רבותי, יעצט אז כ'האלט שוין טאקע נאכן אלף'ל, בין איך מודיע:
חברה, [tag]I'm back[/tag].
לאמיר דא קלאר מאכן, איך בין נישט קיין [tag]גרויסע מענטשעלע[/tag] מיט א [tag]משבק[/tag] וואס זאגט בחינות [tag]כפתור[/tag] ופרח, צו גאר א [tag]ברסלבער[/tag] משפיע [שיק אדער [tag]kliger[/tag]] וואס ס'גיסט זיך פון אים [tag]נופת צופים[/tag] וכל טעם. קוים עפעס א שמויגער ש[tag]נולד מאוחר[/tag] מדי, עפעס צווישן א געצל שוסטער און [tag]חאצקעל שניידער[/tag], שבא ללמוד ונמצא גאר [tag]הבא ללמד[/tag].
וכי תאמרו בלבכם, [tag]דער געוואגטער יונגעל[/tag] רעדט דאך ווי א [tag]חקרן[/tag] און [tag]היסטאריקער[/tag], און זיינע ווערטער זענען [tag]גאלד[/tag]. אף אתה אמור לו מיט א צובראכן הארץ נישט קיין [tag]גאנצל[/tag] ווי א [tag]Kool man[/tag], אז איך בין גארנישט אזוי [tag]געוואלדיג[/tag], כ'בין א פשוטער [tag]בן אדם[/tag], האפנטליך א שטיקל [tag]בר דעת[/tag]. נאר אלעס איז פון גאט: [tag]המלוכה והממשלה[/tag] לחי עולמים! ו[tag]אדנירם[/tag] [tag]מה הוא[/tag] כי תשבחוהו.
און אז מ'רעדט שוין: פאר די וואס האבן געוואלט וויסן וועלכע קאווע כ'וועל סערווירן: [tag]קפה נמס[/tag] [וואס מ'טינקט אין דעם איין די [tag]קרעקער[/tag]...]. ס'טעיסט גאר ספעציעל מיט א שטיקעלע [tag]ציבעלע-קיגל[/tag] אין די זייט. פאר די מאדערנע וואס האבן זיך גערעגט מיט א מעניו פון פשוטע געפילטע פיש, וועט זיין אנשטאט דעם [tag]סאשי פיש[/tag]. ווער ס'האט נישט ליב קיין קאווע, וועט באקומען א [tag]Milk shake[/tag]. [tag]פידלער[/tag] וועלן מיטשפילן, און די טענץ וועלן דערמאנען פון [tag]שושן פורים[/tag] אין סטיטשין, איבערהויפט נאכן מאכן א [tag]טאמבל סאס[/tag] [tag]וכדומה..[/tag].
כ'בין גרייט צו הערן קאמענטארן פון [tag]קאמענטירער[/tag], ווילאנג וואס זיי זאגן איז [tag]ריכטיג[/tag], און מאכן א רושם ווי א [tag]קליגער אינגערמאן[/tag], און רעדן [tag]פלעין יודיש[/tag].
----
למעשה איז אלעס [tag]אבי גערעדט[/tag], ווייל נאך
מיין 'דייעט' ארטיקל, ווייסן מיר אז [tag]מצטמק ויפה[/tag] לו. און בלית ברירה וועט דער [tag]וויליאמסבורגער[/tag] אידל מוזן עסן דעם [tag]פישלע העררינג[/tag] ערגעץ אנדערש...