אסיפת הרבנים אין די יעצטיגע מינוטן

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
HotCoffee
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 137
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 12, 2014 9:54 am
האט שוין געלייקט: 627 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 75 מאל

Re: אסיפות הרבנים און די יעצטיגע מינוטן

שליחה דורך HotCoffee »

יצמחפרקני האט געשריבן:
ראשעקאל האט געשריבן:
בר דעת האט געשריבן:ליינט די איד איבער די אסיפה, גרויליג איז אן אונטערשאצונג

קענסט עס דא ארויפשטעלען?

קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס הייסט עס "היסטארישע"? אפשר וויל עס באלאנגט צו די אלטע היסטארי?
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

שנעלערהייט זעה איך נישט די גרויליקייט פונעם איד דא.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

נישטא ווער ס'זאל לאכן

שליחה דורך גאנצל »

איך באמערק דא צווישן די שורות אין דער איד אז ר' אברהם בער האט אויפגעשטעלעט די דאמסי דירות מט זיין ברודער ר' דוד לייבוש "לטובת הציבור" בושה איכה ?

זעיט אויס די צבור אין וומ"ס באשטייט פון די צוויי יאקאבאוויטש ברודער .......... ווייל לטובת זיי איז עס זיכער
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

איינער דא קען לשון הקודש? די 8 חותמים זיכער נישט
הנה כבר כתבנו ושנינו ושלשנו בדבר החוב להרחיב גבולי עירינו ולהתקדם בשטחים מחוץ לגבולי עירינו לבנות לאנ"ש ומכש"כ במקום שכבר דרים אחב"י במציאות הקיים למכור ולהשכיר דירות אך ורק לאחב"י.

שרעקליך פארגרייזט, בפרט ווען איר טייטשט איבער אין אידיש
אט האמיר שוין געשריבן און געדאפעלט און געטריפעלט (קען איינער אפיר קראצען די פריערדיגע דריי קול קורא'ס בדבר החוב להרחיב גבולי עירינו??) וועגן די פליכט צו פארברייטערן די גרעניצען (רעדט צו די מעיאר ער זאל טוישען די נאמען פון בושוויק צו וויליאמסבורג) פון אונזער שטאט (אה, ס'דיין שטאט? סאו פארברייט די גרעניץ.. לאמיר זעהן וואס דו קענסט) צו בויען פאר אונזערע מענטשען (בקיצור עס ליגט א חוב אויף יעדעם צו בויען הייזער אין וויליאמסבורג) און פארשטייט זיך אין פלאץ וואס עס וואוינען שוין דארט אידישע ברידער אינעם איצטיגען פאקט (וואס?) צו פארקויפען און פארדינגען דירות בלויז נאר פאר אידישע ברידער.

ריכטיגע נוסח האט געזאלט זיין:
כבר פרסמנו בעבר קול קורא לאחב"י שיש להם בתים וקרקעות בתוך גבולי וויליאמסבורג ומחוצה לה מסביב, שלטובת הציבור, ימכרו וישכירו את בתיהם אך ורק לאחב"י.
Under influence
HotCoffee
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 137
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 12, 2014 9:54 am
האט שוין געלייקט: 627 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 75 מאל

שליחה דורך HotCoffee »

קאווע טרינקער האט געשריבן:איינער דא קען לשון הקודש? די 8 חותמים זיכער נישט
הנה כבר כתבנו ושנינו ושלשנו בדבר החוב להרחיב גבולי עירינו ולהתקדם בשטחים מחוץ לגבולי עירינו לבנות לאנ"ש ומכש"כ במקום שכבר דרים אחב"י במציאות הקיים למכור ולהשכיר דירות אך ורק לאחב"י.

שרעקליך פארגרייזט, בפרט ווען איר טייטשט איבער אין אידיש
אט האמיר שוין געשריבן און געדאפעלט און געטריפעלט (קען איינער אפיר קראצען די פריערדיגע דריי קול קורא'ס בדבר החוב להרחיב גבולי עירינו??) וועגן די פליכט צו פארברייטערן די גרעניצען (רעדט צו די מעיאר ער זאל טוישען די נאמען פון בושוויק צו וויליאמסבורג) פון אונזער שטאט (אה, ס'דיין שטאט? סאו פארברייט די גרעניץ.. לאמיר זעהן וואס דו קענסט) צו בויען פאר אונזערע מענטשען (בקיצור עס ליגט א חוב אויף יעדעם צו בויען הייזער אין וויליאמסבורג) און פארשטייט זיך אין פלאץ וואס עס וואוינען שוין דארט אידישע ברידער אינעם איצטיגען פאקט (וואס?) צו פארקויפען און פארדינגען דירות בלויז נאר פאר אידישע ברידער.

ריכטיגע נוסח האט געזאלט זיין:
כבר פרסמנו בעבר קול קורא לאחב"י שיש להם בתים וקרקעות בתוך גבולי וויליאמסבורג ומחוצה לה מסביב, שלטובת הציבור, ימכרו וישכירו את בתיהם אך ורק לאחב"י.

וואס נאך ווילסטו זיי זאלן קענען?
ווי מער ווערטער געשריבן, אלץ גרעסער איז די "היסטארישער מצב"...
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

איז עס אויסגעהאלטן לעגאל אז א גאנצע קאמיוניטי זאל collude'ן נישט צו פארקויפן נאר פאר אידן? איז עס עטיש? איך פרעג. איין זאך איז זיכער בלי שום ספק, די מידיע גייט מאכן צימעס דערפון.

לעצם הענין איז דער גאנצע זאך א חוכא וטלולא. די סאלאשען איז נישט דאס און איז אויך נישט צו בויען נייע אידישע געגנטער, דאס איז גוט פאר א באנדאזש אבער עס היילט נישט אויס די מחלה. אבל מה נעשה אז קיינער פון די פירער און באטייליגער פון דער היסטארישע אסיפה ווייסט וואס מיינט thinking out of the box.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: אסיפות הרבנים און די יעצטיגע מינוטן

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

נישט וועגען נישט קענען טראכטען. דו פארשטייסט נישט די אינטערעסען דא? יעדער רעבעלע האט אינוועסטירט אין זיין שטיבעל. אז דער עולם מופט אוועק, וואס וועט ער טוהן? איינער וועט איהם איינלאדען מיטצוקומען? די מוסדות האבען שווערע מיליונען אינוועסטירט דא. ברגע מ'טרעפט א ברירה, ליידיגט זיך אויס וומסב''ג פונקט ווי קראון הייטס, דער איסט סייד און בראונזוויל. ולא נודע כי באו אל קרבנה. מ'וועט ניטאמאל פארלירען געלט ביים אוועק מופען ווייל די ארטיסטען וועלען פאר אלס באצאלען. נאר מוסדות נישט ווייל זיי האבען נישט וואס צו טוהן דערמיט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

שליחה דורך petergrifin »

הוגה האט געשריבן:איז עס אויסגעהאלטן לעגאל אז א גאנצע קאמיוניטי זאל collude'ן נישט צו פארקויפן נאר פאר אידן? איז עס עטיש? איך פרעג. איין זאך איז זיכער בלי שום ספק, די מידיע גייט מאכן צימעס דערפון.


גארנישט ראנג צו פרובירן האלטן א געגנט אזוי װי עס איז. כסדר לאזן זיך די אײנװאוינער פון הארלעם, בושװיק, און אין די בראנקס הערן
אז די װײסע פארמעגליכע נעמען עס איבער און מען שטופט זײ ארויס. סײ שװארצע און היספאנישע, לאטינאס שרײען דערװעגן. נאר װאס
ס׳איז NYC אזוי איז אלעמאל געװען געגענטער טוישען זיך פרעג נאר די איטאליענער.
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

פון וועלכע "ווינקל " רעדט ער אז מ'קען בויען 2000 דירות? מיינט ער סערטפייד לאמבער? און וואס שרייבן זיי וועגן ספענסער צווישן ווילאבי און דיקאלב, יענע גאס איז דאך שוין באוואינט מיט גוים, טא ווי וויל מען אז אידישע קינדער זאלן אהינגיין וואינען?
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

כ'האב געהערט א ווארט דא און א ווארט דארט און זאכן הייבן אן צו מאכן סענס.

מנחם גרשון לעבאוויטש פראבירט צו העלפן אז ווי מער דירות זאלן זיין אוועילעבל אין וויליאמסבורג. ער ארבעט שוין א שטיק צייט אויף דעם און לעצטענס האט ער אפגעקויפט קעסקעיט ווי מ'גייט בויען עטליכע הונדרעט דירות. אמת, ער דערלייגט נישט קיין געלט מיט זיין פראזשעקט אבער ער וואלט געקענט טרעפן בעסערע אינוועסטמענטס ווי צו בויען קעסקעיט פאר אידן.

ער שפירט אבער אז זיין ארבעט קען גיין לטמיון טאמער אנדערע דעוועלאפערס וועלן בויען פאר גוים אין וויליאמסבורג. ספעציפיש האנדעלט זיך יעצט איבער די סערטפייד לאמבער לאט ווי מ'פלאנט צו בויען לוקזיריעסע דירות פאר גוים, און טאמער דאס גייט געשעהן וועלן אנדערע דאס גרינג נאכטון.

אשר על כן האט ער אנגעדרייט די אסיפה ווי ער האט געהאפט אז מ'וועט קענען לייגן דרוק אויף די וואס פלאנען צו בויען פאר גוים. ער האט נישט געוואלט אז מ'זאל עס אפטייטשן ווי א פאוער סטראגל צווישן אים און די ראש הקהל, האט ער דעריבער צאמגעריפן רבנים פון אלע קהילות צו ווייזן אז דאס איז עפעס וואס באדערט יעדן איינעם.

מרז"ל האט די לעצטע מינוט באשלאסן אז טאמער זיין ברודער איז נישט דארט און ער יא, וועט מען עס שלעכט אפטייטשן כאילו דאס איז א פערזענטליכע חשבון וואס ער האט מיט זיי און זיין אנוועזענהייט וועט זיין יצא שכרו בהפסדו.

למעשה, האט אברהם בער יאקאבאוויטש גערעדט מיט באק ציינער און פארגעהאלטן די רבנים וואס האבן א השפעה, פארוואס זיי טיען נישט מער עס אפצושטעלן. ער האט שטארק ארויסגעברענגט אז ווען ער האט געפלאנט צו בויען פאר גוים האט זיין רב גערעדט מיט גוטן און מיט בייזן על אף וואס ער איז געווען פון די גרויסע תומכים, און וויבאלט ער האט נישט געוואלט זיין אויסגעשפיגן פון זיין קהילה, האט ער זיך געבראכן. ער האט געזאגט אז א רב האט א גאר גרויסע כח אויף זיינע בעלי בתים, און מ'דארף טון מער.

דאס זענען ווערטער וואס מנחם גרשון האט עכט געוואלט זאגן אבער, כמובן, האט ער נישט געהאט די דרייסטקייט עס צו זאגן פאר זיין רב אין פנים.
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

ד.ה. אז די מהרא און רז''ל האבן דא געמאכט א יד אחת אקעגן איין איינציגע פראיעקט לטובת א חסיד פון מהרא? טאקע א חידוש און איז ווערד צו באגריסן
...
אפגעזען צו מען דארף יא אדער נישט פארשיקן דעם עולם פון וומס, איז איינמאל זיכער אז מאכן א גזירת גירוש צו פארטרייבן דעם ציבור דורך אריינברענגען יאפיס אין וומס איז זיכער נישט קיין גאנג
די רבנים און ראשי הקהל דארפן און זענען מחוייב אפצושטעלן אויף יעדע פרייז דאס פארטרייבן אידן פון א געגנט דורך אפאר געלטגייציגע אינוועסטירער וואס ווילן מאכן א לעבן אויפן חשבון פון אנדערע אידן.
....

דער בלאט האט אינגאנצען איגנארירט די אסיפה???
די שרייבער אין בלאט זענען נישט איינשטימיג מיט די הנהלת המוסדות ? ?
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

איש את רעהו האט געשריבן:די רבנים און ראשי הקהל דארפן און זענען מחוייב אפצושטעלן אויף יעדע פרייז דאס פארטרייבן אידן פון א געגנט דורך אפאר געלטגייציגע אינוועסטירער וואס ווילן מאכן א לעבן אויפן חשבון פון אנדערע אידן.

פארטרייבן?? חלילה! מ'דארף אויפוועקען דעם עולם באצייטענס צו פארקויפן זייער לעכל אין וויליאמסבורג פאר גוט געלט, און מיט דעם קויפן א פאלאץ אין אפסטעיט און חתונה מאכן די קינדער בדרך כבוד.
Under influence
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

מען קען נישט יעדן הייסן אוועקגיין פון ווילי
אז איינער וויל אנעמען די אפפער פון פארקויפן אין ווילי און גיין קיין אפסטעיט אשרי לו
אבער צו גיין צווינגען יעדן צו פארלאזן זיין הויז איז נישט אחריותדיג
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: אסיפות הרבנים און די יעצטיגע מינוטן

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איש את רעהו - וויפיל געלט האלטסט דו ביים דערלייגען פאר דיין שיטה? דו ביסט אמאל בייגעשטאנען אזא נסיון?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

וויפיל געלט האסטו שוין דערלייגט אויף דיינע שיטות??
דאס איז א ליטפישע סברע אז מען מעג נאר זאגן שיטות און האלטן א דעה אויב מען האט שוין אמאל דערלייגט דערויף?
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דו ווילסט טשעפען מיין אפשטאם, פיין. אבער דער זאך אליינס איז דאך נעריש. וואס ווילסטו פון די מענטשען? קיינער האלט נישט ביים דערלייגען געלט, וגם אתה בתוכם, און דער גאנצע באוועגונג איז, לדעתי, זינלאז.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

ווער רעדט דא פון דערלייגן א פיאסטער??
עס גייט קיין איינער נישט דערלייגן געלט ווען אלע בנינים בלייבן באזעצט מיט אידישע איינוואוינער
I'm back
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 833
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 9:38 am
האט שוין געלייקט: 2105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 315 מאל

שליחה דורך I'm back »

איש את רעהו האט געשריבן:ווער רעדט דא פון דערלייגן א פיאסטער??
עס גייט קיין איינער נישט דערלייגן געלט ווען אלע בנינים בלייבן באזעצט מיט אידישע איינוואוינער


נו, אפשר וועט א פולסא דנורא העלפן?
.
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

Re: אסיפות הרבנים און די יעצטיגע מינוטן

שליחה דורך איש את רעהו »

אהא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דער דירות קריזיס נעמט אריין אין זיך צוויי פראבלעמען , איינס . די מאנגל אינעם צאל דירות , צווייטענס . די הויכע קאסטן פאר א דירה ,

יעצט די גאנצע ישועה וואס מען קען באווייזן איז נאר לגבי די ערשטע פראבלעם. דהיינו מען גייט צושטעלן נאך דירות פאר אידן ,אבער די צווייטע פראבלעם פון די געשוואלענע פרייזן דאס ווערט נאר מער און מער געשוואלן ,

לאמיר אבער זען וויפיל מען גייט פארדינען, סך הכל וויפיל דירות גייען צוקומען און די נעקסטע צוויי דריי יאר ? 400 מאקסימום 700 ! לאמיר געבען א בליק אויפן צענזוס פונעם דבר לויט זיי האבן חתונה אן ערך פון קרוב צו 500 קאפעלס יערליך ! , און אנדערע ווערטער די גאנצע ישועה גייט העלפן פאר אן אפשניט פון א יאר א האלב !
און לגבי די צווייטע פראבלעם גייט עס בכלל נישט העלפן , די פרייזן לויפן שוין היינט צוטאגס פאר א 2 בעדרום דירה 2.200 - 2.500 $ חודש'לך ! . און עס גייט נאר ארויף ,

סא און אנדערע ווערטער מיינט דאס אז מען גייט מוזען (אנע צווינגען) גיין פון וויליאמסבורג "סאן אר לעיטער" ! נו, ווי גרויס איז שוין די געווינס אז מען פארלענגערט אריינצוכאפן נאך אביסל אטעם פון אלט שטאט (ירושלים) ? אויב מען גייט סייווי נישט קענען דורך שוויצן די קרייסיס נאר מען גייט זיך עווענטשעלי ברעכן נו, פארוואזשע זאל מען נישט טון קאנסטראקטיוו שוין יעצט ?
מילא מען גייט תולה זיין רחיים על צווארן פון די עלטערן און אינגע קאפעל'ס ווייל עס איז דא א פיוטשער נאכן "דיפרעשען" החרשתי ! אבער אז עס איז ממילא נישט דא קיין פלאן אויף נאך דעם פארוואס זאל מען ניט טון קאנסטראקטיוו יעצט און "פאר אלל" ???
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

נישט ריכטיג. מ'קען בויען נאך טויזענטער דירות, ווי מנחם גרשון און אברהם בער האבן ארויסגעברענגט ביי זייערע דרשות. און אפילו אויב נישט איז עס א גרויסע שאדן פאר די וואס האבן שוין דא דירות אז דורך אריינברענגן מער גוים אין די אידישע געגענט וועלן די אידן איווענטשיולי מוזן אוועקמופן.
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

וועגן פראבלעים נומער 2 קען מען גארנישט טון ווייל די מארקעט אין ברוקלין ווערט נאר טייערער

וואס מ'קען יא טון פאר יונגעלייט וואס דארפן זיך אנהייבן סעטלען מיט זייער לעבן איז אז די עסקנים זאלן זיך אריין לייגן צוריק צו באקומען די פראזשעקטס און בעטן ביי די גאווערמענט פאר נאך אזעלכע פראזשעקטס

אדער זאל יעדע רבי זיך אויפהייבן פון בענקל און אפקויפן א ריזיגע באדן און בויען 100ער דירות נאר פאר רענט און פאר ביליג און קיינער זאל דא מאכן געלט און די געלט וואס קומט אריין זאל גיין פאר נאך אזעלכע פראזשעקטס
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

עפעס ווערט שוין
פארשפארט