ווער זענען די שרייבער אויפ'ן איסלאמישן غرفة القهوة ?

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

ווער זענען די שרייבער אויפ'ן איסלאמישן غرفة القهوة ?

שליחה דורך יואב »

מיט א שטיק צייט צוריק בין איך באקאנט געווארן צו זייטל אונטער דעם נאמען غرفة القهوة – קאווע צימער. אלץ אויף יענער בלאג איז געשריבן אויף אראביש; פון וואנען און וויאזוי כ'האב מיך דערלערנט לייענען אראביש איז א באזונדערע מעשה ועוד חזון אי"ה. פארוואס זאג איך ענק דאס?  זאכן דארט קוקן אויס זייער ענליך צו אונזער קאווע שטיבל, און ווען נישט וואס יענע בלאג איז אויסגעשטעלט אויף אראביש וואלט מען אין גיכן זיך געקאנט טועה זיין. געגליכן צו א שפיגל וואס ווייזט אקוראט דעם זעלבן מענטש בכל פרטיו ודיקדוקיו, און אלץ וואס איז אנדערש און זאגאר באשיינפערליך קאפויער זענען די ארומגעטוישטע זייטן.

די שרייבער דארט קומען רובם ככולם פון א געוויסער גאר-פרומער צי אפילו ראדיקאלער איסלאמישער סעקטע. נישט אלע און אפילו נישט ס'רוב מוסולמענער וועלן זיך אידענטיפעצירן מיט אט יענער שטרעמונג – א קרייז וואס אנדערע באצייכענען זאגאר אלס א קולט. ווען איך זאג דאס רוב מיין איך דוקא פון צווישן די ארטאדאקסן. די מער מעסיגע אדער אפילו סעקולערע איז אפגערעדט אז זיי האבן מיט אזא געשטראנדעט-אין-דער-בלאטע גרופע קיין משא ומתן בכלל.

צווישן די שרייבער אויף יענער בלאג זענען פארהאן א סך וועלכע זענען לאו דוקא איינשטימיג, צי אין געוויסע פעלער שטארק דערקעגן דעם וועג וויאזוי מ'האט זיי דערצויגן. טייל אינגאנצן און אנדערע למחצה לשליש ולרביע. פארט אבער, משום סיבות שונים ומשונים איז די מערהייט דארט וואויל איינגעגלידערט אין די געדערעם פון זייער נאטיווער געזעלשאפט און אין געוויסע פעלער נאך מיט א שמיצעלע אריבער.

פרייטאג מ'שטיינס באווייזן זיך אלע אין די מעטשעטן, און דאס, אפגעזען וויפיל פון די פינף תפילת עמעץ האט אפגעפרעפלט בינו לבין קונו דורכאויס דער וואך. די ווייבער ווידער גייען אלע בורקעס און אין דעם מערסט-מאדערענעם פאל א הידזשאב. פון קינדווייז אן פלאנצט מען איין אין די מוחות פון קינדער א בלינדע שנאה צו דער מערב-וועלט, דער מקור הטומאה פון וואנען אלצדינג שלעכט צעשפרייט זיך איבער דער גארער וועלט מיט אן עזות ווי אויף צו להכעיס דעם כביכול. סעקולערע לימודים און מאדערענע מושגים זענען פארבאטן, מילד גערעדט, און איבריג צו באטוינען אז מיט אזא קשה-עורפ'דיגן חינוך שמירט זיך דער ראדיקאליזם און איגנאראנץ אריבער פון איין דור צום צווייטן ברווח ובנקל.

דאס אלעס ברענגט אוודאי צו דעם ווילדן באגריף פון "גילוי" – א פענאמען פון וואס דער עולם דארט שרעקט זיך פון טויט ממש, א וגילוי ברעדה אין בוכשטעבליכן זין פון ווארט. ווער ס'איז אביסל באקאנט מיט די גרויליגע מעטאדן וואס ווערן פראקאטעצירט איבער דעות כוזבות'דיגע בריאים אינערהאלב די ראמען פון א טייל ראדיקאל-איסלאמישע קרייזן, דער ווייסט אז מ'האט דארט פון וואס צו פארכטן.

קלער איך אז ס'וואלט ווען געווען אביסל אינטערסאנט אראפצוברענגען פאר'ן עולם דא ניקס פון יענעם קאווע-שטיבל, אז גייט איר אהין זאלט איר פשוט אביסל וויסן מי ומי המגיבים. די שאלה וואס קומט מיר אבער באלד אין געדאנק איז אנה יכנס כל הפשתן הזה. מ'רעדט דא פון ארום פערצן הונדערט ניקס, וואו הייבט מען אן און וואו לאזט מען אויס. נו, וואס די מוסולמענער טוען ווייס איך נישט; א איד גיבט זיך אבער אן עצה. עלמער אנהייבן מיט דעם ניק וועלכער האט שוין דארט בייגעשטייערט דאס גרעסטע צאל תגובות און האט שוין ערהאלטן ס'מערסטע לייקס.

שמעקעדיג איז א טייערער מוסולמאן, באוואוסט פאר יעדן מיט זיין ערליכקייט און צדקות. טאקע א בעל הבית, אבער מיט'ן תמימות און אמת פון דעם אמאל. האט א שיעור בוקר וערב, א גאטספארכטיגער מאן וועלכער דינט דעם אויבן מיט נאמנות און איז נישט מהרהר נאך דאס וואס זיין טאטע און זיידע האבן אים געלערנט; ס'גוט, מ'ברויך נישט און מ'קען נישט אלעס פארשטיין.

גארנישט אויף דער וועלט איז ביי עמען מער באליבט און טייער ווי חמשת עמודי האסלאם. ער איז עולה קיין מעקא כמעט יערליך, טיילט צדקה וויפיל ס'שייך; פרעפלט, בוקט, קניט, קושט, הייבט די הענט, דרייט דעם קאפ ואטי כי רוכלא. בקיצור, א פולקאמער שומר קוראן ומצוות וואס נעמט דעם קדש עצמך במותר לך אויך ערנסט. און דאס אלץ, נישט נאר צוליב דעם אימתא דשמיא – וואס איז אין אמת'ן שוין גענוג סיבה – נאר מיט א שמחה און פרייליך הארץ אז והבדלנו מן התועים און מ'קען מאכן א נחת רוח פאר דעם בורא כל עולמים.

אויך ווען ס'קומט צו מנהגים, אכשר-דרא שטיק אדער דעם סיסטעם בכלליות, וועט ער שטענדיג פרואוון זיין דער סניגור, דאס פארטיידיגן ווען אימער ס'טרעפט זיך אונטער פייער אדער שטייט אויס בייזע קריטיק – ביז ס'קומט אבער צו דשיהאד אדער אנדערע רציחות.

נעמט צום ביישפיל די לעצטערע טשארלי-העבדא סאמאטוכע . דאס עצם מאכן און פאבליצירן די מוכאמעד קארטונען איז עפעס וואס קרענקט אים אין אלע אברים און דערגייט אים ביז צו דער נשמה. "די וועלט איז נישט הפקר, און די אלע פושעים זענען עתיד ליתן את הדין."  די אומאויפהערליכע שחיטות אבער, די קאלטבלוטיגע טעראריסטן וועלכע נישט נאר רצח'נען זיי, נאר לדעתו האבן זיי געהיידשעקט דעם נאמען פון איסלאם און זענען מחלל שם שמים מסוף עולם ועד סופו, דאס איז וואס ער האלט נישט אויס, און אט דאס איז וואס פרעסט אים ממש אויף לעבעדיגערהייט. איז דען מעגליך אז אללא וויל אז מ'זאל אזוי רצח'נען מענטשן און נאך אויף אזאנע גרויזאמע אופנים? מי יגלה עפר מעיניך הנביא מוכאמעד, וואלסטו דען צוגעלאזט אז אזאנע מעשים תעתועים זאלן אפגעטאן ווערן אין דיין הייליג נאמען?

טענה'ט דארט איינער, דוכט זיך הוגה, אז דער נביא האט פונקט אזוי געהאלטן פון רציחות. דער שמועס דארט פארט ווייטער, שמעקעדיג ענטפערט צוריק אז ס'איז אינו דומה ולא הרי זה כהרי זה. קודם כל, אמאל איז דאס צוגעגאנגען מיט התראות פון עדים, והשנית, יא, צייטן האבן זיך געטוישט און מ'קען נישט ברענגען ראיות פון דעם אמאל. ועוד, מילא מ'הרג'עט נאר אינפענדעלן, נו, שם תהא קבורתכם. אבער קינדער? ואלו הצאן מה חטאו.

איי ביי מעשה טשארלי העבדא איז דאך יא געווען התראות? גוט, ס'איז אבער נישט געווען דורך א געהעריגער שאריא בית דין. און צוריק צו די קינדער, שרייבט דארט א ניק וקאך לעפל שמו (א סוני שוויצער איבער וועמען ענק וועלן באלד זען א לאנגס און א ברייטס) ווען ס'קומט צו אזאנע פרעכע אינפידעלן ברויך מען זיך אומגיין בכל חומר הדין און זיי אויסרייסן מעלל ועד יונק שור. "ס'ווייסט כולו עלמא די איצט בא'חנ'טע יונקי שדימ'לעך שלא טעמו טעם חטא וויאזוי זיי גייען אויסוואקסן – פונקט אזאנע צי נאך אפילו גרעסערע אפיקורסים. נו, איז בעסער רייס אויס דעם בוים מיט אלע ווארצלען ווען ער איז נאך יונג, און אזוי ארום וועט מען זיך נאר איינשפארן צער עגמת נפש אין דער צוקונפט." 

צו מאכן א שאלה פון לעבן אדער טויט קורץ: קומט "יאיר" – א צינישער און אינטעליגענטער מאן פון וועמען ענק וועלן באלד אויך הערן מער – און ווארפט דארט אריין תגובה'לע אז ביי דעם אייגענעם זיידע'ן ישמעאל האט אללא געזאגט "באשר הוא שם", מילא וואס איז שייך פארשטיין בעסער פונעם כביכול אליינס.  דער עולם באפאלט דעם יאיר'ן מיט קאלטס און ווארעמס, און שלא מן הענין געפעלט נישט פאר איינעם "בשבילי!" דאס אז יאיר באנוצט זיך מיט'ן טערמין "אללא". בקיצור, איך בין שוין פארקראכן פון דער נושא. מיין ציל איז נישט צו ציטירן גאנצע דיני דברים, נאר בלויז זיך צו קאנצענטרירן איבער די דארטיגע שרייבער. פאר וועמען ס'אינטערסירט דעם דאזיגן שמועס אדער אנדערע געשפרעכן ילך וידרוש את ה'.

ישראל קאפקע איז א היפש אינטערסאנטער און אפילו קאנטראווערסיאלער ניק.  נישט נאר וואס ער זעלבסט איז נישט מסופק אין דער אויטענטישקייט פון אלץ הייליג, נאר ער איז אפילו דערקעגן דאס ערלויבן אז אנדערע בני אברהם וישמעאל זאלן האבן די מעגליכקייט צו צווייפלען דערין און זיכער נישט ברבים. ביי קאפקע איז מוכאמעד ותורתו וכל הנביאים הקודמים לפניו בלתי שום ספק אמת ויציב. די אימאמס זענען בדרך כלל גערעכט, דער חינוך איז מער ווייניגער גוט און דאס לעבן איז אויסגעהאלטן. קומט אבער צו דער נושא פון פאלעסטיין ווערט פורים אינדערוואכן. די בארד מיטן טורבאן לאזט ער איבער אין מעטשעט, און מיט א הענגעדיג מגן-דוד קייטל בוקט ער זיך צו א צלם מיט א פלעשל וויין אין דער האנט. נישט נאר וואס ער האלט אז ס'איז דא צוויי צדדים צו דער דאזיגער קאנפליקט, נאר ער האלט אז ס'איז דוקא נישט פארהאן צוויי צדדים.

לשיטתו איז נאר דא איין צד: מדינת ישראל איז כולו זכאי און די פאלעסטינער כולו חייב. ארויסגעשטויסן די חברה בעפאר 1948 – נישט קיין פארברעך. 1967 ווילדע איינקעסירונג – אויך געווען קיין פארברעך. נו וואס און ווער איז יא א פארברעך? כאמאס! אט האט מען געכאפט דעם פארברעכער רויט-האנטיג.  א דאמאנירנד און לעגעטימע פארטיי אין דער עזה-פאס וואס ער שטעלט זיך אגב נישט אפ פון דערקלערן אלס אן אפעציעלער "טעראר גרופע."

"ס'איז ליידער דא צווישן אונז באקאנטע אויבן-אן מוסולמענער, בנש"ק'לעך וועלכע ציען זייער ייוחס צו גרויסע פראמינענטע הויפן הויפטזעכליך פון קאטאר, און זענען מחיוב צו מאכן א חשבון הנפש און זיך פרעגן צי ידינו לא שפכו את הדם הזה", שרייבט קאפקע אויף זיין הויכן שטייגער. "ווי קענען מיר זיך  שטעלן מתפלל זיין און האבן די חוצפה צו עפענען א מויל צום אב הרחמים בשעת דרכי ציון אבלות צוליב א נבזה'דיגן יאלד מיט א זעלבסמארד וועסטל וואס האט נעבעך געמיינט אז ער גייט מקדש שם שמים זיין. ווי קענען מיר בעטן אויף בני חי ומזוני אין דער זעלבער צייט וואס דם חללים רינט כנחל שוטף איבער דער לענג און דער ברייט פונעם לאנד ישראל. פארוואונדעטע און צעקאלישטע גופים פון אחינו בני יצחק וואלגערן זיך איבער די גאסן ווי גוסס'דיגע כלבים, קינד און קייט שלאפט אונטער דער ערד מיט פחד פאר זייער אייגענער עקזיסטענץ, ביזנעסער אויפגעשטעלט מיגיע כפם פון אומשולדיגע ציווילע ישראלים גייען כאדאראם. און וועמען נוצן אט די "נאציס" פאר א פאנצער? אונזערע קליינע קינדער. און ווער פינאנצירט דאס? דער זעלבער מושחת וואס איז עולה ששי און טראגט א רוקן-עטרה אויף זיין נאכט-העמעד.

למעשה איז קאפקע מער ווי בלויז אביסל סוביאקטיוו צו דער ישראל-פאלעסטיין סכסוך. "איך אויך" האלט אז ס'איז שמו נאה לו והוא נאה לשמו. ישראל זאגט איר? אט ממש אזוי. א שמוציגער איד! אויב האט ער זיך נאך נישט מגייר געווען דאן וועלן בלי ספק זיינע קינדער. א פאלנער מיאוס'ער סעלף-העיטינג מאסלעם – מ'ברויך בודק זיין צי ער האט זיך שוין געהייסן שניידן זייענדיג אלט בלויז אכט טאג און נישט ביי די דרייצן.

ווער איז דאס “איך אויך“?  לפי זיין גרויסע אהבה צו אזאנע מנהיגים ווי לואיס פאראקאאן וחבריו הדומים לו און ווי אויך פון צווישן זיינע כסדר'דיגע שארפע באמערקונגען איבער ראסע שיינט דער ניק צו זיין א "שווארצער".

נעמט לדוגמא דעם האלאקאסט. ער מצדו האט שוין כמה פעמים אוועקגעמאכט דאס אז ס'זאל בכלל האבן אמאל פאסירט, ער גלייבט נישט דערין און האלט אז ס'איז בלויז א נידריג פראפאגאנדע מיטל פון דער קיינמאל-אנערקענטער ישראלישער רעגירונג. "לשיטתך אבער אז די שואה האט זיך אפגעשפילט אין דער ווירקליכקייט" האט ער לעצטנס קאנפראנטירט 'המלוכה והממשלה' וועלכער האט ערגעצוואו צווישן לענגערע געפעכטן הין-און-צוריק אים באשולדיגט אין ראסיזם, "זיי כאטש מודה אז די נאציס זענען אלע געווען ווייסע. זאל זיין די קרייץ-ציגלער, די סרעבריניצא שחיטה און אפגערעדט די בלוטדארשטיגע חיות מטורפים בצורות שמוציגע אנגעפאשעטע פאר'חזר'טע אידן וואס האבן מיט רויטע הענט ארויסגעטריבן און געמארדעט אנשים נשים וטף פון פאלעסטיין מהנה ועד מצרים – אלע מערדער זענען געווען און זענען נאך אלץ פון דער פארשאלטענער ווייסער ראסע."

טראץ דעם וואס ס'איז אנגענומען דארט אז ער איז אן אויסגעשפראכענער אנטיסעמיט, האט ער שוין עטליכע מאל באהויפטעט אז זיינע עקסטרעמע שטעלונגען קעגן דעם ציוניזם האט גארנישט מיט כלל ישראל אלס א פאלק; ציוניזם פארטרעט נישט אידנטום. אין פאקט, נישט לאנג צוריק האט מען אים אויסגעשפארט פון שטיבל פאר'ן שרייבן הערליכע שבחים אויף דעם אידישן פירער פון דער "נטורי קרתא" גרופע. (אנדערע האלטן טאקע אז יענער פירער איז בעצם א פרומער מוסולמענער וואס דאווענט פינף מאל א טאג און עסט האלאל – פארשטייט זיך נאר "היימישע", עז פער בערל בעל עגלה.) ווער האט אים אויסגעשפארט און פארוואס טאקע? כ'וועל אפשר שפעטער שרייבן איבער דעם.

מאטי איז רעליגיעז, אבער אנערקענט אז די שאריא געזעץ-סיסטעם איז צוריקגעשטאנען. ער ספק'ט זיך איבער דעם קוראן – נישט אזוי ווייט איבער דער הימלישער השפעה אין וואס ער גלייבט מער ווייניגער, נאר ליבערשט אויף וויפיל ס'איז מחייב דעם דורכשניטליכן מוסולמענער. וואס איז אבער איינמאל זיכער איז אז צו דשיהאד איז ער דא.

ניין, ער האלט נישט פון סתם אזוי גיין אין א מאלל און זיך אויפרייסן אזוי דשיהאד לשם דזשיהאד.  וואס ער האלט אבער יא איז אז טעראריסטישע אקטן וועלכע זענען געצילט דירעקט קעגן א ספעציפישער גרופע אדער אידעאלאגיע מיט דער כוונה אויפצוטאן – א שטייגער איבער אידן אדער ציונים – דאן איז דאס בארעכטיגט אויב האט דאס א תנאי קודם למעשה, און די אקט קומט נאך דעם סטאנדארט פון א מעשה שיש בה כדי להמית און ס'זאל נאך אלץ זיין יציאת נשמה באחד. און אפילו אזוי איז ער ביי דער מיינונג אז לכתחילה זאל מען זיך נישט אריינלאזן דערצו אויב האט מען נישט א קלארע וויזיע איבער וויאזוי זיך אומגיין מיט די תוצאות, און ווי דער גרויסער באוואוסטער אידישער פיליזאף משה בן מימון שרייבט אין איינע פון זיינע ביכער: "יבנה בית ואחר כך ישא אישה", און ווי איין גרויסער אימאם האט מסביר געווען "אל תקרא אשה אלא נשים." מאטי איז אבער מודה אז דער צוזאג פון צוויי און זיבעציג בתולות איז נישט פשוט פשט.

איי דאס גיין דשיהאד איז נישט מאראליש? איז קודם כל ווער האט בכלל באשאפן דעם מושג פון מאראל; והשנית, אויב לאגיק קען זיין גענוג סיבה צו צעשטערן מאראל, דאן איז מסתבר צו זאגן אז לאגיק איז וואס דיקטירט די פליכטן פון א מענטש. "מוכאמעד'ס זונות איז עפעס דען יא געווען מאראליש? די אידן פארכאפן פאלעסטיין איז דען יא געווען מאראליש?"

"דאס איז איינמאל קלאר," טענה'ט מאטי, "יעדער איינער טייטשט מאראל ווי ס'שפילט זיין אייגענעם אינטערעס."  די מערב-וועלט לענדער, די אזויגערופענע טשאמפיאנען פאר מענטשן-רעכט, גייען זיך אום מיט א שרעקליכער איינזייטיגקייט און זערא יושר ווען ס'קומט צו מוסולמענער און פרייהייט פון רעליגיע. די שאנדפולע רעליגיעזע ביגאטרי, בייעסטי און איסלאמופאוביע האט זיך דערקייקלט צו אזא שפל'דיגן גראד אז אפילו קאפקע ברויך זיין בלינד עס נישט צו באמערקן. וואס ברויך מען מער,  דער אויסגעשפראכענער לינקער ביל מאהר וועלכער קעמפט פאר מענטשן-רעכט און מינאריטעטן, אפילו ער ווערט לויז און קען זיך נישט איינהאלטן ווען ס'קומט צו דער רעליגיע פון פרידן.

"ואי משום הא" ענדיגט מאטי, "ס'איז נאריש און אפילו קאמיש צו פראבירן זיין פאליטיקלי קאררעקט. אז זיי צייגן ס'מיטעלסטן פינגער צו מאראל, ברויכן מיר על אחת כמה וכמה נישט גיבן קיין פליענדער ש*ט."

טאמבל סאס האט נישט קיין כח צו דער גאנצער מעשה. אין וואס ער גלייבט אבער יא זענען די צוויי און זיבעציג בתולות. נישט אויף יענער וועלט נאר אויף דער וועלט; נישט ממש צוויי און זיבעציג – פיר ווייבער איז נישט גענוג? און ווי יענער גוטזאגער וואס איז מסביר אז די סיבה פארוואס א סך פון די חברה גייען נישט קיין הויזן נאר טראגן שלאף-ראקן, פשוט צו וואס ברויכן ברציפות אראפשלעפן און דערנאך צוריק ארויפציען ס'הויזן. און מה שנוגע דעם היתר פון פראסטאטוציע בשעת הדחק – עפעס וואס א סך אכשר דרא סוני אימאמס ווילן און האבן שטייצעך מבטל געווען – זאגט מען דאך נאך פון פריערדיגע אז דער גאנצער ראמאדאן, די אלע תעניתים, צדקות און תפילות איז בלויז א הכנה צו דער יפה שעה אחת. בקיצור, איבער טאמבל'ען וועל איך נישט מאריך זיין, ס'באלאנגט אין מאחורי און דארט אפשר אויך נישט.

לעיקוואד איז א העכסט-קוריאזער טיפ. מצד אחד לאכט ער אפ מכל הקודש להם, ער האלט אז מוכאמעד איז געווען א פוסטער בעל דמיון וגס רוח, און דאס אז די אלע נאכפאלגער גלייבן אינעם "יום האחרון" איז בלויז נאך א ביישפיל פון האפענונגען צו וואס דאס מענטשליכע מין שפירט אן אינערליכע דראנג זיי נאכציאגן אין א פארזוך צו שטילן מאדנע געוויסן. פארט אבער איז ער עולה רגל קיין מעקא שלש פעמים בשנה, שרייבט חידושים אויף דעם קוראן בעפאר יעדן יומא דפגרא צי אפילו סתם א וואך; דורכאויס ראמאדאן גייט ער יעדן טאג אין מעטשעט מיט א ווייסן קיטל זיך צו דערמאנען דעם יום המיתה און שפירן ווי א מלאך, ער גיבט א סך צדקה פאר בדק הבית, לייענט דורך דעם גאנצן קוראן אן אויסרעדן אפילו איין ווארט און צום אויספאסטן איז ער מקפיד דוקא צו ווארטן ביז אזויפיל ווי ניינציג מינוט נאך דער שקיעה.

איר מיינט אז לעיקוואד איז אינטערסאנט, ווייסט איר מסתם נישט צו זאגן פון "שיטה מקובצת". ביי שיטה איז נישט פארהאן אזא מושג פון "גרוי". אלץ קריגט אדער א גאלדענעם טשעק אדער א רויט-בלוטיג עקס. גיין מיט בורקעס? א שאנדע, א פארברעך, א מיטל פון די יושבי חושך להבזות הנשים בעיני בעליהן. דשיהאד? א מצוות עשה שאין הזמן גרמא, ס'זענען מחיוב אנשים נשים וטף יעדע מינוט פון טאג. אימאמס? אלע אן אויסנאם זענען קוראפטירט, גענגסטערס און מאלעסטערס. מוכאמעד? א מלאך אלוקים אשר כמהו לא היה ולא יהיה.

זאל איך נאך גיין ווייטער? אז דער עולם וועט זיין אינטערסירט העלמער אי"ה פארזעצן, יעצט ברויך איך לויפן. דערווייל קענען און זאלן מוסיף זיין די אלע ניקס וועלכע זענען באהאוואנט מיט יענעם זייטל.
חקרן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 606
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1086 מאל

שליחה דורך חקרן »

גיי ווייטער אבער נישט איידער דו שיקסט אונז א לינק אהין...
באניצער אוואטאר
הערשי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 347
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 203 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 948 מאל

שליחה דורך הערשי »

כאתאב אל טאבא. יפה דרשת.
היט זיך פון א סבלן'ס כעס.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

די מערסטע פארדריסט מיר אז דו שרייבסט גארנישט פון מיין בעסטע פרענד אתא קלילא!

הער מיך אויס יואב, יעצט אז דו האסט שוין ממילא מגלה געווען מיין אמת'ן פרצוף, ווארן איך דיך ווי פאלגענד

يوآف هي بسبب خطر واحد سوف يفكر وسجلت 180 الأوساخ حتى أنها سوف دفقة من الدم الأخضر

און שוין.
וירח ה' את ריח הניחוח
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל

שליחה דורך פארוואס? »

جميل جدا
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעקעדיג האט געשריבן:די מערסטע פארדריסט מיר אז דו שרייבסט גארנישט פון מיין בעסטע פרענד אתא קלילא!

הער מיך אויס יואב, יעצט אז דו האסט שוין ממילא מגלה געווען מיין אמת'ן פרצוף, ווארן איך דיך ווי פאלגענד

يوآف هي بسبب خطر واحد سوف يفكر وسجلت 180 الأوساخ حتى أنها سوف دفقة من الدم الأخضر

און שוין.

שמעקעדיג: איך שעם מיך זייער שטארק און אין די זעלבע צייט ביניך דיך זייער שטארק מקנא. וואס איז די ווארענונג וואס דו האסט געשריבן צו יואב אין די הייליגע נטורי חרתא/משה בער דר-ק שפראך...? במטותא מינך. זעץ עס איבער פאר אונז עמי הארצים, בעלי עגלות, שוסטערס און שניידערס.(אנטשולדיג חאצקל דער שניידער. כ'האב נישט דיך געמיינט. דו ביסט דאך אן אינטעליגענטער מענטש און די רעדסט דאך, אדער לכה"פ פארשטייסטו די הייליגע נטורי חרתא שפראך...(
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

יואב: א יישר כח פאר דיין לאנגע דיסערטאציע און פארגלייך צום קאווע שטיבל דקהילתנו הק'. צוליינען דיין מאמר איז גלייך ווי איינער זאלל באקומען א גרויסן 5 גאלאן טאפ פון די בעסטע און געשמאקסטע קליינ'ס אדער מהדרין אייזקריעם. ווען מ'הייבט אן עסן מיינט מען אז מ'וועט קענען ענדיגן דעם גאנצן טאפ. אבער ווען מ'האלט שוין בערך ביי די העלפט זעהט מען אז דער מאגן גייט באלד פלאצן. איך האב נישט געקענט ליינען ווייטער ווי דו רעדסט פון בערל בעל עגלה, בישיבה אחת. ס'איז מורא'דיג. און אינטרעסאנט אז די שמוציגע, שטינקעדיגע נטורי חרתא און זייער מנהיג האבן נאכנישט געשריבן דארט...!
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

كان الصف لي وصفها بشكل جيد، ما زلت كشفت مؤخرا أن بن لقد dshessi dshexan.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

ضعیف یابی گ! چھچھ 72* چربی 1948 - 1967 القيام إإإ


איך וויל טרעפן דעם ישראל קאפקע, איך וואלט אים געגעבן איבערן קאפ איינמאל פאר אלעמאל! ווי איז בכלל מעגליך היינטצוטאגס צו זיין אזא בלינדע ציוניסט?!?

אוי, דו האסט מיר גורם געווען הויכע בלוטדרוק!

#السلاسل تتلبس أ


_____

* נאכן שרייבן האב איך געכאפט אז אראביש האט אויך אן אייגענע סעט פון נומערן (פון וועלכע אונזערע מאדערנע נומערן שטאמען) איך האב געדארפט שרייבן
"ضعیف یابی گ! چھچھ ٧٢ چربی ١٩٤٨ - ١٩٦٧ القيام إإإ"

און טראגט א רוקן-עטרה אויף זיין נאכט-העמעד.

:like :lol: :lol: :lol:
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

אשפ"ג! :lol: :lol: :lol:
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

א פאלנער מיאוס'ער סעלף-העיטינג מאסלעם – מ'ברויך בודק זיין צי ער האט זיך שוין געהייסן שניידן זייענדיג אלט בלויז אכט טאג און נישט ביי די דרייצן.

:lol: :lol: :lol:
האדם לא נברא אלא להתענג
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 539
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 875 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל

שליחה דורך פלאוויוס »

ما شا أللة! יש כאן קונסט ויש כאן מחשבה. אן אומגלויבליך שטיקל ארבעט! און פארשטייט זיך, אז די אפשפיגלונג פאר זיך איז א זעלטענע געלעגנהייט (קענסט די מעשה מיט די רויטע אידעלעך אויף דער אנדערער זייט ים?...)
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 539
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 875 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל

שליחה דורך פלאוויוס »

ישראל קאפקע האט געשריבן:ضعیف یابی گ! چھچھ 72* چربی 1948 - 1967 القيام إإإ


إنت لا تعرف اللغة العربية يا حبيبي ;)
נאטירליך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 163
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 05, 2015 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 649 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 118 מאל

שליחה דורך נאטירליך »

פלאוויוס האט געשריבן:
ישראל קאפקע האט געשריבן:ضعیف یابی گ! چھچھ 72* چربی 1948 - 1967 القيام إإإ


إنت لا تعرف اللغة العربية يا حبيبي ;)


من خلال جوجل ترجمة يمكن لأي شخص أن يتكلم العربية
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 539
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 875 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל

שליחה דורך פלאוויוס »

נאטירליך, נישט קיין קונץ צו שרייבן מיט جوجل ترجمة. כ'האב עס געשריבן אן דעם. דערפאר האבן מיינע ווערטער נישט קיין "שַׁדֶּה" (דער אראבישער דגש - וואלט געדארפט קומען אויפ'ן ي פון عربية) ווייל כ'האב עס נישט געטראפן אויף מיין ווירטועלן קיבארד.
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

כ'האף איך פארפאסט נישט דא גרויסע זאכן, כ'האב נישט קיין געדולד צו קאפי-פעיסטן אין גוגל טראנסלעיט.( און איך גלייב אז נידהער האבן ענק.)

ווי געזאגט, איך קען טאקע אראביש, אבער נאר די מיאוס'ע ווערטער, און אביסל אויף וויפיל ס'פעלט זיך אויס צו קענען נעמען פראגראמען און די קינדער צום דאקטאר. די איבריגע העלפט מיך אביסל ארויס מיין אראבישער שכן וועלכער איז מיין שבת גוי און ביי וועמען איך וואטש צומאל טעלעוויזיע אויך.

מיט פארשטענדעניש.
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

שליחה דורך יעקב מענטש »

יואב האט געשריבן:כ'האף איך פארפאסט נישט דא גרויסע זאכן, כ'האב נישט קיין געדולד צו קאפי-פעיסטן אין גוגל טראנסלעיט.( און איך גלייב אז נידהער האבן ענק.)

ווי געזאגט, איך קען טאקע אראביש, אבער נאר די מיאוס'ע ווערטער, און אביסל אויף וויפיל ס'פעלט זיך אויס צו קענען נעמען פראגראמען און די קינדער צום דאקטאר. די איבריגע העלפט מיך אביסל ארויס מיין אראבישער שכן וועלכער איז מיין שבת גוי און ביי וועמען איך וואטש צומאל טעלעוויזיע אויך.

מיט פארשטענדעניש.
.
אין די אראבישע שפראך לייגט מען נישט אריין קיין שטערנדל ווען מ'שרייבט א מיאוסע ווארט ? אדער דו ביסט פשוט עובר אויף די תקנות און דער גבאי קען נישט אראביש ?
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

אה, פארשטיי שוין פארוואס די איסלאמישע סימבאל האט אין זיך א שטערנדל.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

Re: ווער זענען די שרייבער אויפ'ן איסלאמישן غرفة القهوة ?

שליחה דורך יואב »

איך אויך האט געשריבן:كان الصف لي وصفها بشكل جيد، ما زلت كشفت مؤخرا أن بن لقد dshessi dshexan.

איך אויך, כ'האב פראבירט צו טראנסלעיטן דיין תגובה אבער ס'קלעבט נישט איין ווארט מיט דעם צווייטן. אפשר ביזטו זיך בעסער מסביר.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

גראדע האסטו מיך גאנץ גוט באשריבן ,איך האב דאך לעצטענס מגלה געווען אז אין בין מעגליך דשעססי דשעקסאן.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
משה פיטות
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 4:13 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

Re: ווער זענען די שרייבער אויפ'ן איסלאמישן غرفة القهوة ?

שליחה דורך משה פיטות »

[img]
Allah99.jpg
[/img]
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

[tag]יואב[/tag], ווי דיק איז דיין הויט וואס קען האלטן אזא לעפפינג בעג?...
Under influence
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

אלא פריקן יואב אכבאר!
פארשפארט