די רעדע איז דא נישט פון קיין פשוטע מוזיק אין נישט פון סתם א ווידיאו, נאר א צוזמאשטעל פון ביידע, = מוזיק ווידיאו: א קורצע פילם מיט א פאפולערע ניגון באגלייט מיט א פארשטעלונג, עפ"ר מיטן זינגער דערין וואס זינגט\שפילט דערויף בשעת נאך אנדערע סצענע'ס שפילן זיך אפ. דאס ווערט ארויסגעגעבן מיט'ן ציהל צו עדווערטייזן א ניי אלבום.
וויל איך דא ברשות כל הקהל מאכן א זאמלונג פון די דאזיגע ווידיאו'ס, אזוי אז ווען איינער איז די גוסטע קען ער אהער קומען און זיך אינטערהאלטן, אויפהייבן די גוסטע, צולייגען און מגיב זיין.
מען קען אויך צולייגן לייוו פערפארמענסעס אבער נאר מיט גוטע קוואליטעט און פראדאקשען ביטע.
העמיר אנהייבן מיט איינס וואס ס'איז טאקע זייער א פאפולער (אויב נישט די פאולערסטע - אידישע) אבער א קנאקעדיגס.
8 דעי - "יעלילי"
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=3fXIMUyrw7s[/youtube]
מוזיק ווידיאו'ס (Official Music Videos)
דער אשכול פארמאגט 139 תגובות
איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.
רעגיסטרירן איינשרייבן