געוואלדיג האט געשריבן:ווי יונגע שעפעלעך האבן זיך אפגעריסן פונעם עץ החיים
מיר רייסט אויך די הארץ ווי די עץ האט זיי אויסגעשפיגן.
איך אויך האט געשריבן:ליין ביטע איבער דער יונגעלע'ס און מיין תגובות במתינות ,אויב דו פארשטייסט נאך אלץ נישט פרעג איבער.
חאצקעל שניידער האט געשריבן: וואו איך האב עס געזען האט עס אויסגעזען גאנץ ענדליך צו די התנהגות פון אמרי חיים , ווייל מאיז דאך נישט געגאנגען שרייען שבת און ווארפן שטיינער מאיז דאך נאר אריבער זינגען
איך אויך האט געשריבן:שמעוני רבותם! וואלט געווען געווען מעגליך צו בעהטען בכול לשון של בקשה ריצוי ותחנונים פון די ארויפגעקוקטע 'אופגעקלערטע' חשובי האנטי סעמיטן אויב זיי קענען ברוב טובם וחסדם ביטע שעהן באוויליגן נישט באלעסטיגן ממש יעדע איינציגע אשכול מיט אנטי-חרדיש געמויזעכטס??!
גענוג איז גענוג! מען האט אייך געהערט איין מאל צוויי מאל און טויזענט מאל. פיין איר האט וויסט פיינט דאס חרדישן געזעלשאפט ,אלע רביס/רבנים זענען באטריגער און נאר די מחללי שבת זענען ענקער וועגווייזערס און די וואס גייען מיט גוים זענען גאר חשוב ביי אייך ,'אונזער גאט' איז נישט ענקערס ,אלעס פיין און ביטער אבער מוז מען ממש יעדע אשכול פרחזרן מיט די זעלבע רעטאריק?
Yossy האט געשריבן:זיי נישט ברוגז , אבער דער אייבערשטער זאל העלפען זאלסט קיינמאל נישט פארשטיין , אינזער סיסטעם כהיום שפייט אויס צענדליגער אדער הינדערטער בחורים יעדען זמן , סיי קינדער וואס גייען ארויס פון כיתה ט , סיי בחורים וואס דארפען ארויף גיין פון ישיבה קטנה צי ישיבה גדולה , דארפען דוירכגיין גיהנום , סיי זיי אליין אין סיי די עלטערן, די קינדער באקומען פונקטליך די הרגשה אז כלל ישראל דארף זיי נישט האבען אין פון די אנדערע זייט שמייכעלט די גאס צי זיי אין ממאכט זיי פילען גיט , יעדע אנפאנג זמן דרייען זיך אסאך בחורים פון גיטע שטיבער אויפען גאס ווייל מען נעמט זיי נישט צירוק אין ישיבה , ניין מרעדט נישט פון פארדארבענע בחורים אמאל קען זיין אז ער האט געמאכט א פייער אדער אנדערע נארישע בחורישע שפיצלעך , אסאך פון די וואס פירען די סיסטעם זענען גרויליגע מענטשען מיט מדות מושחתות מאוד הארצלאזע מענטשען. אין רוב קעיסעס קימען די קינדער למעשה אן אין א ישיבה נאכען דורכגיין שבעה מדורי גיהנום אין ליידער אסאך מאל בלייבען זיי אויפען גאס , די סיבה פארוואס די ווייסט אפשר נישט ווייל קיינער וויל זיך נישט אויספראקען ברבים , אבער יא די מצב איז זייער ביטער אין סזעט נישט אויס אז סוועט בעסער ווערן אויב זיכט מען נישט די שורש פון די פראבלעם
עס איז א פאקט אז א בחור וואס איז אביסעל שוואכער פון א בינוני ווארפט מען זיך ארום אין nobody cares סא קום נישט וויינען ווען בחורים זענען מחלל שבת כאילו איינער קערט .
אדרבה קיק זיך אים נאך די נעקסטע בין הזמנים אין ביהמד אין כאפ א שמועס מיטען בחור אדער עלטערן אין פראביר אביסעל שתדלנות אין לאמיר רעדען נאכדעם גלייב מיר די מצב איז ביטער .
Yossy האט געשריבן:אסאך פון די וואס פירען די סיסטעם זענען גרויליגע מענטשען מיט מדות מושחתות מאוד הארצלאזע מענטשען.
שבת אחים האט געשריבן:Yossy האט געשריבן:זיי נישט ברוגז , אבער דער אייבערשטער זאל העלפען זאלסט קיינמאל נישט פארשטיין , אינזער סיסטעם כהיום שפייט אויס צענדליגער אדער הינדערטער בחורים יעדען זמן , סיי קינדער וואס גייען ארויס פון כיתה ט , סיי בחורים וואס דארפען ארויף גיין פון ישיבה קטנה צי ישיבה גדולה , דארפען דוירכגיין גיהנום , סיי זיי אליין אין סיי די עלטערן, די קינדער באקומען פונקטליך די הרגשה אז כלל ישראל דארף זיי נישט האבען אין פון די אנדערע זייט שמייכעלט די גאס צי זיי אין ממאכט זיי פילען גיט , יעדע אנפאנג זמן דרייען זיך אסאך בחורים פון גיטע שטיבער אויפען גאס ווייל מען נעמט זיי נישט צירוק אין ישיבה , ניין מרעדט נישט פון פארדארבענע בחורים אמאל קען זיין אז ער האט געמאכט א פייער אדער אנדערע נארישע בחורישע שפיצלעך , אסאך פון די וואס פירען די סיסטעם זענען גרויליגע מענטשען מיט מדות מושחתות מאוד הארצלאזע מענטשען. אין רוב קעיסעס קימען די קינדער למעשה אן אין א ישיבה נאכען דורכגיין שבעה מדורי גיהנום אין ליידער אסאך מאל בלייבען זיי אויפען גאס , די סיבה פארוואס די ווייסט אפשר נישט ווייל קיינער וויל זיך נישט אויספראקען ברבים , אבער יא די מצב איז זייער ביטער אין סזעט נישט אויס אז סוועט בעסער ווערן אויב זיכט מען נישט די שורש פון די פראבלעם
עס איז א פאקט אז א בחור וואס איז אביסעל שוואכער פון א בינוני ווארפט מען זיך ארום אין nobody cares סא קום נישט וויינען ווען בחורים זענען מחלל שבת כאילו איינער קערט .
אדרבה קיק זיך אים נאך די נעקסטע בין הזמנים אין ביהמד אין כאפ א שמועס מיטען בחור אדער עלטערן אין פראביר אביסעל שתדלנות אין לאמיר רעדען נאכדעם גלייב מיר די מצב איז ביטער .
אוי ביסטו גערעכט יוסלע זיסער ! יעדעס ווארט איז אמת ויציב , ווען איך קען וואלט איך דיר געגעבן א באזונדערע לייק פאר א יעדע ווארט אין דיין תגובה
געוואלדיג האט געשריבן:הקטן האט געשריבן:Yossy האט געשריבן:ס'גארנישט ראנג מיט די סיסטעם, ס'קעטערט נאר נישט פאר א יעדעם איינעם.
דאס מיינט אז די סיסטעם איז ראנג.
נופת צופים האט געשריבן:געוואלדיג האט געשריבן:הקטן האט געשריבן:Yossy האט געשריבן:ס'גארנישט ראנג מיט די סיסטעם, ס'קעטערט נאר נישט פאר א יעדעם איינעם.
דאס מיינט אז די סיסטעם איז ראנג.
לאו דווקא אז דאס הייסט א צובראכענע סיסטעם. פונקט אזויווי אונזער סיסטעם קעיטערט נישט פאר'ן כינעזער אדער אנדערע, קעיטערט עס נישט פאר שוואכע בחורים.
אבער דער בחור וועם דו האסט אויסגעשפיגן און די קעיטערסט נישט צו אים, קענסטו נישט פארלאנגען אז ער זאל זיך צושטעלן צו דיין סיסטעם, און רייכערן וואו דו ווילסט ער זאל רייכערן און ווען דו ווילסט ער זאל רייכערן.