שמואל הלוי האט געשריבן:איך האב דעם גאנצן בריוו פון ראגאטשוואווער, אויב איז איינער אינטערסירט קען איך עס ארויפשטעלן דא.
זיכער, ארויף דערמיט.
אלבערט האט געשריבן:שמואל הלוי האט געשריבן:איך האב דעם גאנצן בריוו פון ראגאטשוואווער, אויב איז איינער אינטערסירט קען איך עס ארויפשטעלן דא.
זיכער, ארויף דערמיט.
אויס מענטש האט געשריבן:בממאר הנוסף האב איך געהערט פון הרה"ג ר' משה שטערנבוך שליט"א אז ביי די ערשטע וועלט מלחמה איז רב קוק פארכאפט געוווארן -זייענדיג אויפן וועג צו אדער פון די אסיפה פון די ציונים אין באזעל- אין ער איז געשטראנדעט געווארן אין שווייץ ביי זיין משפחה, אין מען האט אים דארט געזען ליינען דעם "דת החדשה" וואס יעדער וואס ווייסט, וואס דאס איז וועט פארשטיין, וואס דאס מיינט.
פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:שמואל הלוי האט געשריבן:וואס ר' מרדכי בולגרייער פאטער פון היינטיגן בעלזער רב האט געשריבן אויף אים:
עס זענען פאראן נאך גדולים וואס האבן געשריבן מיט שארפע לשונות אויף הרב קוק -- וועמענס ספרים זענען בנמצא און יעדער האט די ברירה אריינצוקוקן און אליין זען וואס ער זאגט.
מען קען נישט נעמען "שארפע לשונות" פון גדולים, ווייל אויב יא האט כמעט יעדער גדול א צווייטן גדול וואס האט זיך אויף אים אויסגעדריקט מיט "שארפע לשונות"; זאלן מיר צוזאמנעמען אלע גדולים און אלע "שארפע לשונות" לפונדק אחד וועט דאך פון אלע נישט בלייבן קיין שריד ופליט.
דער רוח הזמן איז היינט אנדערש. קיינער גייט נישט ווערן קיין חלוץ און שענדן ספרי תורה אין קיבוצים. פון פשוט אריינקוקן אין הרב קוק'ס ספרים באקומט זיך א בילד פון א מענטש וועמען די אלע "שארפע לשונות" פאסן זיך אזוי גוט ווי היסטאריע צו ליכט שטראלן.
ראשעקאל האט געשריבן:שמואל הלוי האט געשריבן:געהערט אלס קינד "ולא תתורו אחרי לבבכם" נאך הערצ"ל, "ואחרי עיניכם" נאך קו"ק
געהערט אלץ ערוואקסענער ״צדיק כתמר״ אויב איז ער א צדיק ווי א טייטעלבוים, ״יפרח״ זאל ער אוועקפליען פון דאנעט
יידל האט געשריבן:מען קען נישט נעמען "שארפע לשונות" פון גדולים, ווייל אויב יא האט כמעט יעדער גדול א צווייטן גדול וואס האט זיך אויף אים אויסגעדריקט מיט "שארפע לשונות"; זאלן מיר צוזאמנעמען אלע גדולים און אלע "שארפע לשונות" לפונדק אחד וועט דאך פון אלע נישט בלייבן קיין שריד ופליט.
אויס מענטש האט געשריבן:נישט פארלוירן ווערן און ווערן "אויס מענטש", ווען מען זעהט אביסל צומעשיעניש לגבי הר' קוק, דער אמת איז אז ער איז געווען א גאון גדול, בנגלה ובנסתר, אבער שפעטער איז ער געווארן הציץ ונפגע, זיין ספר "אורות" איז בנמצא היינט {אין אמעריקא ביי טוביה'ס אין מאנסי, ווי ער שרייבט קלאר, אז די ספורטלער פון אר"י זענען מעלה די שכינה אזוי הויך ווי דוד המלך מיט זיינע מזמורים, רח"ל, און זיינע שרייבער פון זיין לעבנס ביאגראפיע לאכן זיך אלע אויס פון די אלע וואס ווילן אים פארהייליגען און באפוצן, זיי שרייבן זייער קלאר זיינע פארדרייטע מהלכים,
בממאר הנוסף האב איך געהערט פון הרה"ג ר' משה שטערנבוך שליט"א אז ביי די ערשטע וועלט מלחמה איז רב קוק פארכאפט געוווארן -זייענדיג אויפן וועג צו אדער פון די אסיפה פון די ציונים אין באזעל- אין ער איז געשטראנדעט געווארן אין שווייץ ביי זיין משפחה, אין מען האט אים דארט געזען ליינען דעם "דת החדשה" וואס יעדער וואס ווייסט, וואס דאס איז וועט פארשטיין, וואס דאס מיינט.
עכ"פ ער איז געווען קודם גאר גוט, נאר נאכדעם איז ער היפש פארפארן ל"ע, במילא איז גאר נישט קיין סתירה ווייל אפי' ר' יוסף חיים האט קודם שטארק געהאלטן פון אים, ביז ער האט מגלה קלונו געווען ביי די אלע מערכות ווי ער האט גענומען זייער סכנהדיגע שטעלונגען.
קליינע רעבעלע האט געשריבן:זר זהב האט געשריבן:האט ער אים גערופן רשע גמור?
ער האט געזאגט אויף אים "אין שלום אמר השם לרשעים"
למעשה אזוי פיל גדולים זאלן ארויס גיין איף אזא פארנעם זיעט מען נישט לעצטיגע צייטען נאר ביי אי"ק
אלבערט האט געשריבן:מיללער אויף אייוועלט ברענגט אן אינטערעסאנטע קול קורא פון די רבנים אז מען זאל מתפלל זיין לרפואת הרב קוק. עס וואלט געווען אינטערעסאנט צו זען א קלארע רשימה פון די אונטערגעשריבענע.
קאווע טרינקער האט געשריבן:טאקע ביי די פרשה, פון רב קוק, זעהט מען די שטארקע כוח פון די קנאים וואס האבן געשאפען אזא IMAGE וואס ס'איז שווער צו טוישען. און צוליב דעם - על אף מתחילה האט ער געהאט די שענסטע יודן אין ירושלים של מעלה, אבער ווער וויל זיך דען פארופען מיט א רבי וואס די גאס איז פיל מיט קול קורא'ס א קעגען אים.
און טאקע די וואס ס'איז נישט אנגאנגען וואס דער-עולם זאגט - על פי רוב דער המון וואס מ'רופט "שוואכער" - זענען געבליבען דארט. און דערפאר איז מרכז הרב פארוואנדעלט געווארן אין א כיפה-סרוגה רוח.
יעצט גיי זאג אז רב קוק איז געווען א חסידישע איד? ס'גלייבט זיך שווער, ווייל דער קנאי וועט דיך אנווייזען מיט'ן פינגער "קוק ווער ס'דרייט זיך דארט..." (נו, אוודאי, אז מ'מאכט מיר אומבאקוועם, פארוואס זאל איך בלייבען דארט?)
נאך א סיבה פארוואס דער-עולם, עכ"פ דא אין וומ"ס, זעהט נישט איין זיין גדלות, איז צוליב זיינע ספרים וואס זענען געשריבען אויף אן הויכע לעוועל, ס'איז נישט לייכט.