועט דאס מודה זיין אן צווייפלען, און אפילו פון צווישן זיי, ווען ס'איז געקומען צו ברויכן באזיגן א היטלער האבן זיי אנגעהויבן זינגען אן אנדער ניגון.
די לעצטע זאך וואס איך בין איז א hawk. דאס איז נישט די מדובר דא בכלל. דיין תגובה אבער איז זייער נישט אין פלאץ, און לולא דמוסתפינא וואלט איך געזאגט אז דו ביזט שוין באלד נישט צופיל אנדערש פון דעם איסלאמישן קאפקע נאר אויף דער אנדער זייט פונעם שפיגל.
דיין זיין (אדער זיך מאכן... ) אזוי איראניש בייעס קעגן ישראל – ספעציעל ווען ס'פעלט ממש נישט אויס – פארשווערט די אביעקטיווקייט ביי אנדערע בשעת'ן הערן דיין אמת'ע מיינונג אין אנדערע תגובות. ס'גיבט דעם איינדרוק אז דו ביזט נישט דא צו קעמפן פאר דעם אמת, נאר ליבערשט צו קארמען דיינע אגענדעס.
ואחרון חביב איז דאס אינגאנצן אנדערש דא ווייל ער איז טאקע א חרידישער בחור, און שטארק מעגליך איז אז ער וואלט געענדיגט זייער קאריער מיטן אראפקוילערן גארבעדש-קענס אויף פאליציאנטן וועלכע פרואוון צו האלטן די גאסן סטאביל. האט ער כאטש א קאריער, און שטייט נאך בעסער פון רובא קאווע שטיבל שרייבער.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1129
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
- האט שוין געלייקט: 982 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל
Re: בשורה טובה תדשן עצם: מעגליכער חרדי'שער פילאט אין צה"ל
ישראל קאפקע האט געשריבן:אבסאלוט? ווייט נישט.
עס האט מיר פשוט געשטערט זיין אויסדרוק 'בשורה טובה תדשן עצם. כאילו עס איז עפעס א דערהויבענע ציל, א לאנג יעריגע חלום אויף וואס חרדיזם גארט און האפט זינט 1945.
ביי אונז אין אונזער חרדישע קולטור איז ווייעלענס און מיליטעריזם בכלל נישט קיין ווירטשו אויף וואס מען קוקט ארויף, כאטש עס איז וויכטיג נאמינאל.
כ'האב זיך טאקע אלטס געוואונדערט אויף דעם מאדנעם פענאמענאן אז אין קאמערציאלע אוויאציע שטייען די חרדים ארויס מיט די בעסטע פילאטן אין דער וועלט, בעת וואס אין די מיליטער הערט מען נישט פון זיי.
דיין טיפער אנאליז אינעם חרידישן קולטור, האט אלעס אזוי שיין פארענטפערט. [emoji3]
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 539
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
- האט שוין געלייקט: 875 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל
כיואב ועוד לקרא. ס'דערמאנט מיך א פאל מיט יארן צוריק ווען א סעקולערער ישראל'ישער חבר האט מיך פארבעטן צו א ויכוח בנוגע דער מסורה פון "תורה שבעל פה". איך פון מיין זייט האב פרובירט צו פארטיידיגן חז"ל, ביז כ'האב געכאפט אז מיין חבר גלייבט נישט אין תורה בכלל. דער ויכוח איז דעמאלט אויטאמאטיש אריבער צו "תורה מן השמים". אבער ביים המשך פונעם ויכוח האט זיך ארויסגעשטעלט אז ער איז נישט מסכים מיט מציאות פון א גאט אויך נישט. כ'האב מיך געפילט דעמאלט ווי צוויי סענטס. וואס א זין האט עס צו פירן א ויכוח איבער פרטים ווען מ'גלייבט ממילא נישט אינעם יסוד?
און וואס זאלן מיר יעצט זאגן? מיט קאפקע'ן איז שוין אויסגעקומען זיך צו טענה'ן איבער די אקופירטע געביטן גענוג לאנג, נאר סוף כל סוף האט זיך ארויסגעשטעלט אז ער איז קעגן דעם ציוניסטישן פראיעקט מיסודו. 48 און 67 איז נישט ממש א נפקא מינה. ווי ס'הייסט אבער יעצט, קומט ביי אים אויס אז אנהאלטן א מיליטער איז בכלל אן עבירה. אזא זאך וואלט געווען שיין ווען קאפקע זאל עס דערקלערן באלד אין אנהויב פונעם ויכוח...
בקיצור [tag]יואב[/tag], האסט מיר אויסגעכאפט דאס לשון.