פרנסה ביי אידן

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
טעלעפאן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 279
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 21, 2012 1:59 am
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 93 מאל

פרנסה ביי אידן

שליחה דורך טעלעפאן »

אין אן אנדערן אשכול האב איך באגעגנט צוויי ניקס וואס רעדן זיך אפ. איינער רעדט זיך אפ אז ער גייט ליידיג, בעת א צווייטער שרייבט אז ער האט לעת עתה נישט קיין געהעריגע ארבעט. וואס ברענגט מיך צו דעם פאלגענדן טעמע.

פאר איך גיי ווייטער, עס איז זיכער אז פרנסה קומט פונעם אויבערשטן. אבער דער רבוש״ע האט באשאפן א וועלט וואס פירט זיך ״דרך ארץ״.. איז מיט די השקפה אז א מענטש דארף טון זיין השתדלות (אחוץ א אמת׳ער בעל בטחון) לאמיר צוגיין צו מיין נקודה

איך האב עטליכע שאלות וואס וואונדערן מיך, און אפשר בין איך נאאיוו, אויב עמיצער קען מיך אויפקלערן...

פארוואס לערנט מען זיך נישט אנליין (אין די פרייע צייט וואס איר האט) א ארבעט וואס קען מאכן אסאך (אדער אפילו אביסל) געלט? ווי למשל Internet seo, מאכן apps, און אפילו ווייטער וויצב״ש עפענען א וועבסייט וואס ס׳איז דא געוואלדיגע איידיעס (איך האב אסאך איך וועל נאר אויסרעכענען איינס) למשל עפענען א גראפיקס קאמפאני פאר עדס אדער וועבסייטס וואס דו קענסט נעמען אינדיאנער וואס בעטן פאר די גאנצע זאך (אן עד) $50 און דו בעסט דערפאר $300. פארשטייט זיך אז דו מוזט שטיין אין טאפ אז ס׳זאל געלונגען

ס׳איז דא נאך אסאך איידיעס ועוד חזון למועד, פארקויפן ביי אידן געוויסע פראדוקטן וואס זענען נאכנישט אנגעקומען צו אונז

און דאס ברענגט די פאלגענדע תוצאה פון אז חסידישע אינגעלייט וואס זענען לכאורה פון די קלוגסטע מענטשן זאלן דארפן האבן ביליגע ארבעט (איך וויל דירעקט נישט אריינגיין אין ביישפילן)

אחוץ א מעשה וואס דא איז עוורידזש וועידזש 25-60,000 און אין פלעטבוש אדער קווינס איז עס 100-150,000. ס׳איז אמת אז זיי האבן מער הוצאות אבער פארוואס זאלן מיר עס נישט מאכן??


אודאי קומט עס אלעס צוריק צום פארמאכטן סיסטעם אבער לאמיר רעדן פונעם קום ועשה..
וואס זאל איך טון אז עס איז מיר נאך אלץ נישט בייגעפאלן אן אינטערשריפט. האסט עפעס? טעלעפאניר מיר
דעינעש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 377
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל

שליחה דורך דעינעש »

טעלעפאן האט געשריבן:...
עס איז זיכער אז פרנסה קומט פונעם אויבערשטן. אבער דער רבוש״ע האט באשאפן א וועלט וואס פירט זיך ״דרך ארץ״.. איז מיט די השקפה אז א מענטש דארף טון זיין השתדלות (אחוץ א אמת׳ער בעל בטחון) לאמיר צוגיין צו מיין נקודה

...
אבער לאמיר רעדן פונעם קום ועשה..

הוי...! וויפיל אידן קענען ניצן חיזוק אין דעם ענין,

א וויכטיגע נושא, ווי מען קען\דארף אסאך אויפטוען.
טעלעפאן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 279
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 21, 2012 1:59 am
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 93 מאל

שליחה דורך טעלעפאן »

נו לאמיר טוהן, איך בין גרייט צו העלפן דא מיט איידיעס-געדאנקען
וואס זאל איך טון אז עס איז מיר נאך אלץ נישט בייגעפאלן אן אינטערשריפט. האסט עפעס? טעלעפאניר מיר
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

Re: פרנסה ביי אידן

שליחה דורך איחוד פעלד »

די אלע איידיעס זענען נישט ווערט קיין סאך. נישט יעדער קען זיין א ענטריפינאר, און פארדינען געלט דורך האנדלען וואנדלען. די וואס יא זענען פארדינערס ממילא, און דארפען נישט דיינע עצות, און די וואס נישט וועלען דיך נאר געבען תירוצים פארוואס ער קען עס נישט טוהן.
אלזא, אז מען וויל אויף טוהן פאר פרנסה דארף מען שיקען דער עולם אין קאלעדזש זיך לערנען עפעס, אזוי ער זאל קענען האבען א פרנסה דורעך א דזאב געהעריג.

Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android
town1
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 249
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 23, 2012 7:04 pm
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל

שליחה דורך town1 »

איחוד פעלד האט געשריבן:די אלע איידיעס זענען נישט ווערט קיין סאך. נישט יעדער קען זיין א ענטריפינאר, און פארדינען געלט דורך האנדלען וואנדלען. די וואס יא זענען פארדינערס ממילא, און דארפען נישט דיינע עצות, און די וואס נישט וועלען דיך נאר געבען תירוצים פארוואס ער קען עס נישט טוהן.
אלזא, אז מען וויל אויף טוהן פאר פרנסה דארף מען שיקען דער עולם אין קאלעדזש זיך לערנען עפעס, אזוי ער זאל קענען האבען א פרנסה דורעך א דזאב געהעריג.

Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android

און קאלעדזש טאר א איד נישט גיין, אויב ווילסטו דיך לערנען א פאך ווי למשל קאמפיוטער קענסו גיין צו דזשעי- טעק
http://jtechcenter.com/
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

town1 האט געשריבן:
איחוד פעלד האט געשריבן:די אלע איידיעס זענען נישט ווערט קיין סאך. נישט יעדער קען זיין א ענטריפינאר, און פארדינען געלט דורך האנדלען וואנדלען. די וואס יא זענען פארדינערס ממילא, און דארפען נישט דיינע עצות, און די וואס נישט וועלען דיך נאר געבען תירוצים פארוואס ער קען עס נישט טוהן.
אלזא, אז מען וויל אויף טוהן פאר פרנסה דארף מען שיקען דער עולם אין קאלעדזש זיך לערנען עפעס, אזוי ער זאל קענען האבען א פרנסה דורעך א דזאב געהעריג.

Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android

און קאלעדזש טאר א איד נישט גיין, אויב ווילסטו דיך לערנען א פאך ווי למשל קאמפיוטער קענסו גיין צו דזשעי- טעק
http://jtechcenter.com/


ילמדינו רבינו, פארוואס טאר א איד נישט דיין אין קאלעזש?
town1
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 249
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 23, 2012 7:04 pm
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל

שליחה דורך town1 »

ווייל א קאלעדזש ברעגט צו, צו מכשולות
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

שליחה דורך ידען »

איך מיין אז מע מיינט מיך פון די 2 ניקס וואס האבן געשריבן וועגן צייט און פרנסה.

איך האב יעצט א פארט טיים זשאב און מיין ווייב ארבעט אויך עפעס אבער איך מיז זיכען עפעס בעסער ווי שנעלער. שוין לא ג געוואלט מאכן א אשכול וועגן דעם און ישר כח פאר טעלעפאן פארן טוהן למעשה.

אויב מעג איך בעטן, אביסל מער מסביר זיין וואס דו מיינסט וייל איך האב כמעט נישט פארשטאנען.
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
zamel
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 101
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 2:24 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

שליחה דורך zamel »

מיינע ארימע צוויי סענט
בנוגע זיך לערנען א פאך איז זייער שווער צו זאגן אז דאס איז די גליק, איך ווייס אז מענטשען וועלן אנהייבן קרומען אויף מיין מיינונג ממילא וועל איך מיך אביסל מסביר זיין, א אינגערמאן גייט זיך לערנען אקאנטינג, איז זיין פלאן צו ווערן אן ארבייטער ביי יענעם? יא ער וועט אפשר אנהייבן מיט א גרעסערע וועידזש ווי איינער וואס קען גארנישט, אבער לעומת זה האט ער אפאר יאר פארבראכט מיטן זיך לערנען, און נאכמער דער יונגערמאן וואס איז געגאנגען גראד ארבייטען האלט שוין יעצט ביי דריי יאר ארבייטען, מיט דריי רעיסעס פון די לעצטע דריי יאר האלט ער געווענליך ביי די זעלבע וועידזש ווי דער באקקיפער הייבט אן, ווידער אום אויב איז זיין פלאן צו עפענען א פירם פון אקאנטינג, קען ער עס טאן פונקט אזוי אן לייסענס און הייערן מענטשען מיט לייסענס, אדער אנשטאט זיך מוטשען דריי יאר צו לערנען א פאך און דערנאך אנהייבן בויען א ביזנעסס וואס געדויערט נאך דריי יאר צו שטעלן אויף די פוס, הייב אן גלייך א ביזנעס און מוטשע דיך נאר דריי יאר אנשטאט זעקס.

וויטער בנוגע פראגראמינג איז אביסל אנדערש ווייל ווי פיל די זאלסט דיך נאך לערנען איז יעדן טאג דא חידושים וואס די וועסט עני וועיס מוזען אריינלייגען שעות אין לערנען אפילו נאכן זיך לערנען די ערשטע מאל, און נאכמער זייער ווייניג פראגראמערס האבן מצליח געוועל אלס בעל הבית פון א פורמע, עס איז זייער שווער צו זיין די קאודער און אויך די זעלבע מענטש צו בעטן געלט, און ווי אויך צו זיין ביזי זוכען קאסטומערס, מאכן משוגעתן פאר יעדען קאסטומער באזינדער, ווייטער זיין אן ארבעטער ביי יענעם איז פונקט ווי אויבן געשריבן מיט די וועידזעס.

האלט איר אנדערש??? אדרבה לאמיר עס דיבעיטען, איך קאן באשטיין צו זיין נישט גערעכט :oops:

לסיומא דמילתא האב איך אפאר חבירים וואס ארבעטען ביי גרויסע קאמפאניעס אויף פיינע וועידזעשס וואס ווען זיי זענען אריין האבן זיי ניש געוויסט וואס א חילוק צווישן א מייזל אויף דער ערד און א מייזל ביים קומפיוטער.

בלייבט נאר איבער צו וואונטשען אז דער פון אויבן זאל ממלא זיין יעדענס שאיפות און מען זאל מצליח זיין און אלע געשעפטן וואס מען טוט.
טעלעפאן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 279
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 21, 2012 1:59 am
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 93 מאל

שליחה דורך טעלעפאן »

ידען האט געשריבן:איך מיין אז מע מיינט מיך פון די 2 ניקס וואס האבן געשריבן וועגן צייט און פרנסה.

איך האב יעצט א פארט טיים זשאב און מיין ווייב ארבעט אויך עפעס אבער איך מיז זיכען עפעס בעסער ווי שנעלער. שוין לא ג געוואלט מאכן א אשכול וועגן דעם און ישר כח פאר טעלעפאן פארן טוהן למעשה.

אויב מעג איך בעטן, אביסל מער מסביר זיין וואס דו מיינסט וייל איך האב כמעט נישט פארשטאנען.



פארוואס זוכסטו נישט? איך וואלט געוואלט וויסן

וואס וואלסטו געוואלט איך זאל מער מסביר זיין?
וואס זאל איך טון אז עס איז מיר נאך אלץ נישט בייגעפאלן אן אינטערשריפט. האסט עפעס? טעלעפאניר מיר
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

אויך צו דעם איז דער סיסטעם שולדיק...

דער עולם החסידות (ב"פ, וומ"ס, ק"י, מאנסי) שפייט אויס יערליך כל הפחות טויזענט פרישע יונגעלייט יעדעס יאר, אויב נישט מער.

מיעוט דמיעוטא הייבען אן ארבעטן בעוד מועד, ווען דער קאסטן איז נאך ווייניג נישט דא קיין קינדער און שטוב, עכ"פ די הוצאות זענען נאך קליין. מיט דער צייט ארבעט ער זיך ארויף ווערט מער און מער עקספיריענס, איז ווען ער האט שוין א שטוב איז ער שוין מער ווייניגער סטעיבל, אפילו ער דארף טוישען דזשאבס האט ער שוין ביז דאן גערעט מיט מענטשן ממילא ווייסט ער בעסער ווי אזוי אנצוגיין ווייטער.

רוב רובם זעצן זיך אין כולל, ביז מ'ווערט ארויס געצווינגען צו גיין ארבעטן, וואס ביי דער צייט וואס מ'דארף שוין זיין סטעיבל הייבט ער ערשט אן פון אל"ף. ער ווערט פאר'דאגה'ט און מיואש, ער מוטשעט זיך זייער שווער.

ווי געזאגט טויזענט יוגעלייט, נו, וויפיל פרנסות שטעלט דער עולם החסידות צו? גיין שטודירען? חלילה.
וואס בלייבט איבער? אמת ס'נאך איבערגעבליבען די והותר אלע סארט דזשאבס, אבער נישט די סארט וואס ממאכט דער גרויס געלט. איז טאקע דערפאר אין פראצענט דארף מען ארבעטן אין שוויצען.

אין דער עיקר איז אויב מאכסטו אביסל מער וואס די ברויכסט לערן דיך אויס אוועק צו לייגען, ספענד נישט, די הייבסט יעצט אן דיין לעבן, די גייסט אמאל ערנסט דארפן דער געלט, פארוואס ווארפסטו דאס אויס אויף דברים של מה בכך?

ס'דא שנה שלשה'ניקס וואס מאכען סאך ווינציגער געלט ווי מיר, און פארען מיט טייערע קארס און ווארפן זיך מיט דער געלט. דער יונגערמאן רעדט זיך איין ער איז פעסט, ער באווייזט זיך צו דעם און צו יענעם, איך פרעזענדליך האב שטארק רחמנות אויף די סארט מענטשען.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
טעלעפאן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 279
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 21, 2012 1:59 am
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 93 מאל

שליחה דורך טעלעפאן »

town1 האט געשריבן:
איחוד פעלד האט געשריבן:די אלע איידיעס זענען נישט ווערט קיין סאך. נישט יעדער קען זיין א ענטריפינאר, און פארדינען געלט דורך האנדלען וואנדלען. די וואס יא זענען פארדינערס ממילא, און דארפען נישט דיינע עצות, און די וואס נישט וועלען דיך נאר געבען תירוצים פארוואס ער קען עס נישט טוהן.
אלזא, אז מען וויל אויף טוהן פאר פרנסה דארף מען שיקען דער עולם אין קאלעדזש זיך לערנען עפעס, אזוי ער זאל קענען האבען א פרנסה דורעך א דזאב געהעריג.

Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android

און קאלעדזש טאר א איד נישט גיין, אויב ווילסטו דיך לערנען א פאך ווי למשל קאמפיוטער קענסו גיין צו דזשעי- טעק
http://jtechcenter.com/



און אויך אונליין קען מען זיך לערנען. איז רעד נישט קיין שטותים, די געלעגנהייט צו לערנען איז דא

איך פארשטיי אז נישט יעדער קען פירן א ביזנעס, אבער פארוואס אזא קליינע פראצענט? און די וואס ווילן שוין יא ווייסן נישט וואו אנצוהייבן און דער אפעטיט פארגייט זיי. דער סיסטעם האט א שטיקל יד דא
וואס זאל איך טון אז עס איז מיר נאך אלץ נישט בייגעפאלן אן אינטערשריפט. האסט עפעס? טעלעפאניר מיר
טעלעפאן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 279
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 21, 2012 1:59 am
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 93 מאל

שליחה דורך טעלעפאן »

zamel האט געשריבן:מיינע ארימע צוויי סענט
בנוגע זיך לערנען א פאך איז זייער שווער צו זאגן אז דאס איז די גליק, איך ווייס אז מענטשען וועלן אנהייבן קרומען אויף מיין מיינונג ממילא וועל איך מיך אביסל מסביר זיין, א אינגערמאן גייט זיך לערנען אקאנטינג, איז זיין פלאן צו ווערן אן ארבייטער ביי יענעם? יא ער וועט אפשר אנהייבן מיט א גרעסערע וועידזש ווי איינער וואס קען גארנישט, אבער לעומת זה האט ער אפאר יאר פארבראכט מיטן זיך לערנען, און נאכמער דער יונגערמאן וואס איז געגאנגען גראד ארבייטען האלט שוין יעצט ביי דריי יאר ארבייטען, מיט דריי רעיסעס פון די לעצטע דריי יאר האלט ער געווענליך ביי די זעלבע וועידזש ווי דער באקקיפער הייבט אן, ווידער אום אויב איז זיין פלאן צו עפענען א פירם פון אקאנטינג, קען ער עס טאן פונקט אזוי אן לייסענס און הייערן מענטשען מיט לייסענס, אדער אנשטאט זיך מוטשען דריי יאר צו לערנען א פאך און דערנאך אנהייבן בויען א ביזנעסס וואס געדויערט נאך דריי יאר צו שטעלן אויף די פוס, הייב אן גלייך א ביזנעס און מוטשע דיך נאר דריי יאר אנשטאט זעקס.

וויטער בנוגע פראגראמינג איז אביסל אנדערש ווייל ווי פיל די זאלסט דיך נאך לערנען איז יעדן טאג דא חידושים וואס די וועסט עני וועיס מוזען אריינלייגען שעות אין לערנען אפילו נאכן זיך לערנען די ערשטע מאל, און נאכמער זייער ווייניג פראגראמערס האבן מצליח געוועל אלס בעל הבית פון א פורמע, עס איז זייער שווער צו זיין די קאודער און אויך די זעלבע מענטש צו בעטן געלט, און ווי אויך צו זיין ביזי זוכען קאסטומערס, מאכן משוגעתן פאר יעדען קאסטומער באזינדער, ווייטער זיין אן ארבעטער ביי יענעם איז פונקט ווי אויבן געשריבן מיט די וועידזעס.

האלט איר אנדערש??? אדרבה לאמיר עס דיבעיטען, איך קאן באשטיין צו זיין נישט גערעכט :oops:

לסיומא דמילתא האב איך אפאר חבירים וואס ארבעטען ביי גרויסע קאמפאניעס אויף פיינע וועידזעשס וואס ווען זיי זענען אריין האבן זיי ניש געוויסט וואס א חילוק צווישן א מייזל אויף דער ערד און א מייזל ביים קומפיוטער.

בלייבט נאר איבער צו וואונטשען אז דער פון אויבן זאל ממלא זיין יעדענס שאיפות און מען זאל מצליח זיין און אלע געשעפטן וואס מען טוט.


איך קוק עס אן אזוי; עס זענען דא די וואס זענען מצליח אויף אן אבנארמאלן אופן און ליידער אויך פארקערט. אויף די זאכן קענען מיר נישט אריינרעדן מיר ווייסן נישט דעם רבוש״ע׳ס חשבונות

יעצט בנוגע אקאונטינג, זאל ער אלץ חתן זיך אנהייבן לערנען מיט א פעסטקייט, און עס האבן אין די האנט. דאס איז פאר די וואס האלטן נישט ביים אליין אריינגיין אין א ביזנעס, טא פארוואס זאל ער ארבעטן פאר פעניס ווען ער קען ארבעטן פאר א בעה״ב און פארדינען עפעס גרעסערס?
און אויב האט ער א חוש צו זיין א בעה״ב קען ער עפענען זיין אייגענע אקאונטינג פירמע און מאכן שיין פרנסה!


דאס זעלבע לגבי פראגראמינג. גערעכט ס׳איז נישט קיין מיליאן דאללער ביזנעס אבער בעסער ווי א ביליגע ארבעט וואס יעדער קען טאן און פאדערט נישט קיין טאלאנט.
וואס זאל איך טון אז עס איז מיר נאך אלץ נישט בייגעפאלן אן אינטערשריפט. האסט עפעס? טעלעפאניר מיר
טעלעפאן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 279
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 21, 2012 1:59 am
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 93 מאל

שליחה דורך טעלעפאן »

איך וואלט געוואלט ארויסברענגען עטליכע נקודות וואס איך האב פארגעסן צו שרייבן אנפאנג אשכול

שלום בית העלפט שטארק צו צו הצלחה אין פרנסה.

פסל׳ט נישט אייערע קינדער׳ס טאלאנטן. און ווען ער ״האט נישט וואס צו טון״, קויפטס אים א טרעינינג ביכל פון סיי וואס ער האט ליב, און דאס זאל ער טון אין זיין ליידיגע צייט. אזוי קומט ער כאטש מיט עפעס

חלומ׳ט אנצוקומען צו די לבנה וועט איר כאטש דערגרייכן די שטערן. אודאי נישט חלומ׳ן פוסטע פאנטאזיעס, אבער איך האלט אז מען דארף ״טראכטן גרויס״ און אלץ קוקן-זוכן אויף בעסערע געלעגנהייטן. ודו״ק כי קרצתי מאוד (און נישט כאפן קיין הייסע לאקשן...)

אינוועסטן געלט איז א עקסטערער שמועס.. ועוד חזון למועד
וואס זאל איך טון אז עס איז מיר נאך אלץ נישט בייגעפאלן אן אינטערשריפט. האסט עפעס? טעלעפאניר מיר
באניצער אוואטאר
קליינע רעבעלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 140
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 19, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל

שליחה דורך קליינע רעבעלע »

מיין מיינוג אלטס אין חכם כבעל הנסיון. פאר מען גייט אינוועסטירן אין א גשעפעט זאל מען ארבעטן עטליכע יארן ביי א צווייטן פשוט צי באקימען דע עקספיריענס
ווייל אז נישט איז כמעט ברור אז די גייסט אראפ פלאשען דע געלט
בעסער פין מיר איז א פרימאק - ווייניגער ווי מיר איז א שייגעץ
באניצער אוואטאר
לאדיך אפ
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 660
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 220 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 241 מאל

שליחה דורך לאדיך אפ »

town1 האט געשריבן:ווייל א קאלעדזש ברעגט צו, צו מכשולות

צו וועלכע מכשולות?
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

לאדיך אפ האט געשריבן:
town1 האט געשריבן:ווייל א קאלעדזש ברעגט צו, צו מכשולות

צו וועלכע מכשולות?

וואס הייסט? דארט לערענט מען אויס אז די וועלט איז רינדעכיג (עפ"ל).
משולם שטיינפעלד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 975
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 5:48 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך משולם שטיינפעלד »

טעלעפאן האט געשריבן:אחוץ א מעשה וואס דא איז עוורידזש וועידזש 25-60,000 און אין פלעטבוש אדער קווינס איז עס 100-150,000. ס׳איז אמת אז זיי האבן מער הוצאות אבער פארוואס זאלן מיר עס נישט מאכן??


די פלעטבוש און קווינסער פארדינסטן זענען באזירט אויף???
הרב_שלום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 247
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 13, 2012 3:23 pm
האט שוין געלייקט: 48 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל

שליחה דורך הרב_שלום »

More jobs can be found at these websites
www.luach.com 
www.oujobs.org 
www.jtechcenter.com/career-classifieds
http://amzn.to/1SLdXKv

ווען איר קויפט אויף עמעזאן דריקט די לינק אויבען און איינוועגס העלפט ארויס א משפחה פון קינדער
טעלעפאן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 279
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 21, 2012 1:59 am
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 93 מאל

שליחה דורך טעלעפאן »

משולם שטיינפעלד האט געשריבן:
טעלעפאן האט געשריבן:אחוץ א מעשה וואס דא איז עוורידזש וועידזש 25-60,000 און אין פלעטבוש אדער קווינס איז עס 100-150,000. ס׳איז אמת אז זיי האבן מער הוצאות אבער פארוואס זאלן מיר עס נישט מאכן??


די פלעטבוש און קווינסער פארדינסטן זענען באזירט אויף???


חברים וואס טוען קאמיוניטי ווארק אין די געגנטער
וואס זאל איך טון אז עס איז מיר נאך אלץ נישט בייגעפאלן אן אינטערשריפט. האסט עפעס? טעלעפאניר מיר
באניצער אוואטאר
נס קאווע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 411
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 07, 2012 5:56 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 34 מאל

שליחה דורך נס קאווע »

משולם שטיינפעלד האט געשריבן:
טעלעפאן האט געשריבן:אחוץ א מעשה וואס דא איז עוורידזש וועידזש 25-60,000 און אין פלעטבוש אדער קווינס איז עס 100-150,000. ס׳איז אמת אז זיי האבן מער הוצאות אבער פארוואס זאלן מיר עס נישט מאכן??


די פלעטבוש און קווינסער פארדינסטן זענען באזירט אויף???

ארבייט וואס מען דארף האבן א קאלעדזש דעגרי
(אפילו עס איז דא פון זיי אויך וואס ארבייטן אין בי ענד עיטש פאר די זעלבע וועידזש ווי אונזער היימישע יונגעלייט און מוזן דרייון א בענטלי)
אגב איין זאך וואס אונז מעג מיר זיך יא אויסלערנען איז אויסצו שטעלן נארמאל א רעזומעי ס' הייסט אז א נישט היימישער וואס פארקויפט נישט גארנישט באקומט א בעסערע דזשאב ווי א היימישער וואס קאלט אריין פאר א דזשאב (נישט קאנפירמד) א רעזומעי איז א מוז אפילו אהן עדיוקעישאן
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אדרבה, מר. נס-קאווע.
גיב אונז א שיעור אין הל' רעזומעי.

קען מען דאס אליינס מאכן? אדער מוז מען גיין צו א פראפעשאנעל?,
אויב יא, וואס קען דער פראפעשאנעל טון מער ווי דער יחיד?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
קאנצעפט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 24, 2012 7:20 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל

שליחה דורך קאנצעפט »

נס קאווע האט געשריבן: אגב איין זאך וואס אונז מעג מיר זיך יא אויסלערנען איז אויסצו שטעלן נארמאל א רעזומעי ס' הייסט אז א נישט היימישער וואס פארקויפט נישט גארנישט באקומט א בעסערע דזשאב ווי א היימישער וואס קאלט אריין פאר א דזשאב (נישט קאנפירמד) א רעזומעי איז א מוז אפילו אהן עדיוקעישאן


שלום עליכם.

א "רעזומעי" איז מער געמאכט פאר די גרויסע ביזנעסער וואס באקומען צענדליגע אפליקאציעס א טאג, אוואו א חסיד'ישע אינגערמאן האט סייווי נישט קיין גרויסע שאנסן אנצוקומען, (צוליב חוסר דעגרי וכו').

איך האב ב"ה פאר מיר א שטיקל ביזנעס, און כ'האב שוין באקומען אסאך אפליקאציעס - פון גוי'אישע פראפעסיאנאלן אויך - און כ'האב זיך איבערצייגט אז געווענדליך זענען די רעזומעי'ס קרעפ... מער גלאנציג ווי אמת, למעשה האב איך געהייערט מענטשן נאכן רעדן צו זיי און דערשמעקן אז דא רעדט זיך פון א גוט פישל.

קאלעדזש איז לעפנ"ד זייער א גוטע זאך, אבער ס'איז א סכנה פאר די תמימות פון א חסיד'ישע אינגערמאן וואס ווייסט נישט וויאזוי צו עסן די וועלט מיט אינפארמאציע וואס ער באקומט דארט טעגליך. כ'האב אפאר חברים וואס זענען פארפאלן געווארן פון אידישקייט (אינגאנצן, צו נאר פון אינעווייניג) און ס'האט זיך אנגעהויבן ביים גיין אין קאלעדזש... יעדן טאג האבן זיי געהאט נאך קשיות אויך די גאנצע וועלט, ביז די "סייענס" (אדער די פריינד/פריינדינעס) האט זיי אינגאצן פארשלעפט.
פארשפארט