[justify]עס איז אויך אינטרעסאנט געווען צו באמערקן אז איך האב נישט געטראפן ווי מען קען קויפן
סאשי אין ארץ ישראל. בכלל איז אינטרעסאנט אז די מסעדות דארט האט יעדער נאר זיין געציילטע זאכן וזהו. אין א פיצה געשעפט קויפט מען נאר פיצה, נישט קיין פאלאפל און נישט קיין טשיפס. און א פאלאפל געשעפט קויפן מען נאר פאלאפל און נישט פיצה.
איך האב געהאט אן אינטרעסאנטע מעשה. איך האב געוואלט גיין איין טאג אין עפעס א בעסערע רעסטאראנט. מיין ווייב האט זיך אינטרעסירט ביי אירע חברות און זיי האבן געזאגט אז אין רחביה (א געגנט אין ירושלים) אויף רחוב רשב"ם איז דא מער עלעגאנטע מסעדה וואס הייסט 'שיאן'. אונז זענען אהין געפארן. שטיינעדיג אינדערויסן זעה איך א שלט שיאן. אזוי אויך האב איך געזאהן אין גרויסע אותיות 'היימישע עסן'. איך פריי זיך און וואונדער זיך אז אין אזא עלעגאנטע מסעדה זאל שטיין אידישע אותיות. איך גיי אריין אין די מסעדה. קיין איין מאכן וואס איז געווען אויף די שאויקעיס האט נישט אויסגעזעהן אינטרעסאנט. דער מלצר קומט צו צי אונז און זאגט אז היינט האבן זיי א ספעישעל אז פאר 55 ש"ח פאר א מנה קענען אונז עסן וואס אונז ווילן, און ער געבט אונז א מעניו אז אונז זאלן באשטעלן וואס אונז ווילן. אונז זיצן און טראכטן אז דאס איז דער שענסטע מסעדה וואס קען מען שוין באשטעלן. על כל פנים וועט עס אונז נישט קאסטן די הוזן. אינמיטן אינבערקוקן די מעניו פרעגט מיין ווייב די מלצר: דא איז שיאן???????? זאגט ער לא, עוד קומה למעלה!!!!!!! אה יעצט פארשטיי איך. מיר זאגן סליחה און גייען ארויס און ארויס צום צווייטן שטאק!
אונז גייען אריין דארט זעהט מען שוין עפעס מער אן עלעגאנטע מסעדה וואס איז געווען כמעט פיל. עס האט געדויערט עטליכע מינוט ביז מיר האבן באקומען א ריינע ליידיגע טיש. דער מלצר וואס איז געגאנגען אהמגעטוהן ווי עס פאסט פאר אזא מסעדה ברענגט אונז די מעניו. דא זעהט מען שוין געשוואלענע פרייזן. אבער מיר האבן נישט געוויסט וואס צו באשטעלן. די נעמען זענען אונז נישט געווען באקאנט. וכדומה. דער עולם האט אויסגעזעהן זייער אין א גוטע שטומונג. אינדערצווישן האט מען אריינגעפירט צוויי בורטדעי קעיקס פאר צוויי אנדערע טישן מיט די ניגון הידוע האט געשפילט אויף די ספיקערס. דער מלצר איז אונז מייעץ אז מיר זאלן דערווייל באשטעלן א זיפ, און מיט דער צייט וועלן מיר מחליט זיין וואס צו באשטעלן. מיר האבן ביידע באשטעלט א וואנטאן זיפ וואס קומט מיט קרעפלעך. וואס זאל איך זאגן אז צו אונזער מזל האט עס געהאט יענס טעם. צום סוף זאגן מיר פאר די מלצר אז מיר גייען און מיר ווילן באצאלן פרעגט ער מאי האי??? זאגן מיר אז מיר האבן נישט ליב געהאט די זיפ און מיר זענען נישט גרייט געווען איינצושטעלן די מעין קורס. זאגט ער אויב אזוי, דארפן מיר נישט באצאלן!! פרעגו אונז פארוואס??? זאגט ער אז אויב מיר זענען נישט צופרידן דארפן מיר נישט באצאלן. זאגן מיר נע, נישט דאס האבן מיר געמיינט, מיר האבן פשוט נישט געוואלט באשטעלן מער אבער מיר זענען גרייט צו צאלן מחיר מלא. הקיצור נאך א קורצע וויכוח איז געווארן אז מיר צאלן האלב. גראדע זייער א שיינע זאך פון די מסעדה, און א זאך וואס מען טרעפט כמעט נישט אין ארץ ישראל אז מען זאל מוותר זיין צוליב קאסטעמער סערוויס.
צום סוף האב איך געכאפט א מונית קיין ככר שבת. צוגעגאנגען צו די מסעדה וואס הייסט פיתה'לה אהנהייב מאה שערים און געקויפט א שווארמא פאר 20 ש"ח וואס איז געווען גאר געשמאק, אבער נישט אין די שענסטע ענווייערמענט.[/justify]