א גוטן אייך חשוב'ע אידן. איך בין לייב מייזעלס. אריגינעל בין איך פונעם ראטן פארבאנד. אבער היינט בין איך ליידער אין שפיטאל, וואו איך גיב זיך אוועק לייב און לעבן אייך צו ראטעווען. צום ערשט האב איך זיך באקענט מיט קאווע שטיבל ווען עקספערימענטירער האט געשריבן א שרעקעדיגע מעשה צום בלאט. איך האב געקלערט, ווען מיין עקספערימענטירער טוט אן א שרעקעדיגע מעשה אויף מייזעלס לייב, שרייבט זי אויך באלד אויף א בלאט. נו, בין איך דאך א מחותן דא. איך וויל דא שרייבן איבער דאס לעבן אונטער די קאצענעלבויגן פון מיין עקספערימענטירער. דאס לעבן איז אבער קורץ, און צו דעת דארף מען רחמים.
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
שלום עליכם [tag]לייב מייזעלס[/tag], איך ווייס נישט פארוואס אבער עס איז מיר א גרויסע שמחה דיר צו האבן דא אויף ק"ש. עפעס זאגט מיר אז מיר וועלן נאך אסאך הנאה האבן פון דיר. איים סאו עקסייטעד.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
הוגה האט געשריבן:שלום עליכם [tag]לייב מייזעלס[/tag], איך ווייס נישט פארוואס אבער עס איז מיר א גרויסע שמחה דיר צו האבן דא אויף ק"ש. עפעס זאגט מיר אז מיר וועלן נאך אסאך הנאה האבן פון דיר. איים סאו עקסייטעד.
עקפערימענטירער האט געשריבן:שלום עליכם טייערע חברים. איך בין נישט קיין גאסט דא אין קאווע שטיבל, נאר צוליב א געוויסע סיבה דארף איך יעצט עפענען א נייע ניק. איך בין מבטיח אז איר וועט הנאה האבן פון מיר. ישר כח.
איך בין פון אייביג אהן געווען א שטיצער פון פרייע ווארט, האב איך מיך ב"ה געטראפן א פלאץ ווי צו ליינען און שרייבן אלץ וואס איז מיך איטרסארנט, און אויך באדערט מיך אסאך מאל אז געוויסע מענטשן שרייבן זאכן וואס זענען שטותים און די עולם גלייבט וויל מ'ווייסט נישט די פאקטן, האמיר דא א פלאץ ווי צו זאגן אונזער מיינאנג
א גיטען, איך בין ניי און איך האב מיר נישט קיין סאך וואס פארצושטעלן, איך בין ארויס פון כולל 3 - חדשים צירוק נאכען זיין דארט א צוויי יאר, איך האב לעצטענס באקימען אינטערנעט 24/6, און איך האב געטראפן דאס פלאטץ, איך האב הנאה דא,און איך וויל האבן די מעגליכקייט פון צייט צו צייט צו שרייבען עפעס, איך טראכט צו שרייבען פון דא און דארט זאכען וואס ציען מיין אינטערסע.
איך בין נישט קיין נייער חבר אין אונזער קהילה "קאווע שטיבל" נאר איך פיל פאר וויכטיג צו זיך רעגעסטרירן מיט די נאמען, כדי אז ווען עס קומט אויף סיי וועלעכע נושא וואס האט א שייכות מיט ניקלשבורג זאל איך קענען אונטער די נאמען איבער געבן וואס די בליק פון א ניקלשבורגער חסיד איז אויף די נושא, אן דארפן שרייבן איך האב געהערט פון מיין חבר אזוי ווי געעוויסע טוהן ביי זייער חסידות.
א ניקלעשבורגער וואס האט נישט וואס צו טיהן מיטן טאג אין ער זיכט וואס צו טהון אין איך האף אז דאס גייט מיר געבן חץ מזה אין לי מה לכתוב בקיצור איך וויל זיך אויף סיינן