מקהלת הרבנות הצבאית

אלעס איבער דעם עולם המוזיק
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

מקהלת הרבנות הצבאית

שליחה דורך moshav zekeinim »

אין א ווינקל פון די אידישער מוזיק שטייען א חברה, יונגע בחורים, מיט גרינע מיליטערישע מינדירן, שיינע טשופעס און קליינע קאפלעך, זייער שפראך איז עברית, זייער לעבן איז פאר ארץ ישראל, בליען ווי די חובבי ציון יוגנט מיט הונדערט יאר צוריק בתקופת חוזי המדינה אין די ציונישע פרילינג, און זינגען!!!

טאמער וועט איר פרעגן. צו קענען זיי זינגען?

נו, שארט אייך צו צו דעם ווינקל און הערט אייך צו צו זיי, קוקט אייך צו ווי זיי באוועגן זיך, און אז איר וועט האבן אדער דעוועלעפן א געשמאק דערין, אין זייער יוגנד פרישקייט וואס זיי גיבן איבער דורך די נגינה, וועט איר מעגליך גאר פרעגן, פארוואס האב איך נישט געהערט דערפון ביז יעצט.

שטייען א גרופע פון בערך אכט יונגע זינגערס, עטליכע מוזיקאנטן, מיט חזן אריה בראון וואס כשמו כן קולו כשאגת אריה, ובראשם מונה רוזנבלום וועלעכער פירט אן מיט א פלינקער האנט די געקינסלטער מוזיק שטיקלעך אןן איינס אין די וועלט קווייער, יא, דער זעלבער מונה פון מבד, שוואקי, מיאמי, בעלזא, פיטבורג, אידיש חן, און קאנדאקטער ביי כ"א כסליו ביי מהר"א.

זינגען זיי דארטן ניגונים, ציוניסטישע, חסידישע, ספרדישע, אידישיסטישע, ברסלבער און מכל המינים וואס איז נישט אזוי באקאנט ביי די היימישע קרייזן. די גראדקייט פון זייער זינגען איז מעין עולם הבא, און אינאיינעם מיט מונה מוזיק און זייער פערפארמענס איז עס א תעניג גדול מאוד.

רוב קליפס וואו מ'זעיט זינגען און שפילן איז בעצם נישט לייוו, נאר געקט איבער מוזיק וואס איז שוין אפגעשפילט אןן געזינגען געווארן און סטודיאו.

ספעציעל וועט ארויס רופן פארגאפטקייט דער קווייער מיט בערך א פונף יאר צוריק ווען עס איז געווען פון די שענסטע יארן אין די מקהלת הרבנות, בראש החזן שי אברמסון וועלעכער דינט נאך עד הייום הזה אלס חזן הראשית לצה"ל.

די קווייער האט זיך אנגעהויבן אויף א הויכיר ניווא בימים ההם דורך מנשה לברון, און ארויפגעארבעט געווארן דורך מונה, און דער קווייער איז עד היום אפילו נאך דעם וואס מונה איז ארויס, געבליבן פון די בעסטע אין דער רעליגיעזע וועלט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום moshav zekeinim, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

נו, הערט איינס אבער א גוטס:
https://www.youtube.com/watch?v=OFzwHcc ... ata_player מונה ומקהלת הרבנות הצבאית עם הסולנים החזן אריה בראון ודודו פישר שרים שהחיינ
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

קענט איר דען ניגון כל העולם כולו? טאמער יא, דאן וועט איר הערן א אנדערע פערפארמענטס אויף דעם ניגון ווי עס איז באקאנט, און אנשטאט דער ערשטער פאל זאל געזינגען ווערן ווי א חזנות ווערט דאס געזינגען ווי א וואלס.

דער ארעידזשמענט און די קארדס זענען גאר אינטרעסאנט און יוניק.

און ועל כולם דער יפי תואר אבי ענטעבי וויאזוי ער זינגט און קלאטשט מיט א שמייכלדיגע געזיכט און איידעלע באוועגונגען.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

https://www.youtube.com/watch?v=Y9rxB_j ... ata_player מקהלת. הרבנות הצבאית ומונה רוזנבלום כל העולם כולו. סולון אבי ענטעבי
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
באשטעטיגט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 227
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 7:50 pm
האט שוין געלייקט: 574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 138 מאל

שליחה דורך באשטעטיגט »

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=ZLgPgHfgB1g[/youtube]
פארשפארט