אין די פריעדיגע קאפטילען האבן מיר דערמאנט דעם שווערן לעבן וואס דער ליעווער איז דורכגעגאנגען, ווי אזוי דער מזל האט אים צוגעפירט אז ער האט זיך געפינען אין א פארוויקלטער מצב, זייענדיג אין גלות רומעניע, ווייט פון זיין משפחה אין רוסלאנד, בשעת דער שלום בית אין שטוב איז געווען אומדערטרעגליך, ווערנדיג אלס מער און מער אנגעצויגן, און קיין קינדער האבן זיי נישט פארמאגט. פון דער אנדערער זייט האט ער קיין רבי נישט געוואלט זיין, בשעת די משפחה פון ביידע זייטן לייגט אויף אים גרויס דרוק און צווינגט אים מיט געוואלד צו פירן רבי'סטעווע. זיין רביצין מיט די הילף פון די גבאים האלטן אים אין איין נאכקוקן און יעדע ריר ווערט באריכטעט צו די ברידער קיין סאדיגורא און קיין טאלנע.
לויט ווי דער משכיל משה אורנשטיין שרייבט נאך פון וואס דער ליעווער האט אים דערציילט, איז געווארן א מצב אז זיין רביצין שיינדל פלעגן זיך כסדר סודות'ן מיט די גבאים אונטער זיין רוקן, רעדנדיג כסדר פון אים, ווי אזוי מען דארף אים באהאנדלען און-אזוי-ווייטער, א זאך פון וואס ער האט זיך געשפירט געטראפן, ער איז געווען ווי דער ארעסטאנט אין תפיסה וואס זיינע אויבערהארן קוקן אים נאך און שמועסן דורך ווי אזוי אומצוגיין מיט אים, און דאס מאל זענען זיינע אויבערהארן זיין אייגענע ווייב מיט די גבאים, עס איז געווען גאר א ווייטאגליכער מצב. ער האט איר אויך חושד געווען אז זי איז מזנה מיט די גבאים - א זאך וואס זי האט גע'טענה'עט פארקערט, אז ער האט זיך פארליבט אין דעם פריצ'עס טאכטער, אדער לויט אנדערע ווערסיעס די שוועגערין פונעם פריץ וואס האט געוואוינט פונקט קעגן איבער דעם הויף. לויט ווי אזוי יאסל דיק שרייבט - און ער האט קלאר געשריבן אונטער א צאנזער השפעה און איז נישט באגלויבט מיט זיינע ווערטער - האט זיך דער ליעווער אריינגעזעצט אין שטוב פון פריץ און איז דארט געזעצן צען טאג, און בלויז מיט שווערע כוחות פון די חסידים און מקורבים, האט מען ארויסגעראטעוועט דעם רבי'ן פון דארט.
אין יענע טעג איז פארגעקומען א געשיכטע, וואס האט פיל פארערגערט דער שלום בית-בית מצב אין שטוב פון רבי'ן. זעענדיג אז אין שטוב איז אנגעצויגן, האט די רביצין אריינגענומען אין שטוב א ציכטלינג, אן ארעמע יתומה וואס זאל זיך האדעווען אין זייער שטוב. די מיידל האט זיך געפינען אין שטוב, ווען מיטאמאל האט מען זיך דערוויסט נישט מער און נישט ווייניגער, אז דאס מיידל איז פארשוואנגערט געווארן... לויט ווי עס שיינט איז זי איבערגערעדט געווארן דורך איינע פון די גבאים אדער שטוב מענטשן, און עס איז געשען וואס עס איז געשען.
די רביצין - וועלנדיג אפהאלטן בושות, און נישט וועלנדיג אז דאס מיידל זאל זיך אזוי ארומדרייען אין חצר - האט איר פארשיקט קיין הוש - א שטעטל וואס איז געווען אין די גלילות פון ליעווי און דארט האט בעצם דער רבי אנגעהויבן צו פירן רבי'סטעווע איידער ער האט זיך געצויגן קיין ליעווי. דארט אין הוש, זייענדיג אין איר אכסניא, האט זי געבוירן איר קינד.
די מעשה האט אנגעמאכט א שטיקל גערידער און דאס האט נישט צופיל צוגעגעבן צום שלום-בית אין שטוב. די פרטים פון די מעשה איז נישט באקאנט, מאנכע צווישן די משכילים שרייבן אז זי האט חושד געווען איר מאן, דער רבי, אז דאס איז גאר געווען זיין ארבעט... אנדערע ברענגען אז מען האט געוויסט ווער דאס איז געווען, און אז איינער פון די הויף מענטשן האבן דאס געטאן. אזוי צי אזוי האט די מעשה זיכער נישט פארבעסערט די שוין אזוי אויך שווערע לאגע צווישן דער רבי מיט די רביצין.
מען דארף נעמען אין באטראכט ליינענדיג די אלע מעשיות, אז רוב מקורות איבער דעם ליעווער קומען פון די משכילים. אמת, טייל באשרייבונגען קען מען אננעמען אלס אמת, אפילו עס קומט פון די משכילים. דער שרייבער פון די שורות, זוכנדיג חסידי'שע מקורות אויפן ליעווער, האט זיך פארבינדן מיט איינע פון די באקאנטע ידענים אין חסידי'שע מעשיות, א תלמוד-חכם מופלג און בעל דרשן, וואס זיינע טעיפס ווערן געהערט אין די מאסן, אויף אלע היי-וועיס ווערט ער געהערט. יענער האט געזאגט אז צווישן די חסידים איז כמעט גארנישט דא, אבער מען קען גלויבן וואס די משכילים שרייבן אויף אים, בפרט פון משה אורנשטיין וואס שרייבט נאך וואס דער ליעווער האט אים דערציילט. מען דארף אבער נעמען אין באטראכט אז משכילים זענען פארט משכילים, זיי לערנען אפ זאכן אנדערש ווי אונז לערנען און קוקן אויף זאכן אנדערש, און אלס מענטשן האבן זיי נגיעות און זענען נוטה אויף געוויסע זאכן.
כלפי מה דברים אמורים? - די מעשיות פון דעם סארט, לייגט זיך באמת נישט אויפן שכל, דער ליעווער איז שוין געווען אן עלטערער מענטש, געקומען פון א רבי'שע משפחה, ער האט נישט געקענט קיין אנדערע שפראך אויסער אידיש. צו זאגן אז ער האט געהאט שייכות מיט די שוועגערין פון פריץ איז אזוי ווי מען זאל זאגן אז סקולענער רבי האט אנגעקניפט אן אפער מיט בריטני ספיערס (אנטשולדיגט פאר מיין אויסדרוק), דאס איז דאך א זאך וואס איז פשוט רחוק מהמציאות, שוין אפגערעדט אז די שוועגערין פונעם פריץ האט מסתמא געהאט בעסערס אויפן געדאנק... בקיצור, עס לייגט זיך פשוט נישט אויפן שכל. ווידער די אויבנדערמאנטע מעשה, שרייבן רוב משכילים אז מען ווייסט פון וועמען עס איז געקומען, נאר די וואס האבן ליב צוצולייגן דראמאטישקייט און ראמאנטישקייט, ווילן דאס באפעפערן מיט חשדות פון די רביצין... בפשטות איז קיינמאל נישט געווען חשדות פון דעם סארט אויפן ליעווער, דאס איז פשוט די ליידיגע קעפ פון די משכילים וואס לייגן דאס אזוי אראפ. ווידער פארקערט איז קלאר, אז דער ליעווער האט חושד געווען זיין רביצין מיט זנות, ער האט דאס קלאר באשטעטיגט אין טשערנאוויץ פאר משה אורנשטיין.
עס איז דא דער פלאץ צוצולייגן, אז ווען מען האט אמאל געפרעגט דעם סאדיגורער, אויב עס איז אמת אז זיין ברודער האט זיך גע'שמד'ט, א שמועה וואס איז שטארק נתפשט געווארן בימים ההם און פיל מענטשן האבן דאס געגלויבט, האט דער סאדיגורער געענטפערט: "חס ושלום, מען זאגט אויף אונז אזויפיל זאכן, און בלויז א קליין חלק דערפון איז אמת". מסתמא זענען די אלע סארט מעשה'לעך אויך פון די שמועות וואס מען האט דעמאלס געשמועסט.
אזוי צי אזוי, האט דער חלק פון די רבי'סטעווע פארנומען א גרויסן ארט אין דער מצב, בשעת די רוזשענער און טשערנאבילער ברידער האבן געהאלטן אז ער מוז פירן רביס'טעווע מיט א שטארקייט, אזוי ווי עס איז איינגעפירט אין די משפחה. זיי האבן געהאלטן אז עס פאסט נישט פאר א רוזשענער קינד צו זיין כאיש בין אנשים און צוריקווארפן קוויטלעך אין פנים... דער ליעווער האט אבער אנדערש געהאלטן, ער האט זיך פאר'מואס'ט אין די רבי'סטעווע און זיך פאר'מואס'ט אין זיין ווייב וואס צווינגט אים דערצו (זי פלעגט זיך אפהאלטן פון אינטימישע באציאונגען מיט אים, אלס קנס פארן נישט וועלן פראווען), און ער האט זיך געוואלט זען ארויס פון דעם פלאנטער.
מזמן לזמן פלעגן קומען שלוחים פון סאדיגורא אדער פון טאלנע, צו פראבירן משפיע זיין אויף אים. ער פלעגט זיי זאגן אז ער ווייסט נישט וואס זיי ווילן, ער איז אן איש פשוט ווי יעדער און ער דארף נישט די גאנצע זאך, אבער זיי פלעגן אים זאגן פונקט פארקערט, אז ער האט א הויכע נשמה און כלל-ישראל דארף צוקומען צו אים. בפרט דער שליח פון טאלנע, דער חסיד ר' דוד באלטיש (פון די שטאט באלטע), וואס פלעגט אפט קומען בשליחות פון זיין רבי'ן פון טאלנע און איז כסדר געווען פארמישט אין דער נושא. ר' דוד איז געווען א תלמיד-חכם און בעל-מקובל, ער פלעגט כסדר ברענגען ראיות פון זוהר און קבלה אז ער איז דער צדיק הדור און אז ער איז א חידוש אין דעם דור, ער איז פון גאר אן אנדערן עולם און ער דארף משפיע זיין אויף די וועלט און-אזוי-ווייטער. טראצדעם וואס דער לעווער האט זיך געוואלט אפשאקלען דערפון, האט ער אים אויפגעקלערט על פי תורה וקבלה אז ער דארף זיין א רבי, משפיע און מנהיג הדור, אזוי האט מען פראבירט צו ארבעטן אויף אים און אים טוישן.
דערווייל איז דער שלום בית אין שטוב געווארן וואס אמאל מער אומדערטרעגליך, ביז מען האט אנגעהויבן איינצוזען אז עס קען נישט אזוי אנגיין און עפעס דארף געטאן ווערן דערצו. וואס עס איז געווען דער מכה בפטיש אויף וואס מען האט געדארפט אנהויבן ארבעטן אויף א הסכם, איז אומבאקאנט, מעגליך אז עס איז פשוט פון זיך זעלבסט געווארן און די גבאים האבן מחליט געווען צו ארבעטן דערויף. עס איז פאראן א באשרייבונג וואס דערציילט אין נאמען פון ליעווער חסידים, איבער א געוויסע עובדא וואס איז פארבינדן דערמיט. הגם מען קען דאס נישט אננעמען אלס תורת משה מסיני אז אזוי איז טאקע געווען, אבער עס איז נישט אפגעפרעגט צו זאגן אז די מעשה איז ריכטיג, און עס נעמט נישט אוועק קיין כי הוא זה פון די צדקות פונעם לעווער, אויב די מעשה זאל יא זיין ריכטיג.
לויט די ווערסיע, האט דער ליעווער זיך אמאל געוואנדן צו זיינע שטוב מענטשן, אז מען זאל אים רופן די מיידל, די טאכטער פון דער אויפזעהער אויפן הויף. ווען די חסידים האבן זיך געוואונדערט וואס עפעס דער רבי פרעגט זיך נאך אויף די מיידל, האט דער רבי זיך אנגערופן "איר זארגט זיך דערויף? - און אויף מיין שלום בית, אז מיין רביצין זאל זיך אביסל צושטעלן זארגט איר זיך נישט?".
די מעשה האט אויפגעשאקלט די שטוב מענטשן, און זיי האבן באשלאסן אויסצוארבעטן א שלום צווישן די רבי מיט די רביצין.
איך בין געבעטן געווארן מעורר צו זיין - וויבאלד מענטשן ליינען די לעצטע תגובה אננעמענדיג אז דארט הויבט זיך אן די לעצטע פארזעצונג - אז עס איז געלייגט געווארן צוויי פארזעצונגען איינע נאך די צווייטע. די ליינער זאלן אין אכט נעמען נישט אויסצולאזן דעם ערשטן האלב.
דער עולם איז טאקע אינטערעסירט צו הערן ווייטער? - נאך די לעצטע פארזעצונג האב איך געהאט די הרגשה אז עס איז פאראן א שוואכע אינטערעסע דערין.
אויב די חברים ווילן אז איך זאל שרייבן ווייטער, וועל איך זיכער ממשיך זיין, איך וויל נאר נישט אויסקוקן ווי יענער וואס לייגט אריין שווערע כוחות אין א זאך וואס עס גייט קיינעם נישט אן, אבער אויב מען וויל דאס, וועל איך זיכער שרייבן להנאת הציבור.
ווי מער דו וועסט שרייבן אלס מער וועט וואקסן די אינטערעסע דערין. דו מאך עס פאפולער
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
איך האב פשוט נישט געוויסט אז דער עולם האט אן אינטערעסע. נאך די פאריגע פארזעצונג האב איך געהאט אזא געפיל אז איך רעד אביסל צום לאמפ און קיינעם גייט דאס נישט אן באמת, אבער אז דער עולם וויל, זיכער וועל איך פארזעצן בקרוב.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).