הק זעמל האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:הק זעמל האט געשריבן:רבתי פארוואס איז מען סטאק ביי זיינע באמערקונגען און היסטוריע ?
עס איז דא אסאך צו רעדן פון אים ווי נמשל ער איז פון די גאר נאנטע ראטגעבער ביי מהר"א
פארדעם האט טאקע מהר"א לעצטנס אזא פנים. ווייל ער איז פון זיינע נאנטע ראטגעבער...!
אין אנהייב פלעגט ער רעדן און מאכן סטעיטמענטס בטוב טעם ודעת. אבער לעצטנס וויל ער זיין פויפסטליכער ווי דער פויפסט אליינס. ער האט מורא אז די צד מהרז"ל וועלן איהם באשולדיגן אז ער האט זיך אפגעלאזט פון די מלחמה לה' בעמלק. פון לוחם זיין קעגן די ציונים. והא ראיה ער איז געווארן בשלום מיט חב"ד און קלויזנבורג......!
מיר זעהט אויס פארקערט אז ער איז דער וואס האלט מהרא און די ראמען
אלא מאי. פון וואו זענען געקומען די ווילדע סטעיטמענטס וואס מהר"א האט ארויסגעלאזט אין די לעצטע צוויי יאר...? משא"כ אין די פריערדיגע יארן האט ער געזאגט זאכן בטוב טעם ודעת. אזוי ווי למשל ווען די פאלעסטינער רוצחים ימ"ש האבן געהרג'ט ישיבה בחורים אין ישיבת מרכז הרב. און ביי די מומביי רציחות. וואו די פארדרייטע ברואים פון סאטמאר האבן געזאגט זייערע משוגע'נע סטעיטמענטס אז ס'זאלל שטימען מיט זייער אגענדא. און ר' אהרן האט גערעדט זייער שכל'דיג. אזוי ווי א איד דארף צו רעדן. נאר ביי די לעצטע טעראריסטישע שטיק וואו די פאלעסטינער מערדערס האבן געהרג'ט די דריי אידישע ישיבה בחורים האט ער גערעדט עפעס ווי איינער וואס האלט ביי עד דלא ידע...!