היימישער ליטוואק האט געשריבן:דאס איז א בטלנות, אדער חוסר-ברירה, מצד דעם גאנציאריגן געשעפטסמאן ... זאל ער אויך ריעלייזן אז פאר פסח וועט דער קאסטומער גיין צו דארטן וואו עס איז ביליגער; אדער מאך דו אוך ביליגער...
נישט גערעכט! א געהעריגע גראסערי קען זיך אזאנס נישט ערלויבן.
דער געשפעטסמאן קען זיך נישט ערלויבן צו פארקויפן פאר האלסעיל פרייזן. איינס ווייל דאס איז זיין פרנסה, און ווען דען דארף ער פרנסה אויב נישט ערב פסח ווען די הוצאות ביי יעדעם איז גאר גרויס.
צווייטענס, דער גראסערי דארף געהעריג באצאלן געלט פאר זיין סטאר, פאר א געדינגענע טרעליער לכבוד פסח, די חודש'ליכע בילס פון זיין גראסערי, די וועכנטליכע געהאלט פון די ארבייטערס - פון דעם על פי רוב עטליכע היימישע אינגעלייט וואס ערווארטן לכבוד פסח צו באקומעון א באנוס פונעם בעל הבית.
מה שאין כן די כולל אינגערמאן/עסקן/אינוועסטאר וואס מאכט א פסח יריד לזכות את הרבים, האט נישט א העלפט פון די אלע הוצאות. מ'קומט קויפן ביי איהם, אפילו די אויספארקויף קומט פאר אין א טונקעלע פארשמוצטע ווערהאוז. בילס-ארבייטערס מאן דכר שמיה. מען טרעפט א גרופע אינגעלייט/בחורים זאלן אנפירן די עסק לשם מצוה. זיי דעליווערן נישט נאר פאר א קליינע אפצאל [ליין: 20 דאלער אין העכער, וואס דער פריוואטער אונטערנעמער פארלאנגט]
באדעם ליין איז, די גראסערי מאן וואס האלט אויף זיין געשעפט א גאנץ יאר, און שטעלט צו סערוויס אויך פאר אזעלכע וואס באצאלן שווערליך, כאפט א געזונטע פראסק ערב יום טוב, ווען ביז עטליכע יאר צוריק איז עס געווען זיין מעין סיזען