הגאון רבי שמואל הלוי וואזנער [זצ"ל], בעל שבט הלוי

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=N3QxpjRp_04[/youtube]

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=zw7S2dLHmXg[/youtube]
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
אויסלייזער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 45
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 07, 2014 2:58 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל

שליחה דורך אויסלייזער »

http://eruvonline.blogspot.com/2010/08/ ... hlita.html

הר"ר מרדכי יוסף וואזנער הי"ו, נכד מרן בעל שבט הלוי שליט"א: דאס וואס מ'האט פריער גערעדט דא וועגען די פאשקעווילן, מיט זיידי, מ'האט יעצט אין אמעריקע אויך ארויסגעגעבין עפיס מיט זיידי'ס נאמען דארטן, מיט די עירוב, געמאכט א גאנצע...
מרן בעל שבט הלוי שליט"א: מיט'ן עירוב איז א מעשה שטות פון די מענטשן. אין מיט'ן שיעור האב איך ממשיל געוועזן א רשות הרבים אין דער ברייט, כדי דער עולם זאלן פארשטיין, עס זיצ'ן דא אסאך אמעריקאנער, פון איסטערן פארקוועיי...
הר"ר מרדכי יוסף: אוישן פארקוועיי.
מרן בעל שבט הלוי: [יא] אוישן פארקוועיי. די הכרעה יא עירוב, אדער נישט עירוב, האבן מיר נישט גערעדט. נאר וואס דען, די מענטשן ווילן דאך עפיס הערן, חאטש זיי הערן נישט.
הר"ר מרדכי יוסף: זיידי האט עס מיר כמה פעמים געזאגט אז זיידי מישט זיך נישט אין אמעריקע אין הלכות.
מרן בעל שבט הלוי: איך האב אין לעבן אסאך מאל חרטה געהאט, כ'האב מיך געמישט, איך מיין כ'האב מיך געמישט כהלכה, אבער 70% איז נתגלה געווארן אז דער שואל האט נישט איבערגעגעבן די גאנצע מציאות. און אז מ'געט נישט איבער די גאנצע מציאות קען ארויסקומען א טעות אויך.
הר"ר מרדכי יוסף: זיידי האט אמאל געהאט א הכרעה וועגן די עירובין אין אמעריקא?
מרן בעל שבט הלוי: איך האב נישט מכריע געווען לכאן או לכאן. איך האב זיי געזאגט, זיי האבן זיך אלע געווענדעט אן מיר, בארא פארק, און דער און דער האט זיך געווענדעט. הערצו רבותי, ב"ה אין דעם האב איך מצליח געווען, אויך דאהי. איז א ויכוח אין די הלכה, איז אויטענטיש. ס'קען זיין א ויכוח אין די הלכה. אז עס שטעלט זיך אויס כיתות כיתות, קען אויכעט זיין, אויף דעם, וואס מאכט מען על פי תורה, מ'רופט ביידע כיתות צוזאמען, זיי דארפן מתווכח זיין אזויווי א בית דין. אבער אין פאשקעווילן לאז איך מיך נישט אריין. אויב פון א ויכוח ווערט א מחלוקה איז ידי מסולקת.
וואס אין אמעריקע איז געשען איז פון א ויכוח געווארן א מחלוקה, ממילא מיש איך נישט.
הר"ר מרדכי יוסף: מיין טאטע האט געהאט די מעשה ווען ס'איז געווען די פלעטבוש עירוב, האט זיך אפגעטוען מיט די ליטווישע, זיי האבן געשריגן ר' משה, מיין טאטע האט געזאגט פאר יעדן איינעם, ווילסט קומען מיט מיר רעדן הלכה, כ'בין גרייט. ווילסט קומען רעדן פאליטיק, נישט מיט מיר. זאל מען זיך אוועקזעצן צוזאמען לערנען די הלכה, האט ער געזאגט.
הגאון הרב בן ציון יעקב הלוי וואזנר שליט"א: די טאטע האט מיך געשיקט אויף שיקאגו מאכן דעם עירוב,
מרן בעל שבט הלוי: יא.
הגאון הרב בן ציון יעקב: און איך האב מצליח געווען דארט מאכן בהידור רב, רובו מחיצות
מרן בעל שבט הלוי: דער עירוב אין שיקאגו, דאס איז פאר מיר אויך לייכטער געוועזן, כ'האב דאך געשריבן וועגן דעם. דער עירוב אין שיקאגו איז מחיצות ממש.
הגאון הרב בן ציון יעקב: די זעלבע זאך, טאטי, איז אין בארא פארק.
מרן בעל שבט הלוי: דער ים דארט.
הגאון הרב בן ציון יעקב: ביים ים, און רובו מחיצות, אזויווי שיקאגו, רובו עומד. איך זאג עס אזוי פאר טאטי צו הערן א פארגעניגן. רוב גמור, רוב גמור איז דא מחיצות גמורות.
מרן בעל שבט הלוי: ווי איז דארט די מחיצות?
הגאון הרב בן ציון יעקב: פונעם ים אינעווייניג, אין בארא פארק, די אלע מחיצות וואס די שטאט האט געבויט, ארום די בית הקברות, און נאכדעם צו די הייזער מיט אלעס איז דא 80%, רובו עומד. אזוי ווייט. די רבנים האבן געזאגט, אין בארא פארק, האבן זיי געבויט אויף די תשובה וואס כ'האב געהאט א זכיה, טאטי האט עס אריינגעשריבן אין שבט הלוי. אז ס'איז רובו עומד זאגט דער חזון איש אז דאס איז א רשות היחיד גמור.
הר"ר מרדכי יוסף: זיי האבן עס געוואלט מפרסם זיין (דברי מרן בשיעורו על אוישן פארקוועיי), און אויפשטעלן א טייפ ווי זיידי רעדט, מיט א צעטיל [אנגעדרוקט זיידי'ס ווערטער], איך הער זיידי האט מוחה געווען אויף דעם.
מרן בעל שבט הלוי: אויף דעם האב איך מוחה געווען, אבער נישט מיט [א מחאה מיט] צעטלעך. כ'האב מודיע געווען כמה פעמים ברבים, קיינע האט נישט קיין רשות נאכצוזאגן וואס מיר האבן נישט געזאגט.
צפור בודד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 473
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
האט שוין געלייקט: 244 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 579 מאל

שליחה דורך צפור בודד »

Rav Wosner1.jpg
Rav Wosner 2.jpg
20200917_105119.jpg

צוויי בילדער פון רב וואזנער אין זיין יוגנט. פון דער בוך, אבי ההוראה.
פארשפארט