יעי, זאלן די שונאים פלאצן:
נייע מעכטיגע ארגענזאציע וועט לייזן זעקס מיליאן דאלאר א יאר צו נעמען א טייל אין מצוות תרומות ומעשרות
על אפם ועל חמתם פון די פארשאלטענע מלכות המינות ימ"ש – דער פוסק הדור זי"ע האט שטארק געהאלטן דערפון – תולדות אברהם יצחק רבי שליט"א האט זיך ווארעם אויסגעדרוקט – תהלים כולל וועט באזונדער מתפלל זיין פאר די תורמים – סקולענער קרו וועט אנפירן מיט פארקויפן טיקעטס פאר די מעמד אין יענקי סטאדיום – ארי' פרענקל זאגט אז עס גייט נישט רעגענענען – מען וועט אפהיטן מיהאלעוויצער תקנות - האדמו"ר מגריבוב שליט"א וועט זאגן פסוקי קבלת עול מלכות שמים – הרב הערשל קאהן און הרב שלמה באכנער וועלן צוזאמען ברעטשען מיט טייכן טרערן צום שפאנונג פון די קראנקע מצפים לישועה
דאס ביסן מויל געט ער אוועק צו אפשיידן מעשר. דער גראבער יונג וואס איז בעל הבית פון די קאמפאני, א ברירה האט ער? ער וויל פארקויפן פארן חרדישן קליענטעל, ער האט די השגחה פון די רבנות, און ער איז אליין א טראדיציאנאלער איד. די קינד שלעפט אים ביי די פאלעס, ווארף נישט אוועק אזויפיל! פופצן פראצענט מוז ער פורש זיין תרומות ומעשרות, שטייט'זיך א צל"ח שיעור כפול שמונה, ווייל דער חזונישניק משגיח וועט פסלען אויב נישט.
דער פרומער דיסטריביוטער פארלאזט זיך נישט אויף א כיפה סרוגה, ער נעמט די גדולי וצדיקי מרנן ורבנן בית הדין הגדול שבירושלים, און זיי פארלאזן זיך נישט אויף ציונים, מעשר'ט מען אפ נאך פופצן פראצענט!
די געבליבענע זיבעציג פראצענט ווערט פארקויפט, די פרומער עולם נעמט נאך איינמאל מעשר, אזוי אז מען זאל אליין האבן די זכייה צו טון די מצוה הגדולה והחביבה וואס דער רבי האט זייער געהאלטן דערפון. די בריסקער נעמען נאך צוויי מאל מעשר, אזוי אז עס בלייבט בלויז פערציג פרראצענט. א קליינע קבוצה בריסקערס מיט OCD נעמען נאך עטליכע מאל מעשר ביז ביי די ענדע דארפן זיי צוקויפן אביסל יבול נכרי ווייל הונדערט און דרייסיג פראצענט פון די גאנצע זאך איז געגאנגען צו מעשר.
און מיר בני חוץ לארץ שטייען שטיל? האחיכם יוצאים למלחמה ואתם תשבו פה?
די גדולי הדור האבן דעריבער ערקלערט אז צו קענען באקעמפן די ציונים מוזן מיר שטיצן די גיבורי כח בעלי מסירות נפש וואס נעמען תרומות ומעשרות, און מיר וועלן קויפן א חלק שותפות, יעדע דאלאר וואס א איד געט מעשר וועלן מיר צוריקצאלן מיט נאך איבעריגע צוואנציג פראצענט ריוח, איי פארוואס ריוח? די חזיר...! פארוואס זאל נישט א איד פארדינען.
גדולי וזקני מרנן ורבנן אין באגלייטונג פון גדולי עסקני דורנו האבן זיך צוניפגעזעצט אין די לשכה ווי מען האט פייערדיג צוגעזאגט אז מען גייט איינשפאנען זלמן ווידער פון קול מבשר, ארויסשלעפן פון כולל אפאר יונגעלייט פון די כינוס כלל ישראל און מען גייט אויפוועקן די פארשלאפענע כלל ישראל.
מען וועט בע"ה שאפן זעקס מיליאן דאלאר א יאר. צוויי מיליאן וועט בע"ה גיין פאר די מארקעטינג פירמע וואס וועט שרייבן סיפורי ישועות און ברענגען מרן'ס פון ארץ ישראל מיט זייערע שטוב מענטשן אויף פירסט קלעס צו קענען קומען צו מעמד'ס, ווי אויך צו ספאנסארן אז מונה רוזנבלום זאל קומען מיט א זעקס הונדערט מענטשן כאר פון ארץ ישראל. צוויי מיליאן וועט גיין פאר גאר חשובע שוויצער אין אמעריקע, איין מיליאן דאלאר וועט גיין פאר גאר חשובע ראשי המערכה, און איין מיליאן פאר די טענט אין ארץ ישראל ווי מען גייט מאכן די מעמד חלוקת הכסף.
עס איז די האפנונג אז כלל ישראל וועט זיך אנרופן הייליג, און בע"ה מען האט שוין איינגעשפאנט די יענקי סטאדיום (נישט פון אידיש געלט, מען שנארט, און הערשל שרייבער וועט מערטשעם צאלן אלעס.. חח, מען האט אים אריינגענארט)
ווי די פלאן לויטעט וועט חסד לאברהם פארזאגן פסוקי תהלים, דער אברהם יצחק רבי וועט אריינרייסן מיט א פליגער, דער דזשיבויער וועט רעדן אויך אביסל איבער דעם אינטערנאט, און א ספעציעלע פרעזאנטאציע וועט פינקי וועבער זינגען וועגן דעם פוסק הדור זי"ע, און בחדא מחתא באגריסן די נייע פוסק הדור שליט"א
דערנאך וועט שלמה באכנער אויפרופן הערשל קאהן און צוזאמען וועלן זיי זיך פונאנדער גיין ממיט זייער בא'טעם'טע געוויין. ארי' פרענקל זאגט אז ער ועט צושטעלן די צימרינג ראגעלעך, אבער ר' חיים דוד כץ טענה'ט אז אויב איז נישט דא היימישע קאקאש קעיק ראגעלעך באיאקאטירט ער די מעמד.
רעבארן קומט נישט וועגן מיהאלאוויץ, אבער ר' משה מנחם טענה'ט אז ר' מיכלע טאניע לעבט שוין נישט, מיהאלאוויץ איז שוין נישט רעלאוואנט
אזוי צו אזוי, וועט זיין גדול יהיה אותו מעמד.
נייע מעכטיגע מעשר ארגענאזאציע - ריזן מעמד הרבבות געפלאנט
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1512
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
- האט שוין געלייקט: 5973 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל