דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:איך ווייס נישט צו @בערל ליינט די בלאט. אבער טאמער יא גייט קומען אפאר זאפטיגע תגובות וכינויים אנטקעגן טעלער-ברעכן'ס סילופים
דער געוואגטער יונגל: יא. איך ליין דער בלאט א יעדע וואך. נאר רוב מאל האביך נישט קיין געדולד צו ליינען זיין געמויזעכץ. ער קייעט איבער ככלב שב על קיאו די זעלבע שטותים והבלים און שקרים. אויך איז ער פרעדיקטעבל. און איך האב א כלל. א שרייבער וואס איך קען שוין ביי די צווייטע שורה וויסן וואס ער גייט שרייבן און וועלכע לשונות ער גייט נוצן, ליין איך פשוט נישט. מיין בלוט פרעשור איז גענוג שטארק ארויפגעגאנגען ווען איך האב געליינט זיין רעבין'ס געפירקלאכץ. דער בלעם פונ'ם אידישן פאלק, סענדער דער דייטש זכותו
יגון עלינו. א קליינע דוגמא וואס דער דייטשער בלעם האט געשריבן. ביי די עראפלאן היידזשעקינג אין 1976, ווען די טעראריסטן פון די באדער-מיינהויף גענג אין דייטשלאנד,ימ"ש האבן פארכאפט און פארשלעפט אן עראפלאן קיין ענטעבע , אוגאנדא און געהאלטן די אידן געפאנגען, און די אידישע בחורים פון צה"ל זענען געגאנגען מיט מסירת נפש ראטעווען די אידן. האט דער אומפארשעמטער יונג, וואס איז זיכער מזרע עמלק, געשריבן אויף די אידישע סאלדאטן אז זיי זענען רוצחים, ווייל זיי האבן דערשאסן דעם שגץ און די שיקסע, די טעראריסטן. שרייבנדיג אז ..."די רוצחים פון די מדינת ישראל מיליטער האבן געהרג'ט אן אומשולדיגן מענטש וואס האט נישט געוואלט טון קיין שלעכטס פאר די אידן"... ווען איך האב דאס געליינט האביך געמוזט אוועקווארפן דעם שטיק טינופת בלעטל, דער איד...! און טעללער איז זיין תלמיד...!