רענטאדעם היי
און ליכט פון די זיצינג וואס די רבני העיר האבן זיך פארזאמעלט זעץ איך זיך אראפ דא טראכטן מיינע מחשבות, און איך פריוו צי קומען צי עפעס פאזיטיוו וואס דא גייט פאר, אויבן אויפ זעיט אויס אז אריבער הינדערט און פיפציג לאקאלע רבנים האבן גענימען די זאך אינדע האנט אריין, אוועק געשעינקט פארן כלל פון זייערע טייערע צייט, וואס זיי זענען דאך שטארק באגרעינעצט, און האבן אויך באלמיטשעט די לאקאלע דיוועלאפערס אויך אראפ ציקומען, און מען איז געזיצען בכובד ראש, דערגיין די שורש פונעם גרויסן דירות פראבלעים, וואס קען מען טיען דערצי, וועימען ברויך מען באשילדיגן, זאל מען זיך אראפ לאזען איבער די רייכע דיוועלאפערס ווייל זיי שטאפען זיך אן זייערע קעשענעס מיט אינזערע בליטיגע געלטער, מען וועט זיי אויסשגץ'ן אז זיי זאלען נאכפאלגען די קעסקעיד גרופע וואס זאגט צי גאלדענע גליקן אויב מיר באשליסן נישט צי פארלאזן וויליאמסבורג און א געיעג.
פונקט איצט איז נישט דא עפעס א אויסער געוועינטליכע שגץ וואס פארקויפט פאר די שוידערליכע ארטיסטן וואס זענען מטמא די אוויר פונעם ירושלים דאמעריקע, הלוואי וואלט מען געקענט איצט טרעפן עפעס א שגץ וועימען מען קען געהעריג באשילדיגן, עס איז נאך צי האפן אז עס וועט אפירקומען איינעם, מען וועט דאן געהעריג אים באווארפן מיט פאשקעווילן און דאן זענען די רבני העיר געהאלפן, אזוי ווי דער באשעפער פלעיגט זיי העלפען ביז איצט.
אבער וואס איך זעי איז אז עס איז דא די געוועינטליכע מהלך ווי אזוי די שטאט וויליאמסבורג גייט זיך צו צי יעדע ביז איצטיגע פראבלעים, ווי למשל די עירוב סאמעטאכע, וגם לרבות די אינטערנעט סאמעטאכע, און די מציצה בפה ועוד, נעמליך מען מאכט א זיצינג, און אזוי העלפט אינזער באשעפער, ער גלייכט מיטינג'ס, פשוט מען מאכט א טימל מען בילדער'וועט, מען שרייט אויס די וויי געשריי, למי צווח ווי, יעדע באשטימטע צייט ווייען מיר פאר א אנדערע צוועק, פאר א קלענערע זיצונג מאכט מען עס אין התאחדות אפיס, אויב איז עס גאר א גרויסע צוועק ווי מען ברויך מערערע קרייזן דאן נעמען מיר ארויס א גרעסערע פלאץ, אביסל גרעסער שוין אין א גרויסע שיל, דאן קומט א קאנטינענטל, אויב ארבייט עס נאך אלס נישט דאן ווענט מען די מיטינג אזוי גרויס ווי כינוס כלל ישראל, מיר שטעלן זיך פאר גארנישט, מיר וועלן האבן זיצינגען, און טאקע ממש דארט אויב איז די זיצינג געניג גרויס, ווי אויף טעילער אדער פייזער דאן קומט אויך אויפן סדר היום דער קבלת עול מלכות שמים.
און אזוי ווי מיר זעיען פון אינזער היסטאריע האבן ב"ה די אלע זיצינגען געברעינגט די געווינטשענע ריזאלטאטן גלייך, אן קיין שום שפעיטיגונג, אלע בילדער ווערן תיכף ומיד פאבליצירט און אלע אויסגאבעס, אויב איז א וויכטיגע רב פונקט געוועין אין סקיסע בשעת הבילד, קומען די פאטא שאפירער און שניידן און קלעיבן ביז א דבר השלום קומט ארויס, און די ציל ווערט ווי אמשנעלסטן דערגרייכט.
אלעס גייט אויפ א פאראויסגעפלאנטע סדר היום, למשל די זיצינג פון איינעם וואס איז געגאנגען אין תפיסה, קודם א קליינע זיצינג ביי איינעם אהיים, דערנאך ראלי'ט מען עטליכע עסקנים וואס זענען באפולמעכטיגט פאר א גרעסערע ציזאמקום, זיי אטערעזירן און לאזן און גאנג א גרעסערע דרינגענדע זיצינג, די זיצינג באקומט רשות פון די גרויסע, קיין שום חשש פון פאראט, עטליכע רבנים גייען קומען, איינער באקומט אפילו שילשל ממש ביי די טיר אריין צים זייל, נישט באשערט אבער די מיטינג גייט אן אימגעשטערט, מען באשליסט תיכף ערענסטע שריט מען וועט מיזן נאך גרעסערע זיצינג, היסטאריע חזר'ט זיך איבער איז דער כלל, ווי שוין געוועין מיט יארן ציריק אינעם שטעיטעלע חעלעם.
ביי די תפיסה אישו האט מען טאקע געמאכט אזויפיל זיצינגען אפילו אנגעקומען ביז א קאנטינטעל, אבער מען האט נישט געקענט מאכן נאך גרעסער אפילו עס איז שוין געוועין אין פלאן איידער ער איז אוועק אויפ א יאר הינדערט, נעבעך טאקע א שאד, וכן הוי ביי ראבאשקין. איצט אויפן סדר היום מיט דירות האלט מען שוין נאכן קאנטינענטל, אבער די אינסיידערס זאגן אז היות מען האט נישט דארט מקבל געוועין עול מלכות שמים וועט מען מיזן איבער מאכן דארט אן באצאלן.
איצט קענען דערווייל אלע רבנים שוין אהיים גיין יעדער צי זיין אויסגעצאלטע דירה, ווייל די דעוועלאפערס זעיען שוין גיט איין דעים פראבלעים, אויך די רבנים מיט מוסדות התורה זעיען שוין אויך איין, מען האט קלאר געקענט זעין די אנגעצויגענקייט אויף ר' אייזיקל ספינקער'ס געזיכט, ממילא ביים נעקסטן ערשטן ווען איר ברויכט צאלן די ראטע, ברויכט איר מער זיך גארנישט זארגען כסף מנלן, ווייל איר האט איבער הינדערט אין פיפציג רבני העיר אויף אייער ריקן.
די מוסדות התורה וואס קויפן איין רילע סטעיט פאר טייערער ווי ארטיסן, זיי בויען בנינים לטובתינו, ווייל מיר קענען נישט ניצן קיין בנינים פאר דירות נאר אויב מען איז אן ארטיסט, זיי פארשטייען נישט אז די ארמערי וואס האלט ביי שנים אוחזין יחלוקי, דארט פיט נישט קיין טויזענט דירות, עה, נאר אין די הינדערטער קאמערשעל הייזער ווי עס לאפטעווען די ארטיסטן, זיי זענען דאך חזרים, מיר זענען דאך בני מלכים, קענען מיר נאר וואוינען אין סעלער'ס אדער אין נעיז לעכער, מיר קענען נישט וואוינען אין א ריזיגע בילדינג ווי ווייט ביי פען, אדער העריסן, מען ברויך דאך די צישטיפטע קינדער ערגעץ פלאצירן.
ווען איך ווייס וועין פון די זיצינג נעכטען וואלט איך וועין ארויס דארטן קעיגן איבער קאנטינענטל אויפן זעלבען פלאץ ווי עס איז געוועין די באם אפטיילינג ביים תפיסה קאנטינענטל מיטינג, און וואלט געשריגן "רענטאדעם הייייייי", ביז עס וואלט זיך באוויזן א משלחת פון די רבנים און געשריגן "I know" בכל כוחו, מען וואלט געדארפט רידערן אין שטאט ביז די זאך וואלט גענימען א נייעם פארמאט, זיי וואלטן געדארפט ביים זיצינג בעיטן ביי די דעוועלאפערס אז זיי זאלן נישט בויען דא אין שטאט, זיי זאלן בויען דיוועלאפמענט'ס איבער די גרויסע באשעפערס וועלט, זיי זאלן טאקע מער נישט דא בויען בכלל נאר פאר גויים, ווייל נאר ציליב זיי זענען מיר דא, נאר ציליב קעסקעיד, דאמזי און דאשינסקי איז נאך דא האפענינג, מוחל טובות, זיי זאלן נעמען דזשערזי סיטי, בלומענבערג, לעיקוואד אין די האנט אריין, מאכן ארדענינג, ניצן טאלאנטן צי מאכן דעים עולם אפטראגען פון דא, נאר גיין איבער די וועלט, זיי זאלן ציזאגן מוסדות איבעראל, נישט אז אויב א פאפענער וויל גיין אויף מאנסי לאזט מען אים דארט נישט אריין, ווי איז דאס געהערט געווארן.
רענטאדעם היי
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
רענטאדעם היי
Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
- בן תמליון
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1456
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
- האט שוין געלייקט: 1301 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל
אבער די אינסיידערס זאגן אז היות מען האט נישט דארט מקבל געוועין עול מלכות שמים וועט מען מיזן איבער מאכן דארט אן באצאלן.
איצט קענען דערווייל אלע רבנים שוין אהיים גיין יעדער צי זיין אויסגעצאלטע דירה, ווייל די דעוועלאפערס זעיען שוין גיט איין דעים פראבלעים, אויך די רבנים מיט מוסדות התורה זעיען שוין אויך איין, מען האט קלאר געקענט זעין די אנגעצויגענקייט אויף ר' אייזיקל ספינקער'ס געזיכט, ממילא ביים נעקסטן ערשטן ווען איר ברויכט צאלן די ראטע, ברויכט איר מער זיך גארנישט זארגען כסף מנלן, ווייל איר האט איבער הינדערט אין פיפציג רבני העיר אויף אייער ריקן.
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
א גיטן משה'ס פיטום
שלום עליכם מאך זיך באקוועים
שלום עליכם מאך זיך באקוועים
Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5