קאנפיוזן די קינדער, עד היכן?

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
באניצער אוואטאר
דענקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 254
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 20, 2012 6:18 pm
האט שוין געלייקט: 905 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 412 מאל

קאנפיוזן די קינדער, עד היכן?

שליחה דורך דענקער »

די וואך האט א היימישע בית דין אין א שוידערליכע איין-זייטיגע "פסק" געפסק'עט צו באגרעניצן צוטריט פון א טאטע צו זיינע קינדער. ווייל ער "קאנפיוזט די קינדער"

די גרעסטע טענה וואס מ'האט געפינען אויף דעם אינגערמאן איז אז ר'האט געגעבן די קאווע שטיבל פה-סח פאר א פערצן יעריג בחור'ל צו ליינען. און אין א שמועס, האט דער פאטער מסביר געווען פאר די קינדער דעם תפארת ישראל און זיין מהלך אין בונה עולמות ומחריבן.

שטעלט זיך די שאלה, איז דאס טאקע אזוי? ווערן קינדער קאנפיוזט ווען זיי הערן פון א וויסנשאפטליכע-תורה'דיגע הסבר אויף די וועלט. אדער ווערן זיי קאנפיוזט ווען דער ראציגער אומגעבילדעטער טיטשער זאגט אז אלע נארישע גוים ווייסן נישט וואס זיי רעדן, און באמת דרייט זיך די זון ארום די ערדקוגל?

אין א געמיינדע ווי די גייסטיגע פירערשאפט זענען בד"כ נישט אפילו באוואוסטזיניג צו די טעמעס פון די וועלט, כל עוד עס איז דא עפעס מער עקסטרעם און פארמאכט איז עס קאנפיוזינג? און כל המחכים ידו על התחתונה? אפילו עס איז סענסיטיוו צו די אמונה און די י"ג עיקרים?
דאס לעבן איז ווי א קליין קינד'ס אינטערהויזן... קורץ און איינגעמאכט.
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

Re: קאנפיוזן די קינדער, עד היכן?

שליחה דורך דעת תורה »

ווען מיר וואלטן ווען געמיינט אז דאס איז די ריכטיגע אישו, וואלט דאס געווען ווערט א דיסקוסיע. למעשה מיין איך אז יעדער איז מסכים אז מ'מיינט נישט דא די הגדה נאר די קניידלעך, און אויב וואלט ער ווען געוויזן אייוועלט'ס אויסגאבע וואלט מען ווען געזאגט אז ער געוואוינט צו די קינדער צו האבן אינטערנעט, און נאך אויף א כשר'ן אופן וואס איז סאך ערגער. און אזוי כהנה וכהנה.

בקיצור, אויב איז דאס די ערשטע פסק פונעם בי"ד וואס דער מאן קוקט אן איינזייטיג גענויגט קעגן אים, קען מען אנהייבן דן זיין.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: קאנפיוזן די קינדער, עד היכן?

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דאס איז אן אפטע ערשיינונג? אז א ב''ד קען מאכען נערישע חשבונות צוצונעמען א קינד פון זיין עלטערען? כ'מיין א קינד וואס קען נישט זיין טאטע קען נאך אויך ווערען קאנפיוז''ד. ער וועט נאך מיינען ער איז יאשקע אליינס!
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

די לאנגער ארעם פון כוכב מיטן פה סח, אגב און פה סח איז נישט געווען אפילו צופיל אויפגעקלערטקייט (על פי לשונם)
באניצער אוואטאר
הבא ללמד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 1:46 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 82 מאל

שליחה דורך הבא ללמד »

איך פרעזענליך גלייב נישט דע מעשה, אבער כבר שמעתי ענדליך, אבער דארט איז געווען סאך ערגערע זאכען עכ"פ פאר פשיטי עם וואס קיקט יעדע זאך ווי אזוי דע צייטונגען האבען זיי מחנך געווען
למעשה אז איינער פארשטייט אביסעל דע סיסטעם מיט דע היינטיגע רבנים, דארף זיך זייער גרינג א עצה געבען ווייל מיט נישט קיין גרויסע סכומים קענסטי זיי אריבער שלעפען אויף דיין זייט אפילו האסט געטיען דע ערגסטע
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

קראנקע סאסייעטי.
איך וואלט נישט געווען שאקט צו הערן אז איינע פון די רבנים פון דעם א.ג. בית דין איז גאר דער ניק וואס האט געשריבן דעם ארטיקל.
Under influence
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

[justify]
הבא ללמד האט געשריבן:איך פרעזענליך גלייב נישט דע מעשה, אבער כבר שמעתי ענדלי...
למעשה אז איינער פארשטייט אביסעל דע סיסטעם מיט דע היינטיגע רבנים, דארף זיך זייער גרינג א עצה געבען ווייל מיט נישט קיין גרויסע סכומים קענסטי זיי אריבער שלעפען אויף דיין זייט אפילו האסט געטיען דע ערגסטע


קודם כל, אויב האסטו שוין געהערט ענליכס דאן פארוואס גלייבסטו נישט די מעשה? עס איז נישט שיין סתם נישט צו גלייבן איינעם אנע דעם וואס ער זאל האבן געטון עפעס צו פארלירן זיין נאמנות. בנוגע דיין צווייטע נקודה, וואס זאל איינער טון אויב ער קען נישט עפארדן די סכומים אונטערצושמירן?

בנוגע לעצם הענין. איך קען נישט די מעשה דא, אבער איך וואלט געקלערט ווי דעת תורה אז נישט די ק"ש ארטיקל איז די פראבלעם. די בית דין האט אנגענומען דער אנדערע צד וברשעות פרובירן זיי אוועק צו נעמען די קינדער פון די טאטע, צו ווייל די מאמע איז פרומער, צו ווייל איר צד האט מער power אדער געלט. זיי נוצן די "קאנפיוזען" אלץ א תירוץ צו בארעכטיגן זייער רשעות. ממילא איז נישט שייך עכט דן צו זיין איבער די נושא פון קאנפיוזען, ווייל עס עקזיסטירט נישט בעצם.

זאלן אלע רשעים האבן א מפלה און אלע עלטערן זאלן געהאלפן ווערן.


.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

Re: קאנפיוזן די קינדער, עד היכן?

שליחה דורך נולד מאוחר »

וואס ווילסטו די דיינים און רבנים ווערן זוכער צימישט פון הערן אזא תפארת ישראל ביי 50, וויאזוי דארפן זיי כאפן אז געזינטע קינדער קען מען מחנך מיט ברייטע אידשע און וויסענשאפטליכע ידועת.
BTW כ'האלט מ'זאל ארויסשרייבן וועלכע ב"ד דאס איז.
זאלן זיי עיטליעסט שפירען אן אחריות פאר זייער פסק.
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

Re: קאנפיוזן די קינדער, עד היכן?

שליחה דורך שמערל »

באמת שוידערליך. איר האט מיר ארויפגעברענגט בלוט אין קאפ.
עס בכלל נישט קיין נפקא מינה צו זיי האבן געמיינט די זיפ צו די קניידלעך, נישט קיין חילוק צו עס איז דאס ערשטע מאל צו דאס טויזענטסטע מאל וואס א בי"ד געט ארויס אזא פסק נגד התורה והשכל. די עצם מציאות אז אזאנס קען פאסירן, איז א שוידער וואס מיר ברויכן מתפלל זיין יעדן טאג שיכלה בעל הכרם את הקוצים.

אבער אויב מעגליך, אפשר קענט איר מיר אויפקלערן, ווי פאסירט אזאנס אז א טאטע זאל זיך אזוי באנארישן און אינטערשרייבן שטרי בירורים ביי אזוינע ממזרים?
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל

שליחה דורך פארוואס? »

עס איז שוידערליך, אבער ליידער אויך ערווארטעט פון זיי.

ווי אזוי פונקטליך איז דער פסק פון בי״ד מחייב? איז געווען אן אגרימענט צו גיין לויטן בי״ד׳ס פסק?
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

לידיעה בעלמא, בית דין קען לעגאל נישט פסק'נען אנבאלאנגט קינדער, עס העלפט נישט קיין שטרי בירורין, ער קען אפילן אין קארט.
באניצער אוואטאר
הבא ללמד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 1:46 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 82 מאל

שליחה דורך הבא ללמד »

הוגה האט געשריבן:קודם כל, אויב האסטו שוין געהערט ענליכס דאן פארוואס גלייבסטו נישט די מעשה?

סארי איך האב מיר אפשר נישט ארויס געברענגט איך מיין צי זאגען אז אז עס מאכט נישט נישט קיין סענס אז דע רב האט געזאגט נאר וועגען דע ארטיקעל האט ער נישט קיין רעכט איבער דע קינדער, ווייל דע רב איז געניג קליג אויב ער וועט ניצען נאר דע ווערטער וועט מען אים אראפרייסען, נאר דע סיבה איז ווי די שרייבסט אז
הוגה האט געשריבן: בית דין האט אנגענומען דער אנדערע צד וברשעות פרובירן זיי אוועק צו נעמען די קינדער פון די טאטע, צו ווייל די מאמע איז פרומער, צו ווייל איר צד האט מער power אדער געלט

איך האלט נאר אז נאר דע צווייטע סיבה איז דע ריזען פארוואס ער האט עס געטיען נישט ווייל דע מאמע איז פרימער ווייל דאס אינטערסירט אים און דע לינקע פאה, אפשר פארקערט ווען זי איז שוואכער וועט ער זיך ענדערש אננעמען פאר איר וד"ל
באניצער אוואטאר
הבא ללמד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 1:46 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 82 מאל

שליחה דורך הבא ללמד »

שמערל האט געשריבן:אבער אויב מעגליך, אפשר קענט איר מיר אויפקלערן, ווי פאסירט אזאנס אז א טאטע זאל זיך אזוי באנארישן און אינטערשרייבן שטרי בירורים ביי אזוינע ממזרים?

דאס איז א זאך וואס איך ווייס נישט צי מען האט דאס שוין אמאל אויסגעשמיסט דא אויפן שטיבל, אבער דאס איז זאך וואס ליידער אסאך תמימות'דיגע אינגעלייט פאלען אריין און דיעם, מען מיינט נעבען אז דע רבנים זענען יושר'דיגע מענטשען און מען שרייבט בלינדערהייט אינטער
מען דארף דאס האלטען פאר דע אויגען פינק ווי היינט ציטאג ווייסט שוין יעדער איינער אז מען טאר נישט רעדען צי א פאליס אד"ג פאר מען רעדט זיך דורך מיט א לויער, אזוי טאר מען ח"ו נישט אינטער שרייבען קיין שטרי בירירון ביז מען האט זיך דורך גערעדט מיט א עקספערט און דע זאכען, ווייל איינמאל מען שרייבט אינטער איז ער פולקאם בעל הבית אויף דיר און קען טיען כל מה שעולה על רוחם

איך האף אפשר שפעטער צי שרייבן מיין איייגנע עקספיריענס וואס האט מיר געקאסט מיין נאיווקייט און אינטער געשריבען שטרי בירורים
באניצער אוואטאר
הבא ללמד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 1:46 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 82 מאל

שליחה דורך הבא ללמד »

ריכטיג האט געשריבן:לידיעה בעלמא, בית דין קען לעגאל נישט פסק'נען אנבאלאנגט קינדער, עס העלפט נישט קיין שטרי בירורין, ער קען אפילן אין קארט.

לויט מיין ידועה ביסטי נישט גערעכט אפשר איז דא אויסנאם פאלען, אז מען שרייבט אינטער שטרי ברירון איז דע רב אינגאנצע בעה"ב

אבער אגב איז כדי צי וויסען אז ביי דע פעמעלי קארט איז ליידער פינק אזוי קראפטירט ווי להבדיל און אידישע בתי דינין, אין ווער עס האט מער פאער און געלט דער געווינט
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

הבא ללמד האט געשריבן:איך האף אפשר שפעטער צי שרייבן מיין איייגנע עקספיריענס וואס האט מיר געקאסט מיין נאיווקייט און אינטער געשריבען שטרי בירורים

רצונינו לשמוע את מלכינו.

[tag]הבא ללמד[/tag], נמצא מלמד...
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

הבא ללמד האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:לידיעה בעלמא, בית דין קען לעגאל נישט פסק'נען אנבאלאנגט קינדער, עס העלפט נישט קיין שטרי בירורין, ער קען אפילן אין קארט.

לויט מיין ידועה ביסטי נישט גערעכט אפשר איז דא אויסנאם פאלען, אז מען שרייבט אינטער שטרי ברירון איז דע רב אינגאנצע בעה"ב

אבער אגב איז כדי צי וויסען אז ביי דע פעמעלי קארט איז ליידער פינק אזוי קראפטירט ווי להבדיל און אידישע בתי דינין, אין ווער עס האט מער פאער און געלט דער געווינט

די קינדער האבן נישט אינטער געשריבן שטרי ברירון

און פאקט, קינדער קוקט די קארט נאר אויף וואס איז טובת הילד. פארשטייט זיך די קארט קען זיך רעכענען מיטן פסק אז די קינד ווערט צימישט, גלייבט זיך שווער.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

א גאנצע טאג קען איך נישט אויפהערן טראכטן פון דער שרעקליכע מעשה. ריגארדלעס וואס די עכטע סיבה איז, ריגארדלעס צו זיי מיינען יא די פה-סח קונטרס אדער נישט, פון וואו נעמט א בשר ודם אזויפיל רשעות. איך ווייס נישט מיט וועם דער מעשה איז געשעהן, אבער איך קען אפאר עלטערן מיט וועם עס איז געשעהן אזאנע מעשיות. מיין הארץ טוט פיזיש וויי. איך וויל ארום נעמען דער טאטע און וויינען מיט אים.

רבותי, וואס טוט מען דא? וויאזוי קענען מיר שטיין אויף די זייט און שווייגן אין ליכט פון אזאנע רשעות בשם השם אלוקינו? וואס קען מען טון צו לאזן וויסן די יונגאטשעס אז היו לא תהיה, מיר זענען מער נישט גרייט צו אקצעפטירן אומשולדיגע בלוט פארגיסונג? לא עת לחשות.


.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

איך מיין אז ווען מען וועט אנהייבן א קאמפיין קעגן דער בלוט פארגיסונג פון צוטיילן טאטעס פון קינדער, האפענטליך בקרוב ממש, זאל מען ניצן די ווערטער וואס הוגה האט נאר וואס געשריבן:

הוגה האט געשריבן:

רבותי, וואס טוט מען דא? וויאזוי קענען מיר שטיין אויף די זייט און שווייגן אין ליכט פון אזאנע רשעות בשם השם אלוקינו? וואס קען מען טון צו לאזן וויסן די יונגאטשעס אז היו לא תהיה, מיר זענען מער נישט גרייט צו אקצעפטירן אומשולדיגע בלוט פארגיסונג? לא עת לחשות.

דאכט זיך אז די ווערטער ליגן אויפן הארץ פון אלפים ורבבות מאחינו בני ישראל, דאס איז אןיפן שפוץ גאפל ארויס געברענגט דער נאקת בני ישראל., און יעצט דארף נאר זיין איין נחשון וואס זאל נעמען די גערעכטיגקייט אין די הענט אריין.

והשיב לב אבות על בנים ולב בנים על אבותם
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
Over time
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 12
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 17, 2015 1:32 pm
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

שליחה דורך Over time »

די מעשה איז אביסל אנדערש ווי דענקער האט געשריבען. דא איז גיווען א אפגעשריבענע אגרימענט צווישן טאטע מאמע אויף וועלכע לעוועל אידישקייט מען גייט ערציען די קינדער.

דער טאטע האט געבראכען די אגרימענט און זיי פראבירט אראפצוברענגן א לעוועל, פה סח איז נאר געווען איינע פון די דוגמאות וואס ער האט געטיען קעגן די אגרימענט.

בי״ד האט גע׳פסק׳נט אז דערווייל ווילאנג עס איז נישט דא קיין לגעטימע אגרימענט ווייל די טאטע האלט עס נישט איין איז עס א שטארקע פראבלעם, און די מאמע האט רעכט צו וועלן האלטען די קינדער ביים לעוועל ווי אפגעשמיעסט.

דער יטאטע קען צירוק גיין און נאכאמאל מאכען א אגרימענט אדער זיך פארנעמען איינצוהאלטען די אלטע אגרימענט, און אלע וועט זיך סעטלען.
[NAMELESS]

Re: קאנפיוזן די קינדער, עד היכן?

שליחה דורך [NAMELESS] »

ווי אזוי איז פה סח א דוגמא??!
Over time
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 12
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 17, 2015 1:32 pm
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

שליחה דורך Over time »

איר זענט זיכער באהאווענט אז ביי א גרויסע טייל אידן איז קאווע שטיבעל אפגעפרעגט און נאך ערגער ווי דאס, מעגליך זיי מאכען א טעות.

די מאמע האט געטענעה׳ט אז דער אינגערמאן האלט נישט די אגרימענט פון די לעוועל אידישקייט, והא ראיה איינע פון די באווייזען אז ער געט פאר די קינדער צו ליינען די פה סח, אויסגאבע, און דאס איז געווען אנדערש ווי אויסגענימען.
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

וואס איז גענוי די שפראך אין די אגרימענט וואס האט עקסלודעט אן אויסגאבע פון פה-סח? וואס איז די נעקסטע חידוש צו אוועקרייסן קינדער פון עלטערן? זי האט געטראגן מיטן עירוב, ער האט געגעסן מיט די קינדער כרפס אנגעליינט? זי גיט די קינדער צו ליינען עמי? ער האט געגעבן פאר א בעלזא קינד א פרשה צעטל מיט א שטיקל דברי יואל? זי האט געזינגן מיט די קינדער א ליפא שמעלצער ניגון? ער האט גשעלאגן כפרות ביי די ארונים? זי האט גענימען די קינדער צו א "אונטערן" פלעי? ער האט געזאגט די וועלט איז רינדעכיג? זי האט פארגעסן צו לייגן א שליסל אויף די חלה? ער געט צו עסן אייער אן צוויבעל? זי גיט צו הערן קול מבשר? ער האט געעפענט א סעווינגס אקאונט פאר די קינדער'ס חנוכה געלט ביי באנק לאומי?

נישט לאנג צוריק האט א רב געשריבן א בריוו צו די קאורט שטיצן א פאטער'ס נקמה שריט קעגן א מאמע פון איר נישט לאזן פארן מיט די קינדער צו א משפחה שמחה סאטמאר רבי אין א"י ווייל א"י איז זייער קאנפויזינג פאר א סאטמאר'ע קינד. אן אמת'ע מעשה פון א רב אין א גרויסע שול אין וומ"ס.

דאס זענען לעוועלס. אבער לעוועלס פון מדות משחתות. אמאל האט מען געריפן דאס קינד ביים נאמען, א טאטע אדער מאמע וואס האט געמיינע מדות און פראוועט נקמה מיט די קינדער. היינט איז מען סאפיסטיקירט, אלעס איז פארשלייערט אינטער די קאוד ווארט "קאנפיוזן".
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

Re: קאנפיוזן די קינדער, עד היכן?

שליחה דורך שמערל »

Over time האט געשריבן:די מעשה איז אביסל אנדערש ווי דענקער האט געשריבען. דא איז גיווען א אפגעשריבענע אגרימענט צווישן טאטע מאמע אויף וועלכע לעוועל אידישקייט מען גייט ערציען די קינדער.

דער טאטע האט געבראכען די אגרימענט און זיי פראבירט אראפצוברענגן א לעוועל, פה סח איז נאר געווען איינע פון די דוגמאות וואס ער האט געטיען קעגן די אגרימענט.

בי״ד האט גע׳פסק׳נט אז דערווייל ווילאנג עס איז נישט דא קיין לגעטימע אגרימענט ווייל די טאטע האלט עס נישט איין איז עס א שטארקע פראבלעם, און די מאמע האט רעכט צו וועלן האלטען די קינדער ביים לעוועל ווי אפגעשמיעסט.

דער יטאטע קען צירוק גיין און נאכאמאל מאכען א אגרימענט אדער זיך פארנעמען איינצוהאלטען די אלטע אגרימענט, און אלע וועט זיך סעטלען.


אויף אזא אויסטערלישע פאל, ווי דער גאנצער פראבלעם איז אז מען האט געבראכן אן "אגרימענט", און פשוט בי"ד קען נישט צולאזען דער טאטע זאל נישט זען די קינדער ווילאנג מען מאכט נישט איבער דעם עקספייערטן אגרימענט, איז דא אויף דעם א פשוטער עצה.
מען קען מאכן א מיגו. מיגו ער גייט קענען זען די קינדער אויפן נייעם לעוועל אגרימענט, קען ער שוין יעצט אויך זען.
כ'האלט זאלסט איבערגעבן די געוואלדיג שטיקל לומדות פאר די שלשה רועי בקר, כ'בין אז זיי וועלן זיך צו כאפן דערצו ווי צו הייסע לאקשאן, הפנים זיי זענען דאך גוטע מענטשן וואס מיינען אוודאי בלויז די טובה פון די קינדער און די עלטערן.
פארשפארט