שמערל האט געשריבן:אויב מיטן צענזור דא האלטן נאך אלס רובא דרובא אז צונעמען קינדער איז א רשעות, דאן וואס איז דער סברא אז צענזור איז דער גורם אויף רשעות? זעסט דאך אז עס האט גארנישט געשאדט.
ענדליך נאך א בלאט אהאלב פון פירקלערייען, ווען אלע טראלס האבן שוין אפגעענדיגט אויסגיסן זייער צואה, קען מען זיך נעמען רעדן צום זאך דא.
דער עולם האט טענות אויף קול דודי אז כאילו ער טשעפעט דא יעדן חרדי פערזענליך, מ'פייט שוין צוריק מיטן עם רופן א דפוק, שיקן צו אנדערע וועבסייטס, ווייל דא האבן זיינע ווערטער נישט קיין פלאץ. איך זע נישט פארוואס איינער זאל עס נעמען פערזענליך נאר אויב איז יענער פערזענליך געווען אינוואלווד, אדער געשטיצט, דאס צונעמען קינדער פון זייערע עלטערן. וואס געפעלט מיר די מערסטע איז ווי די אטאקירער ריאינפארסירן גענוי וואס קול דודי שרייבט, דאס צענזור, דאס אז איינער וואס איז פון "זיי" מעג מען זיין בלוט פארגיסן, אויף אזא איינעם איז קיין רחמנות נישט דא.
שמערל, און די אנדערע וואס האבן נישט פארשטאנען, קול דודי זאגט נישט אז צענזור איז די גורם פון די רשעות, נאר אז sunlight is the best disinfectant.
קול דודי האט געשריבן:די קשיא איז, פון ווי נעמט זיך דער שוידערליכן אכזריות ביי מענטשן לגבי אנדערע מענטשן? פון ווי נעמט זיך די שנאה צום ״אנדערן״, צי איינעם וואס איז (מער) נישט קיין חסידה-שר איד?
דער תירוץ דאכט זיך איז היפש פארצווייגט און איך וויל נישט יעצט אריינגיין און דעם. וואס איך וויל ארויסברענגען איז די וועג וואס מ׳קען עס, בדרך אפשר, אנהייבן פאררעכטן.
און איך גלייב אז ער רעדט נישט בעיקר פונעם צענזור דא מצד די מנהלים, נאר די זעלבסט צענזור וואס מענטשען האבן אויף זיך, די צענזור וואס לאזט נישט זאגן אין בית מדרש אז איך האלט אז אפילו א מחלל שבת האט מען נישט וואס אוועק צו נעמען זיינע רעכטן צו די קינדער, דאס אז יעדער אכשר דרא'דיגער פרומקייט גייט אן קיין שום התנגדות אפילו אויב רוב עולם איז דערגעגן, ווייל מענשען זעלבסט צענזורירן זיך, מ'וויל נישט הייסן דער קל, דער שגץ, לאזט מען די היץ קעפ פירן דעם עולם ביים נאז. צו דעם זאגט קול דודי איז די עצה יא צו זיין וואקאל, נישט צו דערשטיקן קיין אפאזיציע, ארויסברענגען זאכן אין די אפנקייט, זיי אויסשמועסן ווי נארמאלע מענטשען. דער דיאלאג זעלבסט, זען אז ס'איז דא א צווייטע צד, איינער מיט בלוט און פלייש, וואס על אף וואס איך קריג זיך מיט יענעם, אפילו איך האלט ער גייט פלאקערן אין גיהנום, אפילו אזוי איז ער א מענטש מיט רעכטן, א מענטש וואס מ'דארף הערן זיין צד.
יעצט קומט אלע שרייען צוזאמען פוי! אוועק, סדרן, קום מעקן, פעקי, תחת, בעלי-באטען!