אונזער אומקער צו היסטאריע

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 539
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1081 מאל

אונזער אומקער צו היסטאריע

שליחה דורך פלאוויוס »

דער גלות האט, ווי מיר ווייסן, געפאדערט פונעם איד צו זיין אן אביעקט פון היסטאריע, א פאסיווער חומר אין די הענט פון אנדערע פעלקער וואס האבן געשאפן זיין היסטאריע. די עמאנציפאציע האט אבער געעפנט פאר אידן די טויערן פון היסטאריע און זיי איינגעלאדן צוריק אריינצוקומען – דורכ'ן זיך אנשליסן אין די פעלקער צווישן וועלכע זיי האבן געלעבט. ס'איז אודאי נישט מעגליך צו באשרייבן די טיפע תשוקה וואס האט געמוזט דורכנעמען יענע אידן וואס האבן געזען פאר זיך די געלעגנהייט, נאך אכצן הונדערט יאר פון גלות, צו באקומען ווידער א פלאץ אין דער וועלטליכער געשיכטע. דאס איז געווען די תשוקה פונעם געפלאגטן אידישן "יחיד", און זיין בענקשאפט צו גאולה, אבער אודאי נישט די תשוקה פונעם געפלאגטן אידישן "קאלעקטיוו", וואס האט אין אזא גאולה נאר געזען זיין סוף.

ס'איז נישט וויכטיג לעת עתה צו דעבאטירן פארוואס דער פרואוו פון יחידים זיך אנצושליסן אין דער געשיכטע פון דער וועלט איז דורכגעפאלן, דער עיקר איז נאר דער פאקט וואס אידן זענען געצוואונגען געווארן זיך אויסצולייזן דוקא ווי א קאלעקטיוו און נישט ווי יחידים. יעצט, אויב איז דער אידישער "יחיד" גרייט געווען איבערצולאזן זיין אלטן קאלעקטיוו אבי צו קענען ווערן צוריק א לעבעדיגער טייל פון געשיכטע, ווי גרויס האט געדארפט זיין די שמחה זיינע ביים זוכן א גאולה צוזאמען מיט זיין דורות'דיגן באליבטן קאלעקטיוו? דאס איז אודאי די שמחה וואס האט באגלייט דעם ציוניזם אין זיינע ערשטע טריט, און דאס איז אויך א שמחה וואס באגלייט מיין ציוניזם היינט צוטאגס. אין אנדערע ווערטער, דורך "מיין פאלק" בין איך א טייל "פון דער וועלט".

***

ווי א ציוניסט און ווי א איד, פאל איך אויף מיינע קניען פאר דער גרויסקייט פון דער בריאה, פאר דער ענדלאזיגקייט פון דער מענטשליכער נשמה, פונעם מזרח און פונעם מערב צוגלייך – יעדע אויף איר אופן. אינעם מערב גלאנצן אפ די אייראפעישע טראדיציעס, די געפילן וואס שטעקן אין דער אייראפעישער רעליגיעזיטעט, דער הייליגער ציטער אין איר מוזיק, מיט א גבורה וואס ציט ארויס די ברכה פון "מעשה בראשית" ווי בשעת'ן זען די מעכטיגע קייט פון די אלפּן-בערג, וועלכע צעוואסערן די נשמה קעגן דעם אין-סוף.

די אייראפעישע וואלסן, די מארשן און די סימפאניעס. אירע מאלערייען און סקולפטורן. די נאקעטקייט פון מענטשליכן גערן וועלכע איז נאר אינעם אייראפעישן הארץ ריכטיג געשעצט געווארן, דער ווייסער פארב פונעם אייראפעישן פנים, גלייך מיט די שיינע בלויע אויגעלעך פון דער נאָרדישער ראסע. אך! מה רבו מעשיך... פאל אויף די קניען, איין מאל און נאכאמאל, און הער דיך איין אין די שטילע קלאסישע שעפשען פון די מלאכים וואס זינגען א שירה צו גאט אויפ'ן אייראפעישן סטיל, און לאזן נאר צייטנווייז אריינרייסן א שטיק דראמא וועלכע ווארפט אראפ דעם מענטש מיט פחד און אנגסט פאר דער מיסטעריע וואס פילט אן אלץ און אלעמען.

און ווי שיין דער מערב איז, אזוי איז די פילפארביגקייט פון ראסן איבער דער וועלט געצילט צו אנפילן די מענטשהייט מיט חן און קאליר. אינעם גארגלען פונעם מזרח דערקענט איר דאס געוויין פון גאט. ווען איר דערהערט דעם סוד פון דער אריענטאלישער רעליגיעזיטעט קענט איר מער קיין צווייפל נישט האבן אז פון דארט איז דאס קול פון רעליגיע ארויס צוערשט. דארט אינעם מזרח איז עס א הייס קול, אומדעפינירט און אומבאגרעניצט, דארט איז דער מקור ראשון, דארט ברענט נאך דער בארג סיני און ס'האט נאכנישט אויפגעהערט.

אין די טענץ פונעם מזרח דערקענט איר דעם תנ"ך. אין דעם שווארצן פארב אויפ'ן הויט דערקענט איר די שולמית פונעם שיר השירים. די אומצאליגע "מַקַאמִים" פון דער אריענטאלישער מוזיק, די רוישיגע פארבן פון אירע טעפיכער און דער שארפער טעם פון אירע מאכלים, זאגן אלע עדות אויף א נשמה וואס רוישט און קען זיך נישט בארואיגן. און צווישן דעם אלעמען, דערהערט איר די מלחמה צווישן רעליגיעזיטעט און סעקולאריזם, ווען יעדע זייט פרובירט איבערצושרייען די אנדערע, אבער ביידע ווי איינע רעדן איין שפראך – די שפראך פון דער בריאה.

***

ובכן, אט אזוי ווער איך איבערגענומען מיט פרייד אויף דעם וואס איך געהער צום אידישן פאלק, און מיין הארץ גייט אויס פאר מיינע ברידער און שוועסטער אינעם הייליגן לאנד. ווען איך טרעף מיך מיט א פרייען איד און איך נעם מיך מיט אים ארום, פיל איך דוקא דעמאלט ווי איך לאז מיין נשמה זיך צעגיסן אויף איינס מיט זיינעם און אזוי געפין איך אליין מיין וועג צו היסטאריע, צו דער וועלט, און צו דער בריאה. ווען איך טרעף מיך מיט סעקולערע אידן פיל איך א ליבשאפט וואס איך קען נישט געהעריג באשרייבן, ווייל דאס איז א בענקשאפט פון א ברודער צו א ברודער, וואס איז נישט תלוי אין קיין שום זאך אויסער בלוט. אין יענע מינוטן קען איך געבן אן אויסדרוק צו דעם "מענטש" וואס איז פארשלאסן אין מיין הארץ און כ'קען עס אין ערגעץ נישט באפרייען.

אונזער פאלק איז נאנט צו צוויי טויזנט יאר געווען אפגעריסן פון געשיכטע און דערפאר איז נישטא קיין נפש אין דער וועלט וואס קען פארשטיין אונזערע געפילן. ס'איז נישט נאר וואס מיר האבן צוריקבאקומען אונזער לאנד 67 יאר צוריק, נאר מיר האבן צוריקבאקומען אונזער פנים, אונזער שטאלץ, אונזער ליבשאפט צום לעבן און עקזיסטירן ווי א פאלק אויף דער וועלטליכער מאפע. אמת, אין אט דעם נייעם מציאות זענען פאראן א סך נייע נסיונות, אבער דאס איז דער ארויסרוף פון אונזער דור און מיר דארפן דאס נישט צוריקווארפן.

די וועלט איז ליידער נאכנישט אויסגעלייזט, די מענטשהייט ספראוועט זיך נאך מיט בארבארישע כוחות וואס פארטונקלען אויף איר עתיד, אבער וואס א פנים וועט עס האבן ווען מיר וועלן מחמת פחד אנטלויפן אין א מדבר, און זיך אפזאגן פון ציוויליזאציע? וואס א פנים וועט עס האבן ווען מיר וועלן זיך לאזן פון די פארביסענע חזיונות פון וועלטס-אנטיסעמיטן ווי בלעם בן בעור וואס ווינטשן זיך אויף אידן אז זיי זאלן תמיד פארבלייבן אן "עם לבדד ישכון"? אזא צוגאנג וואלט בעקיפין דערקלערט אז מיר גלייבן נישט אז ס'איז נאך דא א פינטעלע גוטס אויף דער וועלט.

קעגן די אנטיסעמיטישע ווערטער פון בלעם שטארן ארויס די ווערטער פונעם ליבן קעניג דוד, וועלכער האט געשלאסן פּאקטן מיט ארומיגע קעניגן, און האט אויסגערופן צו זיי: "הללו את ה' כל גוים, שבחוהו כל האומים – כי גבר עלינו חסדו..." ווען אידן וואוינען אין מדבר קענען זיי נישט אריינרעדן אין וועלטליכע אפערעס, אבער נאכדעם וואס "גאט האט מיט אונז געטון א חסד", ווען די גרעניצן פונעם לאנד שטייען פעסט און ס'גייט גוט פאר אידן, האט עס א פשט אויסצורופן צו די פעלקער ארום, לאמיר אינאיינעם לויבן גאט.

אין א וועלט וואו דער איד איז ארויסגעווארפן פון היסטאריע קען קיין ישעיה הנביא אויך נישט זיין, ווייל דער אוניווערסאליזם פון אן איזאלירט פאלק האט א נעבעכדיגע צורה. נאר ווען דאס פאלק זיצט אויף איר אייגענער ערד, און דער נאמען "ישראל" איז צוריק ערשינען אויף די אטלאסן וועלכע ווערן שטודירט אין די שולעס, קענען מיר ווייטער וועבן א המשך פון אונזער ווייטן עבר און זיך ווידער פאראייניגן מיט די הילכיגע ווערטער פון די אידישע נביאים. בלויז דעמאלט ווען אונזער נאציאנאלער חלום ווערט פארווירקליכט קענען מיר אנהייבן טראכטן וועגן פארווירקליכן אונזערע אוניווערסאלע חלומות.

דער אשכול פארמאגט 19 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר