וויליאמסבורג, האט עפעס א קדושה?
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
וויליאמסבורג, האט עפעס א קדושה?
אונזערע עלטערן וואס זענען דירך געגאנגען דעם ביטערן קריג, און זיי האבן דורך געלעבט דעם ביטערן שואה, און פארבליבן עלענד ווי א שטיין, זיי זענען נאך געווען אין א פיל ערגערען מצב ווי אלגעמיינע יתומים, דאס צובראכן יתומ'על האט כאטש א שטיין א מצבה, ווי ער קען זיך אויסוויינען זיין צובראכן הערצל, ער קען נאס מאכן דער מצבה שטיין פון זיין לייטזעליגען מוטער, אבער אונזערע עלטערן האבן נישט פארמאגט דעם לוקסוס, זיי האבן נישט געהאט קיין שטיין וואס נאס צו מאכען.
זייערע נאנטע, זייער טאטע מאמע, ברודער און שוועסטער, ווייב און קינדער, זענען אלע אפגעפירט געווארן קיין אוישטוויץ – בירקאנוי, טרעבלינקע, מיידאנעק, סאביבאר, בעלזשיץ, חלמנא, בערגן- בעלזן, דאכו און נאך, דירך די פארשאלטענע נאציס מיט דער הילף פון זייער פיינע גויאישע שכינים, ווי זיי האבן נאקעטערהייט געשפאנט מיט א זייפל געמאכט פון ריין אידענס פעטענס אין דער האנט צו די גאז-קאמערען, ווי זיי זענען דירך געגאנגען דעם טויער אויף וואס עס איז געווען אויף געשריבען דעם פסוק זה השער לה' צדיקים יבואו בו, און דערשטיקט געווארן צום טויט מיט די צירקלאן- בי גאז, מיט א היליכען שמע ישראל געשריי אויף די לעפצען. הי''ד.
נאך פיל וואנדערייען האבן זיי זיך ענדליך דערשלאגן עלענד און צובראכן צום אמעריקאנער האפן, און זיך באזעצט אינעם עואב''י וויליאמסבורג, ווי זיי האבן איבערגעפלאצט פון דאס ניי זייער חרוב געווארענע היימען, און געהאפט אז דאס וועט זיין א קישילע אונטערן קאפ פאר זייערע נייע דורות, און ווי אויך דער לעצטער סטאנציע ביז משיח צדקינו וועט אונז ארויסנעמען פון דעם ביטערן גלות און אונז ארויפירן צו אונזער עכטער היים לציון עיר קדשינו ותפארתינו.
למעשה זענען זיי נעבאך אלע אויסגעשטארבן, זיי מיט די ערליכע רבנים ופרנסים וראשי הקהלה, אלעס איז שוין ליידער מער נישטא, די אלע וואס האבן זיך באמת געזארגט פאר אונזער וואוילזיין, און געטאן אלעס אויף דער וועלט אונז צו פארגרינגערען, אז מיר זאלן קענען לעבן רואיג מיט מנוחת הדעת, און קענען מגדל זיין אונזער קינדער על דרך ישראל סבא. עס איז שוין קיינער כמעט נישט פארבליבן.
עס איז אויף געשטאנען א נייער דור, וואס איז שוין פולקאם ערצויגן געווארן אויפן אמעריקאנעם באדן, און דער אמעריקאנער גייסט האט זיי שוין אינגאנצען באהערשט, דער לאנד פון אפערטונעטי, דער לאנד וואס דער מאטריאליסטישען שטאנד איז פיל העכער דער מאראלישער, דער לאנד וואס אלעס דרייט זיך ארום דעם גרינעם דאלאר, האט זיך שוין אין זיי אייינגעזאפט, עס דערקענט זיך שוין גארנישט אויף זיי דער הארעוואניע און מידת טובות וואס די אונזער אייראפישע ערליכע מלחמה איבערלעבער עלטערן האבן אונז געלערנט.
יעדער לעבט פאר זיך אליינס, ווי אזוי קען איך זיין רייכער פון יענעם, ווי אזוי קען איך פון יענעם ארויסרייסען דער לעצטער פריטה פון טאש, עס איז נישט דא קיין שום הנהגה, קייין שום אחריות הכלל, יעדער אנגעהויבן פון די א''ג רבנים, עסקנים, נגידים, קיינער מיינט נישט דעם כלל, יעדער איז דא בלויז פאר זיך, יעדער איז דא צו לעבן א שוואוילטאג, און זיך אנצופילן די טאשען, דער געשריי פינעם ארימאן איז ווי מיזיק אין זייערע אויערן, מיטן ניגון "איך דארף דיך עפעס אויסהאלטן"? מיט דעם סלאגאן רייסט מען אויס דער נשמה פינעם ארימאן,
פוי! און נאכאמאהל פוי, און צום לעצט נאכאמאל פוי!
די לייצים דמתקירא רבנים, חוץ פון דער פאקט אז א גרויס חלק פון זיי זענען עמי הארצים גמורים, וואס ווען דער בית המקדש שטייט ווען אצינד, וואלטן זייערע קליידער לכל השיטות מטמא געווען כזב וכמוצורע, און זייערע פירות וואלטן געווען טבל, זענען נאך די ארגסטע פון אלעם, זיי זענען שילדיג פארוואס מיר קוקן אזוי אויס, אנשטאט זיי זאלן אנהאלטן דעם אלטען אויסגעטרעטעם וועג, וואס אונזערע עלטערן האבן מיט זיך מיטגעברענגט פון אייראפא, זענען זיי גאר די וואס רייסען עס אויס, זיי זענען די גרעסטע בעלי תאווה, און משוקע בתאוות הממון, זיי מאכן פון אונז ליצי לייצנות. סמארט טעלאפאנען? געפאסטע קליידער? פרעס טראק? עירוב? זאג נאר די שייגץ איינער וויפיל רענט נעמסטו פון דיינע ארימע טענענטס פון די דירות וואס די האסט דיך געקויפט פון שנאר? די קומסט מיר זאגן עירב? טעלעפאן? אה?
דער עולם דארף דירך פירן א רעוועלאציע, און זיך אויפהייבן פון דעם עיר הנידחת, וואס האט נישט אין זיך קיין שום קדישה... איר וועט נישט טרעפן אין קיין שום ספר, אפילו אין ויואל משה, אדער אין ברך משה, אז וויליאמסבורג האט עפעס א קדישה אין זיך, עס איז פונקט אזוי הייליג ווי מנהעטען... אפשר נאך ערגער גאר... און זיך אריבער ציען אין קליינע שטעטליך, און אויפנעמען ערליכע רבנים, זיי מיזן נישט הייסן טייטעלבוים, מייזליש, האגער אדער האלבערשטאם, און גיין מיט געפעפיט און סטראקעס און מחילה קרוינען, זיי קענען הייסן מזרחי אויך. ווילאנג זיי קענען באמת לערנען, און זארגן זיך באמת פארן כלל, א שטייגער ווי די אמאליגע רבנים, וועלן זיי זיין גוט פאר אונז...
לאמיר נישט ווארטן ווי לאנג מיט וועלן זיך טרעפן אין דער בעלוויו מענטל דיפארטמענט, אדער אין אלבערט איינשטיין אינסעטוט,מיט אנגעצויגענע און אונטער געבראכענע נערוון, צוליב דאס איינגערעטער פאנטאזיע וואס די א''ג רבנים וואשען אונז די מוחות, אז מען מיז וואוינען, אין דער ירושלים ד'אמעריקא....
יא ווען דער נער איז נישט מיינער לאך איך ווען אויך....

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קאך_לעפל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
לבגי לגבי די יעצטיגע מציאות ביסטו גערעכט ,לגבי די אמאל ביסטו מער נאסטאלגיש ווי היסטאריש ריכטיג.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
ווען די רבנים דמתקריא לייצים שטעלן זיך אויף מיט די בלויע קאפטענעס שבת פאר מינחה פארלערנען פרק, זאל זיך דער עולם נעמן שרייען דירות! דירות! וועט איר זעהן נאך א שטיק צייט א נייע בעדפארד גארדענס, א נייע קאלאמענטי... ווארטס נאר ווארטס! און די רשעות און נאצישקייט פון די בעדפארד דירות און ראס סטריט דירת, וואס נאר די רויעל פארמיליעס אפי' די מיט די געשוואלענע טאשען האבן "אומגעזעצליך" און "אום תורה'דיג" און "אום מאראליש" באקומען דירות, וועט זיך נישט איבער'חזר'ען, עס טאר נישט זיין נאר איין אייזיק לעפקאוויטש, יעדער וויליאמסבורגער איינוואוינער דארף דאן פארוואנדעלט ווערן פאר א אייזיק לעפקאוויטש....
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 565
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 11:20 am
- האט שוין געלייקט: 91 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 160 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
Re: וויליאמסבורג, האט עפעס א קדושה?
קאך_לעפל האט געשריבן:
יא ווען דער נער איז נישט מיינער לאך איך ווען אויך....
מיט דעם נאר מיינסטו "רעבארן"?( קרעדיט: בר דעת)
כ'האב דיך שוין אמאל געזאגט: דיינע טענות אויף די רע-בנים זענען זייער גערעכט. דו האסט אבער מודה געווען צו מיר אז עם כל זה וועסטו רעבארן נישט איינטוישן מיט קיינעם. חינוך הייבט זיך אן אינדערהיים, און דיינע אשכולות איבער רבנים זענען ווערדלאז. viewtopic.php?p=253178#p253178
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
קאך_לעפל האט געשריבן:ווען די רבנים דמתקריא לייצים שטעלן זיך אויף מיט די בלויע קאפטענעס שבת פאר מינחה פארלערנען פרק, זאל זיך דער עולם נעמן שרייען דירות! דירות! וועט איר זעהן נאך א שטיק צייט א נייע בעדפארד גארדענס, א נייע קאלאמענטי... ווארטס נאר ווארטס! און די רשעות און נאצישקייט פון די בעדפארד דירות און ראס סטריט דירת, וואס נאר די רויעל פארמיליעס אפי' די מיט די געשוואלענע טאשען האבן "אומגעזעצליך" און "אום תורה'דיג" און "אום מאראליש" באקומען דירות, וועט זיך נישט איבער'חזר'ען, עס טאר נישט זיין נאר איין אייזיק לעפקאוויטש, יעדער וויליאמסבורגער איינוואוינער דארף דאן פארוואנדעלט ווערן פאר א אייזיק לעפקאוויטש....
דו מיינסט אוודאי לצים דמתקרי רבנים, ניין?
אויך, דאס אנרופען די זאכען פאר נאצישקייט ווייזט אז דו ווייסט נישט וואס איז דאס א נאצי.
לגבי דיין גאנצע טענה, פון איין זייט גיסטו פעך און שוועבעל אויף רבנים און עסקנים, ומצד שני קוקסט ביי זיי פאר אן עצה. לאז דיך אפ פון זיי, און זוך דיר אן אייגענעם וועג. זוך אחים לדעה, דארף נישט זיין קיין סאך און נעם זיך בויען, נישט חרוב מאכען. פון טענה'ס און וויינען ביסטו סתם פארביטערט אן א תכלית.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
יואב האט געשריבן:קאך_לעפל האט געשריבן:
יא ווען דער נער איז נישט מיינער לאך איך ווען אויך....
מיט דעם נאר מיינסטו "רעבארן"?( קרעדיט: בר דעת)
כ'האב דיך שוין אמאל געזאגט: דיינע טענות אויף די רע-בנים זענען זייער גערעכט. דו האסט אבער מודה געווען צו מיר אז עם כל זה וועסטו רעבארן נישט איינטוישן מיט קיינעם. חינוך הייבט זיך אן אינדערהיים, און דיינע אשכולות איבער רבנים זענען ווערדלאז. viewtopic.php?p=253178#p253178
אדוני יואב ביזטו מודה אין דער פונקט וואס איך האב געשריבען? יא אדער ניין?
די ווילסט דיך נעמען אצינד צו מיר פראזענדליך און פארדרייען דעם אשכול אדש אז אלע לעצטע איבלען וואס האבן לעצטענס פארפלייצט דעם שטיבל וועלן מאכן פון דעם אשכול א חורבן? בעהט איך דיר טוה עס נישט, קום אריבער אין צימעס עפען אויף אן אשכול און מיר וועלן האבן א שיינער פארמעסט. בסדר?
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:קאך_לעפל האט געשריבן:ווען די רבנים דמתקריא לייצים שטעלן זיך אויף מיט די בלויע קאפטענעס שבת פאר מינחה פארלערנען פרק, זאל זיך דער עולם נעמן שרייען דירות! דירות! וועט איר זעהן נאך א שטיק צייט א נייע בעדפארד גארדענס, א נייע קאלאמענטי... ווארטס נאר ווארטס! און די רשעות און נאצישקייט פון די בעדפארד דירות און ראס סטריט דירת, וואס נאר די רויעל פארמיליעס אפי' די מיט די געשוואלענע טאשען האבן "אומגעזעצליך" און "אום תורה'דיג" און "אום מאראליש" באקומען דירות, וועט זיך נישט איבער'חזר'ען, עס טאר נישט זיין נאר איין אייזיק לעפקאוויטש, יעדער וויליאמסבורגער איינוואוינער דארף דאן פארוואנדעלט ווערן פאר א אייזיק לעפקאוויטש....
דו מיינסט אוודאי לצים דמתקרי רבנים, ניין?
יא יא דאס מיין איך טאקע!
אויך, דאס אנרופען די זאכען פאר נאצישקייט ווייזט אז דו ווייסט נישט וואס איז דאס א נאצי.
אה ניין? ודאן באטשי ביטע מאך אויף א אשכול, און לאמיר דיבאטירן וואס עס מיינט א נאצי ?אקעי?
לגבי דיין גאנצע טענה, פון איין זייט גיסטו פעך און שוועבעל אויף רבנים און עסקנים, ומצד שני קוקסט ביי זיי פאר אן עצה. לאז דיך אפ פון זיי, און זוך דיר אן אייגענעם וועג. זוך אחים לדעה, דארף נישט זיין קיין סאך און נעם זיך בויען, נישט חרוב מאכען. פון טענה'ס און וויינען ביסטו סתם פארביטערט אן א תכלית.
דאס איז א גוטע טענה גיב מיר א פאר חדשים איבערצוטראכטען, און לאמיר זעהן צו מען קען אויפקומען מיט עפעס אן עיצה זיך אליינס אן עיצה צו געבן, בסדר?
נאך עפעס לוטוואק באטשי?
- ישמעאל הכהן
- חבר ותיק
- הודעות: 2111
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
- האט שוין געלייקט: 1551 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל
- ישמעאל הכהן
- חבר ותיק
- הודעות: 2111
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
- האט שוין געלייקט: 1551 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
אקעי, איך זעי מ'האט אנגערירט א פינטעל מיט'ן חוצפה נישט צושטעלען די מענטשען וואס דו האסט פיינט מיט'ן נאמען נאצי'ס. קוק דא ס'איז שוין דא אן אשכול וועגען דער טעמע.
איך ווייס אויך נישט מיט וואס בין איך דיין באטשי, און פארוואס דו רעדסט צו מיר רויט. איך בין נישט קיין רב און נישט קיין גביר, אלזא שריי נישט אויף מיר. דיין האס און צארען, אפילו בארעכטיגט, וועט צוריק האלטען אלע גוטע זאכען פון ארויסקומען פון די פראבלעם. בארואיג זיך און טראכט קלאר, אנדעריש ביסטו פונקט אזא שותף אין די פראבלעם ווי דער גאנצע געזעלשאפט.
פ.ס. נאך פארשטופטע דירות אין ווינקלעך אין וומסב"ג איז קיינמאל נישט דער עצה.
איך ווייס אויך נישט מיט וואס בין איך דיין באטשי, און פארוואס דו רעדסט צו מיר רויט. איך בין נישט קיין רב און נישט קיין גביר, אלזא שריי נישט אויף מיר. דיין האס און צארען, אפילו בארעכטיגט, וועט צוריק האלטען אלע גוטע זאכען פון ארויסקומען פון די פראבלעם. בארואיג זיך און טראכט קלאר, אנדעריש ביסטו פונקט אזא שותף אין די פראבלעם ווי דער גאנצע געזעלשאפט.
פ.ס. נאך פארשטופטע דירות אין ווינקלעך אין וומסב"ג איז קיינמאל נישט דער עצה.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אקעי, איך זעי מ'האט אנגערירט א פינטעל מיט'ן חוצפה נישט צושטעלען די מענטשען וואס דו האסט פיינט מיט'ן נאמען נאצי'ס. קוק דא ס'איז שוין דא אן אשכול וועגען דער טעמע.
איך ווייס אויך נישט מיט וואס בין איך דיין באטשי, און פארוואס דו רעדסט צו מיר רויט. איך בין נישט קיין רב און נישט קיין גביר, אלזא שריי נישט אויף מיר. דיין האס און צארען, אפילו בארעכטיגט, וועט צוריק האלטען אלע גוטע זאכען פון ארויסקומען פון די פראבלעם. בארואיג זיך און טראכט קלאר, אנדעריש ביסטו פונקט אזא שותף אין די פראבלעם ווי דער גאנצע געזעלשאפט.
פ.ס. נאך פארשטופטע דירות אין ווינקלעך אין וומסב"ג איז קיינמאל נישט דער עצה.
אוי סליחה הייליג גערעכט... יעך בין צוגעוואוינט פון דערהיים נאך אין פישפיקלאדיין צו רעדן צו א לאנדסלייט מיט רעספעקט... אלזא יעך זעה אר מעכ''ת קומט פון פעסט, וואס איז היפש נאנט צו פישפיקלאדיין האב איך אייך גערופן מיט רעספעקט... באטשי וואס מיינט אויף אונגאריש מיסטער אזוי צו זאגן.....
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
לגבי דיין ענין, לעפעלע, וועלכע פלאץ אויף דער וועלט האט יא א קדושה?
ארץ ישראל האלט דאך דער רבי אז היינט נישט, ע"ש דעם צמח ה' לצבי אז א רצועה וכו', אייראפע איז דאך גארנישט בעסער ווי וויליאמסבורג, ווייל לפי דבריך אז צדיקים זענען נישט מקדש א פלאץ איז דאך נישט קיין נפק"מ וואו אין דער וועלט, א"כ איז נישטא קיין מקום קדוש.
פארשטיי איך גוט?

וירח ה' את ריח הניחוח
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
הא? אייראפע איז טויזענט מאל בעסער ווי די שמוציגע עיר הנידחת וויילאמסבורג.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
- ישמעאל הכהן
- חבר ותיק
- הודעות: 2111
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
- האט שוין געלייקט: 1551 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל
איך אויך האט געשריבן:הא? אייראפע איז טויזענט מאל בעסער ווי די שמוציגע עיר הנידחת וויילאמסבורג.
פאר דיין אינפאו, אין וויליאמסבורג קלינט מען די גאסן צוויי מאל א וואך! אין די ריינע עיר הלא נידחת בארא פארק קלינט מען בלויז איינמאל. וואס טוט זיך אין אייראפע ווייס איך נישט.
דזשאסט טראכט פאר דו שרייבסט
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
רעב איד טשעק דיינע פאקטן בעפאר דו שרייבט. ווילי האט די העכסטע קעיסעס פון אסטמא אין נ.י.! עס איז פארגאזט (פון די הייוועי) פרסרחערט (פון די שמוץ) צושטיפט (פון די פראגער געטא סטייל 'דירות') פארדראגט (פון די אלע דראג דילערס וואס טוהען ביזנעס אין די פראדשעקטס) און פארשטינקן (פון די מינע מענטשען וואס וואוינען דארט). ווען עס קומט מיר אויס אריינצוטרעטן דארט קען איך נישט גענוג שנעל אפציען.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
זאג נאר ר' קאך-לעפל: לאור דיין הערליכן פתיחת האשכול. ספעציעל דעם ערשטן פאראגראף. האלטסטו נאכאלץ פון דעם פאלשן, נארישן, וואנזיניגן און בייזוויליגן סלאגאן וועלכער איז אומדירעקט משבח די נאציס, ימח שמם וזכרם...והנה:..."די ציונים זענען ערגער פון די נאציס"... .הכותב בדמע ובלב נשבר ונדכה. אחד מן החבורה. ציוני נלהב ההולך בשיטת רביה"ק ה'בעל ויואל משה זי"ע...!
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 137
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 12, 2014 9:54 am
- האט שוין געלייקט: 627 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 75 מאל
Re: וויליאמסבורג, האט עפעס א קדושה?
שמעקעדיג האט געשריבן:לגבי דיין ענין, לעפעלע, וועלכע פלאץ אויף דער וועלט האט יא א קדושה?
ארץ ישראל האלט דאך דער רבי אז היינט נישט, ע"ש דעם צמח ה' לצבי אז א רצועה וכו', אייראפע איז דאך גארנישט בעסער ווי וויליאמסבורג, ווייל לפי דבריך אז צדיקים זענען נישט מקדש א פלאץ איז דאך נישט קיין נפק"מ וואו אין דער וועלט, א"כ איז נישטא קיין מקום קדוש.
פארשטיי איך גוט?
די מיינסט אפשר מאנרא? [emoji13]
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 137
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 12, 2014 9:54 am
- האט שוין געלייקט: 627 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 75 מאל
ישמעאל הכהן האט געשריבן:איך אויך האט געשריבן:הא? אייראפע איז טויזענט מאל בעסער ווי די שמוציגע עיר הנידחת וויילאמסבורג.
פאר דיין אינפאו, אין וויליאמסבורג קלינט מען די גאסן צוויי מאל א וואך! אין די ריינע עיר הלא נידחת בארא פארק קלינט מען בלויז איינמאל. וואס טוט זיך אין אייראפע ווייס איך נישט.
דזשאסט טראכט פאר דו שרייבסט
מקען רייניגן פיר מאל א וואך, ווילאנג מען באשמוציגט וויליאמסבורג מיט אלע מיני פאשקעווילן ועגן צניעות און עירוב אא"ו, אדער א גאנצער גאס איז באשמירט מיט "געצל און יעקל האבן א נייער שטריימל; וואס איז מיט דיר?" וכהנה וכהנה, וועט נאך אלץ בלייבן א שמוציגער כפר נידחת
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
ישמעאל הכהן האט געשריבן:איך אויך האט געשריבן:הא? אייראפע איז טויזענט מאל בעסער ווי די שמוציגע עיר הנידחת וויילאמסבורג.
פאר דיין אינפאו, אין וויליאמסבורג קלינט מען די גאסן צוויי מאל א וואך! אין די ריינע עיר הלא נידחת בארא פארק קלינט מען בלויז איינמאל. וואס טוט זיך אין אייראפע ווייס איך נישט.
דזשאסט טראכט פאר דו שרייבסט
וועם דארף מען רייניגען מער? דער וואס איז מער שמוציג.
Under influence