עזריאל האט געשריבן:כאטש איך קען זיין מחולק מיט דיר און טענהן אז יעדע חסידות קוקט או די צווייטע אלץ א סר מן הדרך, נאר נישט יעדער האט א צייטונג.
סארי, איר זענט קאמפליטלי ראנג!
נישט נאר דער פאקט שרייט פון זיך אליינס, אז אין קיין שום חסידות וועסטו נישט הערן זלזול אין אזעלכע אריות ווי הרב אלישיב, הרב שטיינמאן, הרב עובדיה, און ביז אפאר יאר צוריק - הרבי מקלויזנבורג ז"ל, הגר"מ פיינשטיין, ועוד.
נאר דער פאקט איז אז בעלזא האט אן אייגענעם צייטונג, און זיי שרייבן קיינמאל נישט מיט די לשונות של גנאי אויף אנדערע, זיי וועלן נאר זיך פאמפען. און דאס זעלביגע איז מיט גור אינעם המודיע, און חב"ד אין זייערע מיליאנען צייטונגען/מאגאזינען [חוץ קעגן הרב שך וואס האט זיי זעלבסט אנגעגריפן].
אלזא, געט די פעקטס רייט. ס'איז טאקע בעסער ווי פאר צוואנציג יאר צוריק, אבער זיי זענען נאכאלס זייער געמיין מיטן צוגאנג צו אנדערע גדולי ישראל מיט זייערע מיינונגען.