יום טוב אינדערהיים אדער ביים רבין?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
עזריאל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1449
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 10:09 am
האט שוין געלייקט: 1377 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1603 מאל

יום טוב אינדערהיים אדער ביים רבין?

שליחה דורך עזריאל »

ס׳קומט יעצט די יום טוב שבועות, איינס פון די שענסטע ימים טובים וואס מיר פארמאגן, מאיז נישט צוגעבינדען צו א סוכה ווי אויך קען מען עסן עפעס מער פון מצה מיט קארטאפל, און ווער רעדט נאך פון די מילעכיגס, און פון די שמעקעדיגע רויזן פון אלע סארטן וואס איר ריח צוזאמען מיט די קילע עיר קאנדישאן לופט קומט מיר ארויף ווען אימער איך טראכט נאר פון דעם יום טוב, א קיצור טעם גן עדן לכל הדיעות, אזא יום טוב קען מען אויסניצן צו פארברענגן מיט די משפחה, די קינדער וואס אגאנץ יאר קוים וואס מקוקט זיי אן זייענדיג פאריאגט און פארפלאגט, ווי אויך קען מען אריינכאפן א געשמאקע וויקאציע פון דריי טאג.

אבער די רחמנות געפילן קומען מיר ארויף מידי שנה בשנה ווען איך שפאציר און בית מדרש די ערשטע נאכט יום טוב זעהנדיג די פילע געסט און שטאט, כל מיני פרעמדע פרצופים, מענטשן וואס זייער גאנצער הנאה געבן זיי אוועק צו זיין ביי א רבי (שיין גערעדט-פון וועם זיי אליין מאכן חוזק) אויף יום טוב, פארשטייען טאקע נישט די יודן די שיינקייט פון יום טוב? וואס איז דאס גיין גלות ליידן? זעהן זיי טאקע די קולות וברקים ביי זייער רבין אז סלוינט זיך אריינצושטופן אין א בעסמענט פאר אגאנץ יום טוב? האבן זיי טאקע אזא ליבשאפט צום שוויגער אז דעם איינעם יום טוב ווי דער חציו לה׳ קען מען מקיים זיין מיט טשיז קעיק און קילע קאווע זאל מען עס דארפן עסן פארשעמט ברשות הרבים פאר שוואגערס און שוועגערינס?

א קיצור איך האב זייער רחמנות אויף די אלע וואס זענען נעבעך נישט אינדערהיים אויף יום טוב, פון די אנדערע זייט .... איך ווייס נישט וואס צו שרייבן... אדרבה לאמיר עס דיסקוסען, לאמיר הערן דעם דעת הקהל וראשיה וכוכביה.

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר