וויליאמסבורג, האט עפעס א קדושה?

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3334 מאל

וויליאמסבורג, האט עפעס א קדושה?

שליחה דורך קאך_לעפל »

אונזערע עלטערן וואס זענען דירך געגאנגען דעם ביטערן קריג, און זיי האבן דורך געלעבט דעם ביטערן שואה, און פארבליבן עלענד ווי א שטיין, זיי זענען נאך געווען אין א פיל ערגערען מצב ווי אלגעמיינע יתומים, דאס צובראכן יתומ'על האט כאטש א שטיין א מצבה, ווי ער קען זיך אויסוויינען זיין צובראכן הערצל, ער קען נאס מאכן דער מצבה שטיין פון זיין לייטזעליגען מוטער, אבער אונזערע עלטערן האבן נישט פארמאגט דעם לוקסוס, זיי האבן נישט געהאט קיין שטיין וואס נאס צו מאכען.

זייערע נאנטע, זייער טאטע מאמע, ברודער און שוועסטער, ווייב און קינדער, זענען אלע אפגעפירט געווארן קיין אוישטוויץ – בירקאנוי, טרעבלינקע, מיידאנעק, סאביבאר, בעלזשיץ, חלמנא, בערגן- בעלזן, דאכו און נאך, דירך די פארשאלטענע נאציס מיט דער הילף פון זייער פיינע גויאישע שכינים, ווי זיי האבן נאקעטערהייט געשפאנט מיט א זייפל געמאכט פון ריין אידענס פעטענס אין דער האנט צו די גאז-קאמערען, ווי זיי זענען דירך געגאנגען דעם טויער אויף וואס עס איז געווען אויף געשריבען דעם פסוק זה השער לה' צדיקים יבואו בו, און דערשטיקט געווארן צום טויט מיט די צירקלאן- בי גאז, מיט א היליכען שמע ישראל געשריי אויף די לעפצען. הי''ד.

נאך פיל וואנדערייען האבן זיי זיך ענדליך דערשלאגן עלענד און צובראכן צום אמעריקאנער האפן, און זיך באזעצט אינעם עואב''י וויליאמסבורג, ווי זיי האבן איבערגעפלאצט פון דאס ניי זייער חרוב געווארענע היימען, און געהאפט אז דאס וועט זיין א קישילע אונטערן קאפ פאר זייערע נייע דורות, און ווי אויך דער לעצטער סטאנציע ביז משיח צדקינו וועט אונז ארויסנעמען פון דעם ביטערן גלות און אונז ארויפירן צו אונזער עכטער היים לציון עיר קדשינו ותפארתינו.

למעשה זענען זיי נעבאך אלע אויסגעשטארבן, זיי מיט די ערליכע רבנים ופרנסים וראשי הקהלה, אלעס איז שוין ליידער מער נישטא, די אלע וואס האבן זיך באמת געזארגט פאר אונזער וואוילזיין, און געטאן אלעס אויף דער וועלט אונז צו פארגרינגערען, אז מיר זאלן קענען לעבן רואיג מיט מנוחת הדעת, און קענען מגדל זיין אונזער קינדער על דרך ישראל סבא. עס איז שוין קיינער כמעט נישט פארבליבן.

עס איז אויף געשטאנען א נייער דור, וואס איז שוין פולקאם ערצויגן געווארן אויפן אמעריקאנעם באדן, און דער אמעריקאנער גייסט האט זיי שוין אינגאנצען באהערשט, דער לאנד פון אפערטונעטי, דער לאנד וואס דער מאטריאליסטישען שטאנד איז פיל העכער דער מאראלישער, דער לאנד וואס אלעס דרייט זיך ארום דעם גרינעם דאלאר, האט זיך שוין אין זיי אייינגעזאפט, עס דערקענט זיך שוין גארנישט אויף זיי דער הארעוואניע און מידת טובות וואס די אונזער אייראפישע ערליכע מלחמה איבערלעבער עלטערן האבן אונז געלערנט.

יעדער לעבט פאר זיך אליינס, ווי אזוי קען איך זיין רייכער פון יענעם, ווי אזוי קען איך פון יענעם ארויסרייסען דער לעצטער פריטה פון טאש, עס איז נישט דא קיין שום הנהגה, קייין שום אחריות הכלל, יעדער אנגעהויבן פון די א''ג רבנים, עסקנים, נגידים, קיינער מיינט נישט דעם כלל, יעדער איז דא בלויז פאר זיך, יעדער איז דא צו לעבן א שוואוילטאג, און זיך אנצופילן די טאשען, דער געשריי פינעם ארימאן איז ווי מיזיק אין זייערע אויערן, מיטן ניגון "איך דארף דיך עפעס אויסהאלטן"? מיט דעם סלאגאן רייסט מען אויס דער נשמה פינעם ארימאן,

פוי! און נאכאמאהל פוי, און צום לעצט נאכאמאל פוי!

די לייצים דמתקירא רבנים, חוץ פון דער פאקט אז א גרויס חלק פון זיי זענען עמי הארצים גמורים, וואס ווען דער בית המקדש שטייט ווען אצינד, וואלטן זייערע קליידער לכל השיטות מטמא געווען כזב וכמוצורע, און זייערע פירות וואלטן געווען טבל, זענען נאך די ארגסטע פון אלעם, זיי זענען שילדיג פארוואס מיר קוקן אזוי אויס, אנשטאט זיי זאלן אנהאלטן דעם אלטען אויסגעטרעטעם וועג, וואס אונזערע עלטערן האבן מיט זיך מיטגעברענגט פון אייראפא, זענען זיי גאר די וואס רייסען עס אויס, זיי זענען די גרעסטע בעלי תאווה, און משוקע בתאוות הממון, זיי מאכן פון אונז ליצי לייצנות. סמארט טעלאפאנען? געפאסטע קליידער? פרעס טראק? עירוב? זאג נאר די שייגץ איינער וויפיל רענט נעמסטו פון דיינע ארימע טענענטס פון די דירות וואס די האסט דיך געקויפט פון שנאר? די קומסט מיר זאגן עירב? טעלעפאן? אה?

דער עולם דארף דירך פירן א רעוועלאציע, און זיך אויפהייבן פון דעם עיר הנידחת, וואס האט נישט אין זיך קיין שום קדישה... איר וועט נישט טרעפן אין קיין שום ספר, אפילו אין ויואל משה, אדער אין ברך משה, אז וויליאמסבורג האט עפעס א קדישה אין זיך, עס איז פונקט אזוי הייליג ווי מנהעטען... אפשר נאך ערגער גאר... און זיך אריבער ציען אין קליינע שטעטליך, און אויפנעמען ערליכע רבנים, זיי מיזן נישט הייסן טייטעלבוים, מייזליש, האגער אדער האלבערשטאם, און גיין מיט געפעפיט און סטראקעס און מחילה קרוינען, זיי קענען הייסן מזרחי אויך. ווילאנג זיי קענען באמת לערנען, און זארגן זיך באמת פארן כלל, א שטייגער ווי די אמאליגע רבנים, וועלן זיי זיין גוט פאר אונז...

לאמיר נישט ווארטן ווי לאנג מיט וועלן זיך טרעפן אין דער בעלוויו מענטל דיפארטמענט, אדער אין אלבערט איינשטיין אינסעטוט,מיט אנגעצויגענע און אונטער געבראכענע נערוון, צוליב דאס איינגערעטער פאנטאזיע וואס די א''ג רבנים וואשען אונז די מוחות, אז מען מיז וואוינען, אין דער ירושלים ד'אמעריקא....

יא ווען דער נער איז נישט מיינער לאך איך ווען אויך....
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קאך_לעפל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 42 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר