קאנפיוזן די קינדער, עד היכן?
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל
בכלל דארף מען וויסן צו די ארגומענט איז געווען מרצונו הטוב פונעם טאטן אדער ווי מ'זאגט, "א ברירה האט ער געהאט". קומט א יונגערמאן, ער ווייסט נאך נישט וויאזוי צו פארדייען זיין פרשה, ער איז צומישט און פארלוירן, ער דארף צו קומען צו יועצים פארמיטלער און רבנים ,און אט די בישאפן אן קיין אחריות און אן געפיל רייטן אויף זיין שוואכקייט און פירן אים ארום ככל העולה על רוחם.
אבער וויאזוי די מעשה זאל נאר האבן געווען, עס איז קלאר אז דער גאנצער ווירטשאפט בכלל וואס קומט אזוי פיל מאל פאר בעניני גירושין איז אינטער אלע קריטיק, און נישט די פרטים פון איין מעשה גייט דא אויסמאכן. דעריבער, וועם די שאנדע און שוידערליכער עגמת נפש פון די טויזנטער צובראכענע און אונטערדריקטע עלטערן נוגע ללבו, זאל זען צו טון וואס מ'קען להעביר רוע הגזירה.

אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 635
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
- האט שוין געלייקט: 320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל
Although the parties consented to arbitration of custody and visitation matters, they had no power to do so. “Disputes concerning child custody and visitation are not subject to arbitration as ‘the court’s role as parens patriae must not be usurped’” (Matter of Hirsch v Hirsch, 4 AD3d 451, 452, quoting Glauber v Glauber, 192 AD2d 94, 98; see Schechter v Schechter, 63 AD3d 817, 819). Accordingly, that branch of the petition which was to confirm the custody and visitation provisions of the arbitration award should have been denied, and the matter must be remitted to the Supreme Court, Kings County, for a hearing and determination as to the issues of custodyand visitation (see Schechter v Schechter, 63 AD3d at 819; Cohen v Cohen, 195 AD2d 586,
588).
בית דין'ס פסק, ווען ס'קומט צו custody האט נישט קיין ליגאלע האפט. פונקט ווי בית דין קען נישט געבן א גט פאר דיר..
588).
בית דין'ס פסק, ווען ס'קומט צו custody האט נישט קיין ליגאלע האפט. פונקט ווי בית דין קען נישט געבן א גט פאר דיר..
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!
פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל
קארט איז א צווייטע מעשה, מען דארף דערפאר א סך געלט, מוטיגקייט, און די מינעמאלע ידועות וואס א גרויסער טייל פון היימישן עולם האט נישט. און דאס איז אויסער דער סוסאיעטי שרעק וואס מען האט פון זיין פון די "הולכי ערכאות".
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
- הבא ללמד
- ידיד השטיבל
- הודעות: 155
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 1:46 pm
- האט שוין געלייקט: 38 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 82 מאל
חוץ מז ווי איך האב שוין פריער געשריבען דע גאנצע פעמעלי קארט סיסטעם ליגט און דע הענט פין דע אזוי גרעפינע "עסקנים" און זיי טיען מיט דעים ככל העולה על רוחם און טאמער די האסט נישט דע ריכטיגע קאנעקשאן ביסטי סיי ווי סיי א פארלוירענער
און למעשה ווייס איך פאר פאקט אז זיי רעכענען זיך יא מיט דעם רב וואס מען האט אינטערגעשריבן ביי אים שטרי בירירון, קען זיין אז אויב זיי זיען אז עס ניישט לטבתו פין דע קינדער וועלן זיי זיך נישט רעכענען מיט דיעם, אבער בדרך כלל וועלן זיי מיט גיין מיט דיעם

- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
שמערל האט געשריבן:Over time האט געשריבן:די מעשה איז אביסל אנדערש ווי דענקער האט געשריבען. דא איז גיווען א אפגעשריבענע אגרימענט צווישן טאטע מאמע אויף וועלכע לעוועל אידישקייט מען גייט ערציען די קינדער.
דער טאטע האט געבראכען די אגרימענט און זיי פראבירט אראפצוברענגן א לעוועל, פה סח איז נאר געווען איינע פון די דוגמאות וואס ער האט געטיען קעגן די אגרימענט.
בי״ד האט גע׳פסק׳נט אז דערווייל ווילאנג עס איז נישט דא קיין לגעטימע אגרימענט ווייל די טאטע האלט עס נישט איין איז עס א שטארקע פראבלעם, און די מאמע האט רעכט צו וועלן האלטען די קינדער ביים לעוועל ווי אפגעשמיעסט.
דער יטאטע קען צירוק גיין און נאכאמאל מאכען א אגרימענט אדער זיך פארנעמען איינצוהאלטען די אלטע אגרימענט, און אלע וועט זיך סעטלען.
אויף אזא אויסטערלישע פאל, ווי דער גאנצער פראבלעם איז אז מען האט געבראכן אן "אגרימענט", און פשוט בי"ד קען נישט צולאזען דער טאטע זאל נישט זען די קינדער ווילאנג מען מאכט נישט איבער דעם עקספייערטן אגרימענט, איז דא אויף דעם א פשוטער עצה.
מען קען מאכן א מיגו. מיגו ער גייט קענען זען די קינדער אויפן נייעם לעוועל אגרימענט, קען ער שוין יעצט אויך זען.
כ'האלט זאלסט איבערגעבן די געוואלדיג שטיקל לומדות פאר די שלשה רועי בקר, כ'בין אז זיי וועלן זיך צו כאפן דערצו ווי צו הייסע לאקשאן, הפנים זיי זענען דאך גוטע מענטשן וואס מיינען אוודאי בלויז די טובה פון די קינדער און די עלטערן.
דו פארשטייסט וואס דו האסט געשריבן?
בי"ד וויל זיכער מאכן אז ער פאפט זיך נישט אויס אויף די עגרימענט וואס ער האט אינטער געשריבן און א פארלעצונג האט קאנסעקווענסעס - איז וואו קימט דא אריין מיגו?
גערעכט צו נישט גערכט
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel
סאיז מיר אונטערסאנט אז מ׳האט דא אנגענימען מיט א פשטות אז קאווע שטיבל איז אפגעפרעגט ביי אסאך מענטשן, איך ווייס נישט צו יענער רב ווייסט, אבער די רבנים זענען זיכער אפגעפרעגט, יא אנגעהויבן ביי התאחדות וואס האט ערשט לעצטענס אנגעהויבן גיי קוקן ווי זיי געבן השגחות, גענדיגט ביים צוגעשפארטן משפט שלום בית דין, און נישט אויסגעלאזט מכון להוראה וואס האט מיט גרויס גוטסקייט געפאסקענט פאר באבוב נאך צעהן יאר, און האלט נאך אינמיטן א דין תורה פאר סאטמאר ב״פ שוין כמעט צוועלעף יאר.
די אלע אינשי דלא מעלה וואס נוצן אונזער תורה אלץ א קרדום לחפור בה, רייך צו ווערן דורך נישט ארבעטן, זיי גייען גאר פסקענען וועלכע לעוועל אונזער שטיבל דא איז.
די אלע אינשי דלא מעלה וואס נוצן אונזער תורה אלץ א קרדום לחפור בה, רייך צו ווערן דורך נישט ארבעטן, זיי גייען גאר פסקענען וועלכע לעוועל אונזער שטיבל דא איז.
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
[justify][tag]הקטן[/tag] טייערע, איך פארשטיי אז דו ביסט אן עקסטרעמע פאזיטיווע מענטש און אלץ וועסטו טרעפן א דופן עקומה'דיגע וועג צו טרעפן א לימוד זכות פאר סיי ווער אימער עס ווערט קריטיקירט. עס איז א שיינע מדה צו פארמאגן אבער דו דארפסט וויסן אז צומאל איז עס ממש איראניש און נישט אין פלאץ. לאמיך איבערטייטשן דיין תגובה אין אנדערע ווערטער. דאס איז וואס דו זאגסט. "בי"ד האט איבערגעלייגט די קינדער אריינגעשמיסן אין זיי מיט א פאסיק און א שטעקן, צוביילט און צופליקט די קינדער פיזיש און גייסטיש. אבער מען קען זיי פארשטיין. עס איז געווען א פא*ינג אגרימענט, און בי"ד האט ס"ה געדארפט מאכן זיכער אז די אגרימענט ווערט איינגעהאלטן". אה! יעצט פארשטיי איך זיי. אויב אזוי זענען זיי גערעכט.
וואס קען בי"ד טון אויב די טאטע האלט נישט איין די אגרימענט? איך האב א פשוט'ע עצה פאר בי"ד. זיי זאלן צורייסן די אגרימענט. האסטו געהרט א מעשה? מען נוצט די קינדער צו מעניש זיין די טאטע? ווען איך האב געזעהן די OP פון דער אשכול בין איך געווען זיכער אז איינער פון די מאמע'ס צד וועט קומען דא און פארענטפערן די בי"ד פון איר צד. איך בין געווען זיכער אז די מאמע'ס צד וועט לכה"פ אויפבאקען אז די טאטע איז אביוסיוו צו די קינדער וכדומה, אזוי אז טאמער איינער וועט עס גלייבן וועט עס כאטש זיין פארשטענדליך. דערווייל לא דובים ולא יער, ס"ה קומט מען פארענטפערן אז די טאטע האט נישט נאר געוויזן די קינד ק"ש ער האט נישט איינגעהאלטן די "לעוועל פון אידישקייט" וואס די מאמע פארלאנגט? סיריעסלי? דאס איז די בעסטע that you can come up with? פארדעם האקט מען אפ קינדער פון עלטערן? דאס איז שוין "פארשטענדליך"?
.[/justify]
Over time האט געשריבן:ביי א גרויסע טייל אידן איז קאווע שטיבעל אפגעפרעגט און נאך ערגער ווי דאס, מעגליך זיי מאכען א טעות. די מאמע האט געטענעה׳ט אז דער אינגערמאן האלט נישט די אגרימענט פון די לעוועל אידישקייט, והא ראיה איינע פון די באווייזען אז ער געט פאר די קינדער צו ליינען די פה סח, אויסגאבע, און דאס איז געווען אנדערש ווי אויסגענימען.
וואס קען בי"ד טון אויב די טאטע האלט נישט איין די אגרימענט? איך האב א פשוט'ע עצה פאר בי"ד. זיי זאלן צורייסן די אגרימענט. האסטו געהרט א מעשה? מען נוצט די קינדער צו מעניש זיין די טאטע? ווען איך האב געזעהן די OP פון דער אשכול בין איך געווען זיכער אז איינער פון די מאמע'ס צד וועט קומען דא און פארענטפערן די בי"ד פון איר צד. איך בין געווען זיכער אז די מאמע'ס צד וועט לכה"פ אויפבאקען אז די טאטע איז אביוסיוו צו די קינדער וכדומה, אזוי אז טאמער איינער וועט עס גלייבן וועט עס כאטש זיין פארשטענדליך. דערווייל לא דובים ולא יער, ס"ה קומט מען פארענטפערן אז די טאטע האט נישט נאר געוויזן די קינד ק"ש ער האט נישט איינגעהאלטן די "לעוועל פון אידישקייט" וואס די מאמע פארלאנגט? סיריעסלי? דאס איז די בעסטע that you can come up with? פארדעם האקט מען אפ קינדער פון עלטערן? דאס איז שוין "פארשטענדליך"?
.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1129
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
- האט שוין געלייקט: 982 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל
Re: קאנפיוזן די קינדער, עד היכן?
איך האב לכתחילה נישט געענטפערט אויף דעם שלא מן הענינ'דיגע תגובה. אבער אז דו ענטפערסט שוין, וועל איך בלויז קלארשטעלן וואס over time האט געשריבן בזה"ל, "דער טאטע קען צוריקגיין און נאכאמאל מאכן אן אגרימענט", אויף דעם האב איך געפרעגט, אויב קען מען מאכן א נייעם אגרימענט וואס נעמט נישט אריין נישט ליינען פה-סח, האב איך א מיגו אז יעצט זאל ער עס שוין אויך קענען ליינען, און מען דארף נאכנישט פארדעם אוועקכאפן קינדער וואס לדברי הבעל המעשה איינמאל מען פארעכט דעם פעלערדיגן אגרימענט גייען זיי גלייך צוריק.
בכלל חקרן, איך זעה נישט מיט וואס דו ביסט טויגליכער פון over time אז ער זאל דיר ברויכן הייערען פאר זיין לויער, אז ער וויל קען ער זיך אליין ערקלערן.
בכלל חקרן, איך זעה נישט מיט וואס דו ביסט טויגליכער פון over time אז ער זאל דיר ברויכן הייערען פאר זיין לויער, אז ער וויל קען ער זיך אליין ערקלערן.
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 12
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 17, 2015 1:32 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל
איך זע אז דא איז דא א חסרון ידיעה.
די מציאות איז אז ווען עס רעדט זיך פון קליינע קינדער דאן האט די אגרימענט וואס מען האט זיך אויסגענימען בעפאר די גט גאר א שטארקע לעגאלע און תורה׳דיגע קראפט, דער יונגערמאן וואלט אפילו אין קארט פארלוירען זיין קעיס.
די קארט און בי״ד זענענן ביידע דא אז די קינדער זאלן אויפוואקסט די בעסטע וואס איז שייך אין די סארט מצבים, ביי קליינע קינדער איז ע״פ רוב אז די מאמע האט פיזיש קאסטעדי און די טאטע האט וויזיטעשין און ביידע האבן ליגעל קאסטעדי.
אויב די מאמע קומט טענה׳ן אין קארט אדער אין בי״ד אז די טאטע האלט זיך נישט צום אגרימענט און לויט איר מיינוג צומישט עס די קינדער, דאן איז דער טאטע א לוזער סיי ווי נאר, יעדע שוואכסטע בי״ד וואלט זיך געשטעלט אויף די מאמע׳ס זייט.
דער יונגערמאן דארף יעצט צירוק גיין צו בי״ד און נאכאמל אינטערשרייבען אז ער וועט זיך האלטען צום אגרימענט און ער באקימט צירוק זיין וויזיטעשין.

די קענסט טענה׳ן אז אין קארט די מאמע וואלט געדארפט האבן מער הארטע באווייזן ווי ביי בי״ד, איר זענט מעגליך גערעכט דערמיט.
אבער דאס נעמט נישט אוועק די פאקט אז אפילו די קארט וואלט זיך גערעכענט מיט די מאמע קעגן טאטען אויב פאלגט ער נישט די אגרימענט, און דאס איז די נקודה דא, אז אגרימענט איז גאר גאר א שטארקע זאך און ווער עס האלט עס נישט דער דערלייגט.

- יואליש
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2681
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
- האט שוין געלייקט: 1390 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל
זיכער אזוי. מ'קען נישט און מ'טאר נישט פארלעצן אן אגרימענט. אבער זיי זיכער אז די אגרימענט זאגט נישט אז מ'טאר נישט ערלויבן דאס קינד צו לערנען א תפארת ישראל. די מאמע איז מחדש א פורים תורה אז דאס איז פארלעצונג פון די "רעליגיעזע סטאנדארט" קלאוז, אדער די "וועלפער פונעם קינד" קלאוז. נאר א רב מיט אן אגענדע קעגן די טאטע וועט קויפן די ארגומענט ווייל ער זיכט מיט לעכט וויאזוי אריינצוקוועטשן זיין אגענדע אינעם אגרימענט. די קאורט וואלט ארויסגעלאכט די מאמע פון זאל. די "קאנפיוזן" ארגומענט איז דעווארן די אבסטראקט ארגומענט אונטער וואס אגענדע-געטריבענע פארטייען באהאלטן זייער געמיינע אגענדע.
פארשטייט זיך אז ס'איז פארהאן אמת'ע פעלער ווען קאנפיוזינג איז א פראבעלם, אבער אויב עפעס איז עס די צד וואס וויל אפרייסן די קינדער פון א ביאלאגישע עלטערן (אן קיין לעגיטימע סיבה) די צד וועלכע טיט פרעכערהייט קאנפיוזן די קינדער.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יואליש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- יואליש
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2681
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
- האט שוין געלייקט: 1390 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל
הבא ללמד האט געשריבן:דער שופט ווייסט נישט וואס איז יא אידישקייט און וואס איז סטתם בי עס און פארדיעם וועט ער אן נעמען דע ווערטער פין בי"ד ספיציעל אז האט אינטער געשריבען ארבטרעישען ביי אים
דאב יא. איינמאל ס'איז דא א פסק פון בי"ד טראגט עס געוויכט. אבער א גיטע לאויער מיט גיטע פארענסיק עקספערטן און בריווען פון עקספערטן אין יהדות קענען צופליקן א לעכערליכע פסק. ס'איז אבער א פארצווייגטע פראצעס און די קינדער ליידן זיך אן אינדערצווישן.
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 12
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 17, 2015 1:32 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל
[tag]יואליש[/tag] לאמיר זיין אויפריכטיג פאר א מינוט.
דו ווייסט זייער גוט אז ביי א ריזען ציבור חסידים איז בבל יראה וובל ימצא צו רעדן מיט קינדער פון דעם תפארת ישראל, און זיי לייגען עס אריין אין יודשקייט אז ע״פ יהדות טאר מען דאס נישט טיען, עס איז מעגליך אז זיי זענען נישט גערעכט מיט זייער שיטה, אבער עכ״פ אז אזוי האבן זיי אנגענימען זייער ווערסיע פון אידישקייט.
ווען מען האט געשריבען די אגרימענט האט מען אריינגעשריבען אז מען גייט האלטען די ווערסיע פון אידישקייט לויט ווי אזוי זיי טייטשען עס אויס, מען האט טאקע נישט ארויס געשריבען די פרט אבער די כלל האט מען יא ארויסגעשריבען, דער יונגערמאן האט אינטערגעשריבען די אגרימענט.
דער יונגערמאן האט עס געבראכען און ער פארלעצט די סיעף פון די אגרימענט, אויף וועם קען ער יעצט האבן טענות? איז אים איינער עפעס שולדיג אז ער האט זיך נישט געקענט איינהאלטען?
נעווער מיינד צו די חסידים זענענן גערעכט מיט זייער אויסטייטש ווי זיי לערנען אפ אידישקייט, אבער א הסכם דארף מען איינהאלטען.

- הודעות: 1108
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
- האט שוין געלייקט: 110 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 470 מאל
אויב איז די רעדע פון א פרוי אזא שלאנג וואלט איך אויפגעגעבעען מיינע רעכטען צו זעהן די קינדער
וואס טוסטו אויב ווען זיי קומען צוריק צו דיר ארעסטירט זי דיר פארען זיי מאלעסטען?
קען זיין סוועט דיר געלונגען אויפציווייזען אז דו ביזט אומשילדיג אבער קודם וועסטו ארעסטעד ווערען סוועט דיר קאסטען ממון ודמים און סגרויסע טשענסעס אז דו וועסט גיין אין חד גדיא פאר 20 יאהר
דעס איז מעשים בכל יום ביי אינדזער היימישע קאמיוניטי
סדא פרויען שלענג און רבנים וואס העלפען זיי און גיידען זיי צו סטראשען די מאן זיך אפצוזאגען פון די קינדער מיט אזאנע פאלטשע בלבולים
איך האב מיטגעהאלטען א פאל פון א רב וואס האט געגיידעד א פרוי קעגען איר מאן מיט בלבולים אלעס אז ער זאל נישט זעהן זיינע קינדער, מיט אזא רשעות, און כהאב געטראכט צו מיר פארוואס דער רב טוט עס? וואס האט ער דערפין? ביז איך האב איינגעזעהן אז ער טיט עס פאר דעם אליינס אז ער קען אלס רעזאלט פון דעם רעדען מיט א שיינע פרוי טאג און נאכט, זיי פלעגען רעדן שעות אינמיטען די נאכט אויפען טעלעפאן (כהאב געזעהן די טעלעפאן רעקארדס) און זי פלעגט זיין ביי עם אין ספרים שטוב כאטשיג 2 מאל א וואך אפאר שעה,
סארי אבער א אנדערע הסבר פארוואס די רב האט עס געטוהן האב איך נישט, קיין געלט האט זי נישט וד"ל

"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
[justify]רבונו של עולם! דו זעהסט נישט די זאפטיגע רשעות וואס רינען ארויס פון דיינע אייגענע ווערטער? "עס איז מעגליך אז זיי זענען נישט גערעכט מיט זייער שיטה". עס איז מעגליך? ביזט נישט זיכער? "איז אים איינער עפעס שולדיג אז ער האט זיך נישט געקענט איינהאלטען?" און אז מען איז אים נישט שולדיג מעג מען אים שוין שינדען די הויט? און וואס איז מיט די קינדער? זיי זענען גארנישט? "נעווער מיינד צו די חסידים זענענן גערעכט מיט זייער אויסטייטש ווי זיי לערנען אפ אידישקייט, אבער א הסכם דארף מען איינהאלטען." דו זעהסט נישט די pettiness און שלעכטסקייט אין אזא התנהגות? וואס טוט זיך דא? מיר האנדלן דא מיט אידן? מיר רעדן דא פון די תורה? דאס זענען ערליכע רבנים?
זאג מיר, דו זעהסט גארנישט שלעכט מיט די סברות וואס דו שרייבסט דא?
קרעקער האקט...
.[/justify]
זאג מיר, דו זעהסט גארנישט שלעכט מיט די סברות וואס דו שרייבסט דא?
קרעקער האקט...
.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- הבא ללמד
- ידיד השטיבל
- הודעות: 155
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 1:46 pm
- האט שוין געלייקט: 38 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 82 מאל
קרעקער האט געשריבן:איך האב מיטגעהאלטען א פאל פון א רב וואס האט געגיידעד א פרוי קעגען איר מאן מיט בלבולים אלעס אז ער זאל נישט זעהן זיינע קינדער, מיט אזא רשעות, און כהאב געטראכט צו מיר פארוואס דער רב טוט עס? וואס האט ער דערפין? ביז איך האב איינגעזעהן אז ער טיט עס פאר דעם אליינס אז ער קען אלס רעזאלט פון דעם רעדען מיט א שיינע פרוי טאג און נאכט, זיי פלעגען רעדן שעות אינמיטען די נאכט אויפען טעלעפאן (כהאב געזעהן די טעלעפאן רעקארדס) און זי פלעגט זיין ביי עם אין ספרים שטוב כאטשיג 2 מאל א וואך אפאר שעה,
סארי אבער א אנדערע הסבר פארוואס די רב האט עס געטוהן האב איך נישט, קיין געלט האט זי נישט וד"ל
קרעקער איך וואלט דיר נישט געגלייבט ווען איך האלט נישט מיט דע זעלבע עפיזאד און מען רעדט דא א רב וואס יעדער הארגערט זיך אויפציווייזען אז איז אויף זייער זייט
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1129
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
- האט שוין געלייקט: 982 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל
Over time, אויב וואלט געווען אן אגרימענט אז דער טאטע וועט אנטוהן די קינדער נאר מיט אראנזשע זאקן, און ער וואלט עס נאכדעם געבראכן, איז דא איין בי"ד /קארט וואס וואלט אוועקגענומען די קינדער פאר דעם?
די נקודה איז אז די עצם שרעקעדיגע ווארט "אגרימענט" - אויב שטייט דערין שטותים, איז עס א חספא בעלמא.
ביי אונזער פאל האלט דא יעדער אז פארמישן קינדער מיט א דיינעסאוער איז פונקט אזוינע שטותים ווי אראנזשע זאקן. אלזא אויב האט א דיין בישראל עס יא אנגענומען פאר א טענה, איז ער א שוטה רשע וגס רוח, וואס אויף דעם איז דא יעדער אזוי אויפגעשוידערט, אז אזוינע זענען ליידער דייני ישראל.
און דיין טעאריע פארוואס אזא פסק בית דין גייט העלפן אין קארט, מאכט בלויז גרעסער די שוידער.
די נקודה איז אז די עצם שרעקעדיגע ווארט "אגרימענט" - אויב שטייט דערין שטותים, איז עס א חספא בעלמא.
ביי אונזער פאל האלט דא יעדער אז פארמישן קינדער מיט א דיינעסאוער איז פונקט אזוינע שטותים ווי אראנזשע זאקן. אלזא אויב האט א דיין בישראל עס יא אנגענומען פאר א טענה, איז ער א שוטה רשע וגס רוח, וואס אויף דעם איז דא יעדער אזוי אויפגעשוידערט, אז אזוינע זענען ליידער דייני ישראל.
און דיין טעאריע פארוואס אזא פסק בית דין גייט העלפן אין קארט, מאכט בלויז גרעסער די שוידער.
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 12
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 17, 2015 1:32 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל
הוגה האט געשריבן:[justify]רבונו של עולם! דו זעהסט נישט די זאפטיגע רשעות וואס רינען ארויס פון דיינע אייגענע ווערטער? "עס איז מעגליך אז זיי זענען נישט גערעכט מיט זייער שיטה". עס איז מעגליך? ביזט נישט זיכער? "איז אים איינער עפעס שולדיג אז ער האט זיך נישט געקענט איינהאלטען?" און אז מען איז אים נישט שולדיג מעג מען אים שוין שינדען די הויט? און וואס איז מיט די קינדער? זיי זענען גארנישט? "נעווער מיינד צו די חסידים זענענן גערעכט מיט זייער אויסטייטש ווי זיי לערנען אפ אידישקייט, אבער א הסכם דארף מען איינהאלטען." דו זעהסט נישט די pettiness און שלעכטסקייט אין אזא התנהגות? וואס טוט זיך דא? מיר האנדלן דא מיט אידן? מיר רעדן דא פון די תורה? דאס זענען ערליכע רבנים?
זאג מיר, דו זעהסט גארנישט שלעכט מיט די סברות וואס דו שרייבסט דא?
.[/justify]
ניין איך זע נישט, צענדליגער טויזענטער קינדער וואקסן אויף מיט אזא שיטה און עס פעלט זיי גארנישט.
און עס איז ליגענט צו זאגען אז בי״ד האקט אפ די קינדער פינעם טאטען, בי״ד נעמט נישט צו די קינדער פינעם טאטען,
די בי״ד פסק זאגט בסך הכל אז מיט די און די מעשים פארלעצט די טאטע די אגרימענט, אלעס וואס דער טאטע דארף טיען איז זיך נאכאמאל קאמיטען צו די אגרימענט און די וויזיטעשין גייט ווייטער אן.
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
ביסט גערעכט. די גמרא זאגט שוין. לא חרבה ירושלים אלא מפני שהעמידו דבריהם על דברי תורה. מען איז תולה די רשעות אין דין תורה. איך ווייס נישט וועלכע פאלק דו ביזט א טייל פון און וועלכע תורה דו היטסט, אבער עמך אינה עמי ואלוהיך אינו אלוהי.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 12
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 17, 2015 1:32 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל
שמערל האט געשריבן:Over time, אויב וואלט געווען אן אגרימענט אז דער טאטע וועט אנטוהן די קינדער נאר מיט אראנזשע זאקן, און ער וואלט עס נאכדעם געבראכן, איז דא איין בי"ד /קארט וואס וואלט אוועקגענומען די קינדער פאר דעם?
די נקודה איז אז די עצם שרעקעדיגע ווארט "אגרימענט" - אויב שטייט דערין שטותים, איז עס א חספא בעלמא.
ראנג, יעדע אגרימענט ווי פאני עס זאל נאר נישט זיין האט א תוקף, ווען עס האנדעלט זיך מיט קינדער דאן קוקט עס די דזאדש איבער בעפאר ער לייגט זיין חתימה דערויף, ביי א ליגעל דיווארס מיט קינדער איז בדרך כלל דא א ליגעל אגרימענט, די קארט פארלאנגט עס.