"מעלות" ענטפערט אויף עקספערימענטירער'ס איד/בלאט שפיצל

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

ברסלבער האט געשריבן:דאס איז אפשר 'אויך' געווען דער כוונה פון @עקספירימענטער. אבער למעשה אינעם באהאלטענעם מעסידזש האט ער געלאזט הערן אז אינטערנעט מיט א שטארעק פילטער איז א כלי מחזיק ברכה, און אויף דעם באציט זיך די מעלות.

עס איז נישט? ווייניג אידן לעבן דערפון?!
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

איך האב נישט דן געווען איבער די נושא אויב אינטערנעט איז גוט אדער נישט, פאקטיש געפין איך זיך יעצט אויף די אינטערנעט.
איך זאג אז דער עולם האט טענות אז די מעלות האט נישט געכאפט דעם פינטל, עקספירימענטער האט באמת נאר געוואלט אויפווייזן אז די צייטונגען קארמען דעם עולם מיט שקרים, און די מעלות באציט זיך צו די אינטערנעט חלק. אבער דער אמת איז אז ווי עס קוקט אויס פונעם באהאלטענעם מעסידזש, האט ער דוקא יא געוואלט ארויסברענגען אז אינטערנעט איז גוט.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
עדיאל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 144
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 9:13 pm
האט שוין געלייקט: 68 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 593 מאל

שליחה דורך עדיאל »

מעלות איז נישט אויפריכטיג. די כוונה איז נישט געווען אויסצונארן בראד (ווארשע?). די כוונה איז אויך נישט געווען צו באהאלטן א מעסעדש און לאזן דער עולם נאראנים נישט כאפן. די כוונה איז אויך נישט געווען אן ארגומענט לטובת האינטערנעט.
די כוונה פון עקספערימענטירער איז געווען אויפצואווייזן ווי גרינג ס'איז אפצודרוקן שקרים. דאס מעסעדש איז באהאלטן געווארן דארט נאר אלס ראיה אז די גאנצע מעשה איז א שפיצל. און יא, טייערע מרת כץ, אויב די מעשה איז נישט אמת, זענען נאך פיל אנדערע נישט אמת. פירצה קורא לגנב. אויב ס'דא אן אגענדע צ שרייבן ליגן, און ס'נישט דא קיין מאסן אין פלאץ צו פארמיידן ליגן, וועט זיין ליגן. אזוי האט דער אייבירשטער אריינגעלייגט אין די טבע. און אויב פיל מעשיות זענען נישט אמת, שרעקט מען אפ מענטשן אן קיינע באווייזן.
אנדערש ווי די שעדליכקייט פון ציגארעטן רויך וואו ס'איז דא אמת'ע שטודיעס, און איינעמס שפיצלעך מאכן נישט אויס, איז ביי אינטערנעט די גאנצע מערכה געבויט אויף מעשה'לאך.
פארשטייסט?
עדיאל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 144
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 9:13 pm
האט שוין געלייקט: 68 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 593 מאל

שליחה דורך עדיאל »

ברסלבער האט געשריבן:אבער דער אמת איז אז ווי עס קוקט אויס פונעם באהאלטענעם מעסידזש, האט ער דוקא יא געוואלט ארויסברענגען אז אינטערנעט איז גוט.

ניין, דאס מעסעדש האט עקספערימענטירער באהאלטן נאר צואויפווייזן זיינע ווערטער. וואס האסטו געוואלט ער זאל שרייבן דארט? אשרי יושבי ביתך? פתי יאמין האט ער שוין אריינגעלייגט. וואס נאך. שרייבט ער כלי מחזיק ברכה. שוין, האסטו טענות. אפשר וואלט ער טאקע נישט געדארפט שרייבן דאס. אבער מאכן דערפון אן עיקר, אין א ביליגע סאפיטישער טאקטיק..
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

נייע דיסקלעימער פון דער איד/בלאט.

מיר ווילן קלארשטעלן דאס מיר נעמען נישט קיין אחריות אויף די פאלגענדע זאכן פון אונזער/אייער צייטונג:

כשרות אויף די פראדוקטן פון אונזערע אדווערטייזער.

אמת'דיגקייט אין די מעשיות וואס מיר ברענגען פון אונזערע ליינער.

איינזייטיגקייט איבער די אר"י'דיגע נייעס פון אונזערע זשורנאליסטן.

אוטענטישקייט אויף די בילדער פון אונזערע קאפירער.

פלאגיאריזם איבער ארטיקלן פון אונזערע שרייבער.

חתימות הרבנים פון אונזערע קול קורא'ס.

ישמע חכם ויוסיף לקח... מיר זענען דא צו האלטן דעם ציבור געשפאנט מיט בלויז כשר'ע ליין מאטעריאל כפי רוחם פון גדולי ומאורי הקודמים נ"ע ומאורי דורינו שליט"א.

מיט פארשטענדעניש
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום מאטי, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

יא! מען גיבט אצינד איבער פון בלאט אפיס אז שמואל ווידער איז געפאלן חלשות.... און ער האט הייס צוגעזאגט אז פון היינט און ווייטער גייט ער זיך פולשטענדיג רעכענען מיט מוטי'ס דעת ת.........
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

אגב, די מעלות פלעגט אמאל שרייבן: "מיר נעמען די פולע אחריות אויף אלע אונזערע ארטיקלען און אדוועטייזמענטס".
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

מעלות אטאקירט א שטרוי מאן (אדער שטרוי פרוי), כאילו די שפיצל איז אן ארגומענט לטובת אינטערנעט,ווען באמת איז עס אן ארגומענט איבער ווי גרינג ס'איז אפי' פאר אן אנאמינער שרייבער, וכ"ש פאר א well connected שרייבער, צו פארקויפן וואס אימער די אגענדע שטופט. ס'איז א שפיצל דעזיינט צו מאכן טראכטן ווי willfully gullible מיר קענען זיין.
אבני שיש
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 7
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 19, 2015 4:19 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

שליחה דורך אבני שיש »

די עצם פאקט אז זיי האבן געפילט פאר וויכטיג צי ווידמען 3 זייטן מסביר צי זיין וואס פאר א 'נאר' ער איז ווייזט אז דער עמך ליינער זעט נישט די נערנות און דעם, איז דעך עקפערימענטירער יא גערעכט מיטן דאס פרעזענטירן פארן עמך. דעטס בעסיידס די פאוינט אז איך האלט אז דאס איז גארנישט דומה, אזוי ווי אנדערע האבן שוין ארויסגעברענגט.
I think therefore I am. I think.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מאטי האט געשריבן:גראדע שרייבט די מעלות אז אויב וואלט אנגעקומען צו זיי אזא מעשה וואלטן זיי דאס אויך נישט בודק געווען. זייער פוינט איז אז ס'פעלט נישט אויס צו זיין אמת. (ס'איז דאך בלויז א מדבר שקר תרחק פראבלעם, ביג דיעל!) די עיקר איז אז ס'קען זיין אמת און אפילו קיין איין מעשה איז נישט אמת, איז יעדער וואס האט קרובים ווייסט דאך פאר זיכער מינימום איין מעשה וואס האט אראפגעפירט א משפחה מיטגליד פון וועג. הא?? :רח"ל :רח"ל

ניין מיין פריינד איר האט ניט גוט געליינט, זי שרייבט קלאר אז ביי זיי קאן דאס נישט פאסירן ווייל זיי גייען נאך די מקור, נאר זי שרייבט אז אפגעזען צו עס איז אמת, איז די פאקטן יא אמת אז אינטערנעט איז שעדליך און ווי יעדער קען מעיד זיין,

מעלות איז באוויסט פאר איר קראנטקייט, און אפי' א קליין בריוו'ל וועט זי נאכגיין,
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

עמעזאן האט געשריבן:
מאטי האט געשריבן:גראדע שרייבט די מעלות אז אויב וואלט אנגעקומען צו זיי אזא מעשה וואלטן זיי דאס אויך נישט בודק געווען. זייער פוינט איז אז ס'פעלט נישט אויס צו זיין אמת. (ס'איז דאך בלויז א מדבר שקר תרחק פראבלעם, ביג דיעל!) די עיקר איז אז ס'קען זיין אמת און אפילו קיין איין מעשה איז נישט אמת, איז יעדער וואס האט קרובים ווייסט דאך פאר זיכער מינימום איין מעשה וואס האט אראפגעפירט א משפחה מיטגליד פון וועג. הא?? :רח"ל :רח"ל

ניין מיין פריינד איר האט ניט גוט געליינט, זי שרייבט קלאר אז ביי זיי קאן דאס נישט פאסירן ווייל זיי גייען נאך די מקור, נאר זי שרייבט אז אפגעזען צו עס איז אמת, איז די פאקטן יא אמת אז אינטערנעט איז שעדליך און ווי יעדער קען מעיד זיין,

מעלות איז באוויסט פאר איר קראנטקייט, און אפי' א קליין בריוו'ל וועט זי נאכגיין,

ווער האט געזאגט אז אינטערנעט איז נישט שעדליך?
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

עמעזאן האט געשריבן:
מאטי האט געשריבן:גראדע שרייבט די מעלות אז אויב וואלט אנגעקומען צו זיי אזא מעשה וואלטן זיי דאס אויך נישט בודק געווען. זייער פוינט איז אז ס'פעלט נישט אויס צו זיין אמת. (ס'איז דאך בלויז א מדבר שקר תרחק פראבלעם, ביג דיעל!) די עיקר איז אז ס'קען זיין אמת און אפילו קיין איין מעשה איז נישט אמת, איז יעדער וואס האט קרובים ווייסט דאך פאר זיכער מינימום איין מעשה וואס האט אראפגעפירט א משפחה מיטגליד פון וועג. הא?? :רח"ל :רח"ל

ניין מיין פריינד איר האט ניט גוט געליינט, זי שרייבט קלאר אז ביי זיי קאן דאס נישט פאסירן ווייל זיי גייען נאך די מקור, נאר זי שרייבט אז אפגעזען צו עס איז אמת, איז די פאקטן יא אמת אז אינטערנעט איז שעדליך און ווי יעדער קען מעיד זיין,

מעלות איז באוויסט פאר איר קראנטקייט, און אפי' א קליין בריוו'ל וועט זי נאכגיין,


איך ווייס נישט וועלכע מעלות דו האסט געליינט אבער אין מיינס שטייט דאס פאלגענדע:

"די מעשה איז (ב"ה) נישט אנגעקומען צו מעלות. און ווען יא, וואלטן מיר דאס באשטעטיגט ביי ר' יעקב מאיר שעכטער? מסתמא נישט, ס'שווער צו גלייבן אז איינער זאל זיך נעמען די מי."

מעלות
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

@מאטי וואס דרייסטו ארום, וואס שרייבט זי נאכדעם וואלטן מיר אנגערופען די שרייבער? יא! וכו' שרייבט זי קלאר אז אזא מעשה וואלט ווען אין מעלות נישט אנגעקומען.
די שורה וואס דו ברענגסט וויל זי מצדיק זיי די צייטונגען.
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

גערעכט. נישט געליינט ווייטער.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
בונדל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 03, 2015 9:18 pm
האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל

שליחה דורך בונדל »

איך פארשטיי בכלל נישט דעם גאנצן נושא דא. הונדערטער ספרים און מעשה ביכלעך פולען אן די פאליצעס פון אונזערע הייזער און ספרים געשעפטען. הסכמות זאגען נאר אז דער מחבר איז א ערליכער יוד וכו'. און אפשר האט מען אונז אפגענארט און אסאך פון די ביכער און מעשיות זענען פאלש? מעגליך. אבער זענען מיר די נאראנים אדער יענער די שווינדלער?
א חכם רופט אן מיט א מעשה, פאר וואס זאל מען אים נישט גלייבען? יענער האט גענארט זיך אליין. קיינעם אנדערש.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

"מעלות" ענטפערט אויף עקספערימענטירער'ס איד/בלאט שפיצל

שליחה דורך פרייוויליג »

אודה ולא אבוש, איך האב געליינט די ארטיקל אין די מעלות. דער שרייבער האט א פעדער איינס אין דער וועלט. דאס איז קלאר אז ״אונזער בריוו שרייבער״ האט עס געהארגעט מיטן אריינשרייבן אז אינטערנעט איז א כלי מחזיק ברכה. מה לו צרה הזאת? ער וואלט בלויז געקענט שרייבן ״איך האב אויסגעפאפט די בלאט א.ד.ג.

הכלל, דער מעלות שרייבער האקט שטיקער מנה אחת אפיים. מיט א געוואלדיגער פעדער. און וואס זאל איך אייך זאגן, יענער האט פעסט צוריק גענטפערט. די בעסטע שטיקל פון די מעלות איז די פאלגענדע ציטאט:
ImageUploadedByTapatalk1432333298.880489.jpg
פארשפארט