יוסי גרין, פינקי וועבער און איצי וואלדנער

אלעס איבער דעם עולם המוזיק
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

יוסי גרין, פינקי וועבער און איצי וואלדנער

שליחה דורך moshav zekeinim »

ווען א חרדישער מוזיק ידען אין היינטצייטיגע נגינה וועט וועלן געבן א דוגמא פון א אידישער קאמפאוזער אין אמעריקא, וועט ער געווענליך אויפברענגען איינע פון די דריי דערמאנטע נעמען, יוסי גרין, פינקי און יצי וואלדנער.

עס איז זעלבסט פארשטענדליך אז די דריי זענען נישט די איינציגסטע חרדישע קאמפאוזערס אין אמעריקע, עס זענען פאראן נאך צענדליגע גאנץ פאפולערע קאמפאוזערס אין אמעריקא אויסער זיי, חסידישע, ליטווישע און מודערנע. א שטייגער ווי ר' יושע מענדלאוויטש פון קרית יואל (ואמר ביום ההוא), ר' יידל ווערצבערגער מלחין. בסאטמר, דוד קאופמאן פון קרית יואל (חיים), שלום עזרי-פרידמאן, וויזניץ ניו יארק (אחרון חביב, געניג שוין צרות געליטן), מרדכי בן דוד, ר' משה גאלדמאן ע"ה, הרב שמואל בראזיל (ויעזור ויגן, סלחתי, שלום עלכם), ראביי ברוך חייט (אברהם יגל), הישיש ר' בן ציון שענקער (קלאסישע חסידישע מוזיקאלישע ניגונים), שי"ר, מושי ווערצבערגער, ברוך לעווין, ועוד רבים וטובים וואס איך געדענק נישט יעצט אויף די מינוט. און זאלן מיר מוחל זיין די אלע וואס זענען ראוי צו דערמאנט ווערן אלס פאפולערער קאמפאוזערס און איך האב זיי נישט דערמאנט.

נאר וואס איז דער ספעשאלטי און צד השוה ביי די דריי?
דאס אז כמעט יעדער זינגער אין אמעריקע און זאגאר פון אנדערע מקומות איבער די וועלט ובמיוחד ארץ ישראל, וועט זיך ווענדן צו זיי מיט א ניגון פאר זייער בעפורשטייענדער אלבום. די דריי זענען ווי מ'זאגט די חרדישע אינטערנעשנל קאמפאוזערס אין אמעריקא וועלעכע האבן זיך ארויפגעדראפעט און אויסגעצייכנט צו קאמפאוזן נאך און נאך ניגונים וואס זינגער און קומזיץ פירער האבן ליב נאכצוזינגען און וואס עמך צוהערער האבן ליב צו הערן.

אונטרעסאנט איז. אז כאטש וואס אין ארץ ישראל און אין אנדערע מקומות איבער די ויעלט זענען אויך פאראן וועלטס בארימטע אינטערנעשנל קאמפאזיטארן, א שטייגער ווי משולם גרינבערגער, אליעזר קאליש, משה לאופער ועוד, זענען אבער די דריי פון אמעריקא אנדערש מיט דעם וואס זיי פארקויפן בדרך כלל נישט קיין ניגונים פון די פאליצע, נעמליך א ניגון וואס זיי האבן פארפאסט פון פריער, נאר זיי זעצן זיך אוועק מיטן זינגער און לויט יענעם'ס תחינת הנפש און זינגען פעאיגקייטן פארפאסן זיי דעם ניגון, און דאס אלעס, עפ"י רוב, זיצנדיג ביי א פיאנוי, אוועקשטעלנדיג די קארדס בשעת מעשה. וואס דער מהלך איז ווארשיינליך מיסודו פון יוסי גרין, דער עלטערער קאמפאוזער פון צווישן די דריי וואס האט אנגעהויבן מיט דער מהלך.

זעלבס פארשטענדליך, אז דער סטייל ביי די דריי איז נישט די זעלבע, אלע ציען טאקע צו א דראמאטישע זייט, אבער מיט א גענצליך אנדערע טעם, יוסי גרין מיט זיין פילפארביגקייט (אדרבא), פינקי מיט זיין ווארימקייט (רחם) און איצי מיט זיין פעענסיקייט (אשת חייל).

איז לאמיר טאקע צו נעמען דער סטייל און די ניגונים פון די דריי וועלט בארימטע קאמפאוזערס
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום moshav zekeinim, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
הרב_שלום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 247
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 13, 2012 3:23 pm
האט שוין געלייקט: 48 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל

שליחה דורך הרב_שלום »

וועלכע נוגינים האט איצי וואלדנער קאמפאזירט, א משפחה מיט שאולי וואלדנער?
http://amzn.to/1SLdXKv

ווען איר קויפט אויף עמעזאן דריקט די לינק אויבען און איינוועגס העלפט ארויס א משפחה פון קינדער
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

א ברודער
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

ער האט פארפאסט רצונינו לראות פון אברהם פריד, עת רקוד פון שוואקי, העכער פון שלמי טויסיג
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
ברוך שאמר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 379
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 10:55 pm
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 59 מאל

שליחה דורך ברוך שאמר »

moshav zekeinim האט געשריבן:ער האט פארפאסט רצונינו לראות פון אברהם פריד, עת רקוד פון שוואקי, העכער פון שלמי טויסיג

פינקי האט אבער פארפאסט ניגינים אין די שווערע הינדערטער אין וואלדנער ??????
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

א שיינע צאל ניגונים. איך מיין אז ער איז יונגער פון פינקי'ן און נאטורליך אריין שפעטער אין די ליין.

אויך פינקי אין פארגלייך צו יוסי האט א קליינע צאל ניגונים, ווייל יוסי איז אריין אין די ליין מיט 20 יאר פריער
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
לך לך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 339
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 2:51 pm
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל

שליחה דורך לך לך »

הרב_שלום האט געשריבן:וועלכע נוגינים האט איצי וואלדנער קאמפאזירט, ?
זייעעעער אסאך!!!!!
שוועקי'ס טעיפס זענען פיל מיט זיינע
זיין ברודער שאולי' האט אפאר פון איהם
באניצער אוואטאר
ודי למבין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 603
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 30, 2013 2:22 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

שליחה דורך ודי למבין »

איך האלט אז ליגן פינקי וועבער און וואלדנער אין איין אטעם מיט יוסי גרין איז א בושה. פינקי האט שוין פארפאסט אפאר נישט שלעכטע ניגונים און וואלדנער האט שוין פרובירט אפאר ניגונים. אבער יוסי גרין איז כמעט יעדע ניגון א סאליד סאנג און די אויסוואל וואס ער האט, די מיני ניגונים וואס ער האט פארפאסט איז נישט מעגליך צו פארגלייכן.
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

ער האט עס נישט געלייגט אין איין אטעם, מערקט די קאמע אינצווישן.
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
באניצער אוואטאר
ודי למבין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 603
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 30, 2013 2:22 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

שליחה דורך ודי למבין »

לאל... אבער יא געט די פוינט...
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

ווי איך האב שוין אויבן דעמאנט, האט יוסי האט אנגעהויבן מיט צוואנציג יאר פריער פון פינקי, און פארמאגט נאטורליך "היפש" מער רעקארדירטע ניגונים (בערך טויזנט). אויך איז אמת אז יוסי'ס ניגונים זענען פילפאכיג רייכער, קאלירפולער און גרעסער, ווי די קאמפיזאציעס פון די אנדערע צוויי.

אבער מיין פארגלייכן די דריי איז דערמיט וואס כהיום זענען זיי אלע כמעט גלייך אין די ביזנעס. סיי כלפי די אופן וויאזוי זיי פארפאסן דעם ניגון און סיי כלפי דער פארלאנג נאך זייערע ניגונים.

אבער באמת אז דו טראכסט אריין כלפי יוסי'ס קוואליטי. כאטש זיינע ניגונים זענען פילפאכיג רייכער און קאלירפולער. איז ער אבער פארט יוסי גרין, ער איז טאקע דער גרעסטער און געהויבנסטער, ער וועט מאכן ניגונים מיט אלע סארט ריחות, געווירצן, און קאלירן, ער וועט קריכן מיט זיינע טענער צו די פרעמסטע און ווייטסטע מקומות, אבער פארט, באהאלטן קען ער זיך נישט און איבער אלע ערליי פאנטאזיעס וועט ארויסשטארטן דער ריח פון יוסי'ן. ביי א ספרדישער על חומותיך, א ווישעווער ויתי לנא, א ראמאנטישער מודה אני אדון השלום, א פוילישער מה ידידות, א מעקסיקאנער ששון ושמחה, און צומאל א סימפל פריילעך והיה כנגן, אבער אלעס וועט שוועבן אינעם רעגן בויגן פון יוסי'ן, און זיך אויפהייבן למעלה מעולם הפשטות ואונטענטי.
איך וואלט גיזאגט בדרך צחות, אז "יוסי מאכט נישט קיין פארשידענע ניגונים", נאר "ער מאכט פארשידנארטיגע ניגונים פאר יוסי", און גאונט געט מי ראונג, א ניגון וואס ווערט יוסי איז גאר גוט, אבער, צו זאגן אז דער ניגון איז דאון טו ערד, כאילו עס הערט זיך ריין אטענטיש און אינעסנט ווי דער סטייל ניגון דארף זיין, איז מוגזם.

פינקי, און אפשר אויך וואלדנער דאגעגן, זיי פליען טאקע נישט אזוי ארום צו אלע ווינקלען פון מוזיק און אויך נישט אזוי ארויף איבער די ספערן פןן מוזיק, אבער האבן דערפאר א מעלה אז דער ניגון איז מער עכט, און ןוייניגיר דראמא, עס איז דארט במציאות. פענסי איז פננסי, געוויינט איז געוויינט.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

פינקי מאכט תנועות. ער איז דער קעניג אין תנועות. זיינס א ניגון באשטייט געווענליך פון איין גוטן קוועטש.
ווידעראום יאסי גרין מאכט "ניגונים", נישט בלויז "תנועות", ויחי ההבדל הגדול.
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

מה פתאום? ער בויט געהעריגע ניגונים, ער פליט טאקע נישט ארום צו אלע ערליי טענער ווי יוסי, ער זיצט מער וויניגער אויפן זעלבן סקעיל, אבער ער בויט א ניגון, נעם צ.ב. ליבי על חלליהם (מתיקות 4) אדער זכור ד' חבת ירושלים פון בערי וועבער, ווי מיט די זעלבע מיינער סקעיל ציט ער אן נאך און, און אלס גיט ער עפעס צו. און דאס גופא איז א קונס צו קענען אנהאלטן די געשפאנטקייט און עקסטאז מיט בלויז איין פלעיווער.

און יוסי ווידעראום, כאטש זיינע ניגונים באשטייען טאקע פון גאר אויסטערלישע תניעות צוזאמענגעפלאכטן פאכמאניש, זענען אבער די תניעות אויך נישט געווענליך זיינע תנועות נאר בעיקר א פאזל פון אלטע תניעות וואס ער ברענגט ארויס כפי צורך און לייגט ארויף זיין לאגא דערויף, דאס איז א ארטיסטישער קונס פון ערשטן קלאס, אבער זיין ספעציאליטעט באשטייט נישט פון בויען א ניגון פון בלויז נייע תניעות.
א ביישפיל איז דער אומפארגעסליכער אדרבא ניגון.
אדרבא תן בלבינו, שנראה כל אחד-איך האב געווארט און געווארט אין בעסמעדריש אין א ווינקל, וכו'
דער צווייטער מאל אדרבא ץן בליבינו שנראה כל אחד מעלת חברינו. דא גיט ער א טויש דעם ריכטונג צו אן א באקאנטער תניעה אין פארצייטישע גאליציאנע ניגונים. מיט א יוסי גרין קוועטש ביי מעלת חברינו, וואס לאזט איבער זיין חותם.
ולא ולא חסרונם- נו, טיפיקל קארליבאך.

דעם קומענדיגן פאל האט איר די ערשטע האלב אין ותערב פון ירמיה דמן (ארויס געקומען בערך דער זעלבער תקופה) און אין אנדערע אלטע ניגונים און נוסחאות. און אפשר אויך ביי די גמרא. און דער צווייטער האלב איז פון א וועלטס לכה דודי (מעגליך מעליץ) און אין אנדערע אלטע ניגונים. וואס בדרך אגב איז עס אויך דא אין א שפעטעריגע ניגון שיהי שיח שפתותינו (הערליך) וואס עמיצער פארקאש האט געמאכט פאר בעלז.

דער ערשטער טייל פונעם העכסטן פאל לא מצאינו אח במקרא, אבער דער צווייטער האלב קוקט מיר אויס באקאנט פון אלטע ניגונים, אבער סייווי איז עס נאר א נאך שלעפער פונעם ערשטן טייל.
דער לעצטער פאלן ווייס איך נישט.
אבער דאונט געט מי ראנג, דאס גופא צו מאכן א ניגון כחטובה אחת, מיט א המשך און מיט טעם, פון פרעמדע פעדערן, און מהפך זיין לבריה חדשה אינגאנצן איז מער פון א קונס.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
פארשפארט